בלאט 1 פון 2
היימישע קאלעקשאן עידזשענסי געזוכט
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 4:11 pm
דורך פאטאקי08
איז דא א קאמפאני א היימישע וואס טוט אין די זאכען?
און אויב יא וואס קאסט דאס?
אפשר אין גרעפיק פארום וועט זיך איינער אנרופן ביטע אהין לינקן מיט דאנק
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 4:33 pm
דורך צולייגער
דער מעסיגער [וועא"מ] קאלומניסט ר' יונה כהן זז"ג, פלעגט האבן א אדווערטייזמענט פון די פאנדינג אדווייזער, לויט ווי ער פלעגא אראפלייגן איז עס געווען דאס וואס דו זוכסט. טשעק איט אוט, טריי צו קאנטאקטן אויף זיין
זייטל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 5:07 pm
דורך פאטאקי08
פאנדינג אדווייזער?
וואס האט הודו מיט כוש?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 5:13 pm
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 6:21 pm
דורך סביב העולם
ס'מוז זיין לאקאל?
ווייל ארץ ישראל'דיגע קאלעקטארס איז דא אסאך
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 6:30 pm
דורך פאטאקי08
איך רעד פון א לאקאלע ביזנעס
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 7:19 pm
דורך farshlufen
פאטאקי...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 7:28 pm
דורך גבריאל
איז אויסגעהאלטן אזא ביזנעס עפ"י הלכה ? אויב יא נא אפשר עפענען מיר אויף איינס ?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 8:11 pm
דורך פאטאקי08
סביב העולם האט געשריבן:ס'מוז זיין לאקאל?
ווייל ארץ ישראל'דיגע קאלעקטארס איז דא אסאך
פארשלאפן איך האב איצט אויסגעשאסן...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 8:16 pm
דורך ohrchodosh
א חבר מיינע אין די קלינטן הילל געגנט
A1 billing and collecting 718-789-1213
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 9:23 pm
דורך סביב העולם
התאחדות הרבנים הזמנות!
בעסטע רעזולטאטן
האלסטו נישט אזוי? דאן ביזטו א מסרב לדין.......
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 9:33 pm
דורך צים פינטעל
וועלכע שטאט?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 2:03 pm
דורך פאטאקי08
גרעיטאר נוי יארק
סביב העולם
איך רעד פון מענטשן וואס אויב מוועט זיי נאכלויפן וואלטן זיי באצאלט אז הזמנה קען זיי אויפרעגן
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:23 pm
דורך שנאפס
פאטאקי א כולל אינגערמאן וואלט אפשר נישט געווען קיין שלעכטע אפציע
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:51 pm
דורך שוועמל
קאלעקשאן פון איין איד אויפן צווייטן איד קען זיין ערענסטע שאלות להלכה.
לא תהי' לו כנושה, לא תונו ועוד.
רעד דיך דורך מיט דעם עיזשענסי צי ער האט א רב איבער זיינע מעשים.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 6:06 pm
דורך לאז געמאכט
כ'ווייס איינער אין ווימ"ס וואס האט געטון אין די ביזנעס, ער איז אבער גאנץ שנעל ארויס דערפון...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 8:02 pm
דורך מאנאגרעמס
איך פארשטיי אז ער זוכט א מענטש וואס זאל אים קאללעקטן "אקאונטס רעסיוועבלס", נישט געבארגטע געלטער.
טא, וואסערע עבירה איז עס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 3:09 am
דורך alte zida
עס איז דא א אידישע קאמפעני ARS וואס טוט אלע ערליי סארטן קאלעקשאנס, א חבר מיינער האט זיי גענוצט אין שטארק מצליח געווען, זייער נומבער איז.
845-751-9398
אימעיל אדרעסס
Arsbusinesssales@gmail.comזייער וועב סייט
http://WWW.ARSCOLLECTIONSERVICES.COM
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 1:01 pm
דורך פאטאקי08
שכח אלטע זיידע
די פראבלעם פון זיי איז אז זיי בעטן א אפפליקעישאן פי א חוץ די פראצענט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 1:29 pm
דורך skunk
סביב העולם האט געשריבן:התאחדות הרבנים הזמנות!
בעסטע רעזולטאטן
האלסטו נישט אזוי? דאן ביזטו א מסרב לדין.......
און אויב איז מען א מסרב לדין? וואס געשעט דעמאלס? "גארנישט"
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 2:55 pm
דורך alte zida
פאטאקי08 האט געשריבן:שכח אלטע זיידע
די פראבלעם פון זיי איז אז זיי בעטן א אפפליקעישאן פי א חוץ די פראצענט
זיי בעטן נישט איך האב מיך נעכטן אויפגעסיינט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 3:11 pm
דורך alte zida
זיי בעטען נאר א פי אויב ווילסטו אויפסיינען פאר אנליין עקסעס צו זעהן אלע עקטיוועטי׳ס אין דיין פייל, אבער אויב האסטו א סייזעבעל אקונט וואס די געסט זיי וועיווען זיי די טשארטש אויך.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:13 pm
דורך זאל ער קומען
דארפסט דיך בעסער מסביר זיין וואס די זיכסט אויב איז דאס סתם א קאלעקשאן סערוויס פאר דיינע רעגאלאר קאסטומערס ( ליידער ביי אונז דארף מען די רעגאלער אוין גוט נאכלויפן) איז דא און מ'האט שוין דא אראפגעברענגט עטליכע, אויב איז עס די וועלכע ווילן נישט באצאלן קענסטו טראגן די אינוואסעס צום ציון און האפענטלעך געהאלפן ווערן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:20 pm
דורך פאטאקי08
זאל ער קומען האט געשריבן:דארפסט דיך בעסער מסביר זיין וואס די זיכסט אויב איז דאס סתם א קאלעקשאן סערוויס פאר דיינע רעגאלאר קאסטומערס ( ליידער ביי אונז דארף מען די רעגאלער אוין גוט נאכלויפן) איז דא און מ'האט שוין דא אראפגעברענגט עטליכע, אויב איז עס די וועלכע ווילן נישט באצאלן קענסטו טראגן די אינוואסעס צום ציון און האפענטלעך געהאלפן ווערן.
פארוואס זאגסטו אזוי? אוודאי וועט דער ציון העלפן אבער אז מען מאכט גוט משוגע קעמען אנקומען עטליעסט מיט א סעטעלמענט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:23 pm
דורך זאל ער קומען
אפשר און הלוואי אדרבה ביסט גערעכט מ'דארף פרובירן וואס מ'קען און מוטשען העלפט נאך אלעם די אידן ווילן באצאלן עס איז נאר שווער און אויב די מוטשען איז שווערער צאלט מען, איך האב נאר געמיינט צו זאגן ס'איז נישט דא קיין קאמפאני וואס איז א סעלאשען פאר דעם