אן ארבעטער מיט זיין בעל הבית
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 5:30 pm
"שמואל, זיי אזוי גוט און ערלעדיג אן אפוינטמענט ביי סען סי גרופע" האט מיין בעל הבית מיך געבעטן אפאר טאג צוריק. "נישט קיין פראבלעם, איך וועל זיי נאכאמאל א רוף טאן, איך האב זיי שוין איינמאל געפרעגט דערוועגן אבער איך האב נישט ערהאלטן קיין קלארע אנטווארט. איך וועל זיי נאכאמאל רופן".
גייט דורך א טאג, און איך האב ווידער נישט געהערט פון סען סי גארנישט. איך האב געוואוסט אז מיין בעל הבית וויל שטארק די אפוינטמענט, אבער וואס קען איך טון? איך קען זיי נישט דרייען דעם קאפ איך קען נישט רופן ווי א נודזש יעדע מינוט.
די אנדערע טאג בין איך פונטק געווען ביי מיין בעל הבית אין אפיס און רעדענדיג פון א צווייטע זאך האט ער זיך דערמאנט פון סען סי, "וואס הערט זיך? האסט מיר שוין ערלעדיגט אן אפוינטמענט דארט?" "ניין, איך ווארט די סעקרעטאר זאל מיך צוריק רופן מיט קאנפערמאציע"
מיט א ביטול אויפן פנים הייבט מיין בעל הבית אויף די טעלעפאון און דרוקט אריין סען סי'ס נאמבער. "היי דא רעדט די באס פון 'טעווי'ס' וואלט איך געקענט האבן אן אפוינטמענט ביי איך אויף מארגן צוועלף אזייגער נאכמיטאג?"
"פיין, מארגן וועל איך אי"ה דארט זיין"
און מיט א ביטול אויפן פנים לייגט ער אראפ די טעלעפאון. "ס'איז ערלעדיגט"
*
"שימי טו מיר א גענאדע איך דארף האבן די ריפארט פון די אקאונטענד. רוף אים אן צו ער קען דיר עס אריבער שיקן מיט די קלייניגקייטן וואס ער האט געדארפט פאררעכטן."
שימי רופט אן די אקאונטענד אבער ער הייבט נישט אויף די פאון, שימי לאזט אין א וואויס מעיל אז ער זאל אים ביטע צוריק רופן ווען ער האט א מינוט. אלס געטרייע ארבעטער האט שימי אפילו געשיקט א טעקסט פאר'ן אקאונטענד אז ער זאל אים גרייט מאכן די פייל. די אקאונטענד'ס ריפליי איז געווען 'ביזי יעצט, איך וועל עס מאכן שפעטער'
שוין, שימי ווייסט אז ער וועט דארפן ווארטן.
נאך א האלבע שעה רופט אים זיין בעל הבית צו ער האט עס פאר אים שימי זאגט אז די אקאונטענד זאגט אז ער איז ביזי און ער וועט עס מאכן שפעטער.
"אממ... איך דארף עס באמת וויכטיג. פראביר נאכאמאל מיט אים"
שימי טעקסט נאכאמאל און פראבירט זיין מזל מיט די אקאונטענד אבער דער מאכט זיך שוין נישט וואוסענדיג. "ער איז נאך אלס נישט אוועילעבל" זאגט שימי פאר זיין בעל הבית.
"וואס הייסט? דאס הייסט געגעבן סערוויס פאר א קאסטומער" ווערט די בעל הבית ברוגז, "גיב מיר זיין נאמבער איך וויל רעדן מיט אים"
דח בעל הבית שלעפט ארויס זיין סעל און רופט אים אן. נאך איינמאל קלינגן הייבט ער אויף און ווען די בעל הבית לייגט אראפ די טעלעפאון הערט זיך שוין א פייף אז די אימעיל מיט די פייל איז שוין אונעם אינבאקס.
רבותי, איינער וואס ארבעט אונטער א בעל הבית האט זיך שוין זיכער אנגעקלאפט מיט אזא געשעעניש און ווייסט וויאזוי די געפיל איז. די בעל הבתים פארשטייען נישט אז זיי האבן די כח ווי א בעל הבית. און יא ווען זיי רופן איינעם אדער ווען זיי פארלאנגן פון איינעם עפעס וועט עס יענער תיקף טון. אנדערש איז אבער אויב די פארלאנג קומט פון א פשוט'ע ארבעטער וואס דאן האט די פארלאנג האלב נישט די וויכטיגקייט. ס'איז שווער דאס מסביר צו זיין פאר'ן בעל הבית און צומאל קען אים דאכטן אז מיר פירן נישט אויס די פליכטן וואס ער האט אונז געגעבן און מיר זוכן זיך ארויסצודרייען מיט פוילע תירוצים. והא ראי' ער ערלעדיגט דאס מיט איין פאון קאלל.
אבער, וועגן דעם שרייב איך עס דא אז יעדער זאל זען אז איר זענט נישט די איינציגסטע. אין יעדע ביזנעס און אין יעדע שטאפל מאכט זיך אזאנע זאכן. אזא זאך דארף נישט צוברעכן קיינעם. אויב קומט א רואיגע מינוט קען מען פראבירן מסביר צו זיין פאר די בעל הבית אז "ווען איך בין ווען די בעל הבית וואלט יענער אויך גלייך אויפגעהויבן אויף מיר. די עיקר איז נישט ווערן צובראכן ווייל ס'העלפט גארנישט. די בעל הבתים פארשטייען דאס נישט און זיי וועלן דאס נישט פארשטיין. איין זאך יא, ווען איר וועט אמאל זיין א בעל הבית און איר וועט האבן אן ארבעטער ביטע ליינט איבער די פאר ווערטער און געדענקט דאס.
הצלחה וברכה.