בלאט 1 פון 1

ארבעטן פער שעה?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 10:29 am
דורך גרויזאמער
וואס איז די חילוק ווען מען ארבייט ביי איינעם צו מען ארבעט פער שעה, צו פער וואך.

פאר וועם לוינט זיך בעסער וואס? פארוואס? און פארוואס זאל דער אנדערער מסכים זיין?

עס איז מיר אביסל נויטיג צו וויסן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 10:34 am
דורך לחיים ולברכה
לפי מיטב ידיעתי:
קודם כל, כ'פארשטיי אז דו רעדסט פון פול טיים נישט פון פארט טיים. איז אזוי: ווען מ'ארבייט פער שעה, איז טאמער ווייסטו אז דו גייסט זיין צייטליך יעדן טאג איז דאס זייער גוט, און ס'איז נאך דא א מעלה, אז טאמער דו ארבייטס אווער-טיים, איז דא א חשבון וויפיהל מער דו באקומסט. ווען נישט קענסטו ארבייטן אווערטיים 4 שעה א וואך און דו באקומסט דערפאר א באנעס פון 20 דאלער.

אבער טאמער ווייסטו אז דו פארשלאפסט כסדר, אדער דו דארפסט כסדר אוועקגיין, דעמאלטס לוינט זיך צו ארבייטן אויף די וואך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2007 8:33 am
דורך גרויזאמער
פארוואס זאל די בעל הבית -אויב אזוי- מסכים זיין?

איינער ווייסט אביסל מער איבער דעם נושא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2007 8:39 am
דורך 3x0
פארוואס דער בעל הבית איז מסכים צו באצאלן אויף די וואך?

קען זייןן ווייל אזוי ווייס ער פוקטליך וויפיל די פעיראלל וועט אים אויסקומען.. אדער ווייל ער האלט פונקט ווי דער ארבעטער איז ווערט 15 דאלער א שעה, איז ווערט זיך נישט צו פאלייגן אז ער זאל קומען פוקטליך ניין אזייגער. אויך קען זייןן ווייל ער וויל אז ווען וועט אמאל בעטען דעם ארבעטער צו בלייבן לענגער, זאל ער אים נישט קענען ענטפערן אנטשולדיגט באאס, ניין טו פייף, דעטס איט. ווייל דער בעל הבית וועט אים קענען ענטפערן אז אזויווי די ביסט נישט אלעמאל פונקטליך ביים קומען צו דער ארבעט, דארפסטו נישט אלעמאל זיין פוקטליך ביים אהיים גיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2007 8:40 am
דורך פענסטער
דער בעל הבית איז מסכים ווייל אזוי דארף ער דיר נישט באצאלען קיין אווער-טיים אויב דו דארפסט אמאל בלייבען אביסעל לענגער, און אויב זעט ער אז דו קומסט צופיל מאל שפעט אזוי אז ס'איז יצא שכרו בהפסדו, וועט ער דיר אריינרופען אין א זייט און דיר געבן א פסוק, אזוי אז ס'עט זיך דיר נישט פארגלוסטען מער אריינצוקומען שפעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2007 10:06 pm
דורך cano
געווענליך ווען מען ארבעט אויף א וועכענטליכע וועידזש באצאלט דער בעה"ב די פילע וועידזש אויך יו"ט, משא"כ וועם איינער קריגט באצאלט אויף די שעה וועט דער בעה"ב עפ"י רוב אריינליגען נאר אצוויי הינדערט דאלער אדער א ביסעל מער, אבער כשם שאין דעתיהם שות כך אין פרצפיהם שות מאנכע בעה"ב וועלן מיט א שמייכעל איבערגעבען דעם ענוועלאופ און צילייגען א כשר'ן און פרייליכען פסח, און אנדערע בעה"ב וועלען מיט א בלעכענע'ם פנים ציקימען מיט א פפיפציגער דא האסטי א באונעס לכבוד פסח, אבער די וואס ארבעטען אויפען וואך באקימען געוענליך באצאלט וואו א געוענליכע וואך,

און יעצט בקיצור, איך האב שוין פראבירט ביידע, פאר פסח וויל מען ארבעטען אויף די שעה, אבער פסח ווען מען ארבעט נישט וויל מען באקימען באצאלט אויף די וואך, אבער סוף כל סוף קימט עס אויס די זעלבע, דער רבוש"עהאט א גיטע סעקריטערי.