בלאט 1 פון 1
סטאנדארד ארבייטער רעכטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 8:45 pm
דורך לכל זמן
וואס זענען די סטאנדארד רעכטן פאר ארבייטער אין די היימישע געגנטער:
- אווערטיים
- לאנטש
- געהאלט העכערונג
- וואקאציע
אא"וו
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 6:14 pm
דורך חשמל
אוי! הלואי ווען סאיז דא רעכטן,
כ'האב שוין לאנג געטראכט אז מ'דארף מאכן unions ביים היימישן עולם,
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 7:13 pm
דורך farshlufen
די וויכטיגסטע ארבעטער רעכטן זיינען:
אפרישעישן גאר אסאך, ספעציעל אז עס קאסט קיין געלט און איז א גוטע אינוועסטמענט
מיטגעפיל און פארשטענדעניש אין פריידן און אין - אויף קיין שום איד געוואונטשן - ליידן.
והיתר איז שאר ירקות.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 8:01 pm
דורך לכל זמן
הרב חשמל והרב פארשלאפן איר זענט ביידע גערעכט.
איך פרעג אבער בדרך כלל, וואס קען א אינגערמאן ערווארטן ווען ער גייט ארויס ארבעטן, וועלן רוב בעה"ב באצאלן time and a half, אויב דער ארבעטער בלייבט לענגער?
באקומט מען א raise יעדעס יאר/אנדערטהאלבן?
באקומט מען עפ"י רוב וואקאציע?
לאנטש?
Sick days?
וכו' וכו'
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 10:11 am
דורך שטרוי
צומאל אויב בס"ד מען באקומט דעיס וואס 'farshlufen' ברענגט ארויס, אדער חלילה אפי' גאר א פארקערטע רעאקציע, איז מען כאטשיג ארויס, האפענטליך, אן א שאדן, (ווייל מער פון בטילה גיבט ער דאך יא),
און די אלע אנדערע זאכן, מן הסתם זענען צום געפונען, נאר ביזן געפינען כאפ כאטשיג וואס עס איז דיר ביי דער האנט איצט, אזוי באקומט מען כאטשיג באצאלט אין א צייט, ביז מען געפונט עפעס מער ממשות'דיג בעזהשית"ב.
גרויס הצלחה, לאז וויסן ווען עס איז די רייע ביי אייך, אז איר ב"ה האלט שוין אין זוכן אן ארבעטער, [און וואס\וויאזוי איר אפפערט].
וואס יא, קיינמאל, קיינמאל, זיך נישט לאזן ווערן געקלאפט פון קיין שום פראוועקאציעס, ווייס דיינע גרויסע מעלות, און טוה דיין ארבעט מיט נאמנות, אז ער זאל האבען נאר גיטע ווערטער אויף אייך.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 11:38 am
דורך מאנ-יימער
אויב געט ער א חלק גרינע (נישט די פון די קרעטשמע) וועט ער געווענדליך נישט געבן טיים אין א העלף, טאמער וויל ער אבער דווקא אלעס אויפן טשעק קענסטו זיך שטעלן אויף די טיים אין א העלף, אוודאי איז דא אויסנאמ'ס ביי ביידע זאכן אבער כ'רעדט געווענדליך און פון זיינע רעכטן אז אויב געט ער גרינע וועט ער נעמען אדווענטיזדש דערפון
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 11:50 am
דורך וויכטיג מאכער
ס'דא צוויי מיני ארבייטער/בעה"ב סיטואציעס.
ס'דא א בעה"ב וואס נעמט אויף א ארבייטער, ער צאלט עם אויף די שעה, ער גיבט רולס ווען מ'מעג נעמען אףף און ווען נישט, מ'מוז אריינקומען ערב פורים און מאצע פסח וכד', דעמאלטס דארף מען גיין אלל דע וועי, ס'טייטש איך ארבייט 40 שעה א וואך פאר 12 דאללער א שעה, אויב ארבייט איך מער, מוזטו מיר געבן אווערטיים.
ס'איז אבער דא א אנדערע ווערטשאפט, מ'נעמט אויף א ארבייטער פאר 600 דאללער א וואך, אויב נעמסטו לענגער לאנטש, אדער אויב האסטו געהאט א וויכטיגע אפוינטמענט, ווערסטו נישט אראפגערעכענט קיין פעני, אין די סעזאן בלייבסטו נאטורליך ארבייטן אביסל לענגער, און דו באקומסט א "באונעס" דערפאר, ווען דו האסט א שמחה קענסטו גיין פריער, אדער אריינקומען שפעטער... דו האסט א חסדישע רילעישענשיפ מיט דיין בעה"ב, קענסטו נישט בעטן אווערטיים פון דיין בעה"ב, ווייל ער צאלט דיר נישט ווייניגער ווען דו ביסט שפעט, ווייל ער איז לאויעל צו דיר, און דו ביסט געבליבן לענגער אלס לאויעלטי, נישט פאר די געלט.
און די זעלבע איז מיט אנדערע רעכטן, אויב איז דאס א "ביזנעס" סטייל סיטועישן, האסטו אלע רעכטן פאר א רעיז, וויקעישן, סיק דעי'ס, וכד', אויב איז דאס א פרענדלי סיטועישן, דאן וועסטו באקומען א רעיז ווען די ביזנעס וועט מאכן מער געלט, און דו וועסט גיין וויקעישן ווען דו ווילסט, אויב די ביזנעס קענעס עפארדן, און ס'נישטא קיין מינימום אדער מאקסימום פאר סיק דעי'ס, נאר ווען דו ביסט סיק, ביסטו סיק, נישט קיין חילוק מער אדער ווייניגער ווי נארמאל...
גאט איט?