בלאט 1 פון 1

א נייע ביזנעס. ווער קען העלפן מיט א פאר וויכטיגע ידיעות?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 10:56 am
דורך מילכיגער
ליקבה"ו הנני בזה לקיים מצות עשה של וברכתיך בכל אשר תעשה ומצות עשה ואספת דגניך וליזהר מל"ת לא תלכו ריקם...

חשוב'ע חברים!

איך פלאן צו עפענען א נייע "קאנסולטאציע" ביזנעס, ווי איך וועל העלפן מענטשן בס"ד מיט מיינע ידיעות אין א געוויסע פעלד. (פאוואלינקע, מער פרטים מיט די צייט).

מיין שאלה איז, צי איך זאל גראד מאכן א CORPORATION, LLC ETC פאר די ביזנעס, וואס דאס מיינט לעגאלע קאסטן וכדו' אדער זאל איך קודם אנהייבן אלס SELF EMPLOYED און הערשט ווען מ'זעהט די קערנדליך פון הצלחה אנהייבן חוקר זיין אויף ווייטער?

צדדים:
איך האב נאר העלט פלאס און נישט קיין שום אנדערע בענעפיטן.
איך וויל אויפסעטן גראד א MERCHANT אקאונט (גרויסע עסק צו טוישן פון PERSONAL צו CORPORATE?)
קאסטן און אימפליקאציעס פון עפענען (און צומאכן אין פאל ס'ארבעט זיך נישט אויס...) די מיני ENTITIES

העלפטס מיר ארויס איך זאל נישט דארפן שפענדן געלט געוואר צו ווערן צי איך דארף שפענדן געלט...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 12:36 pm
דורך isolated
איך וואלט דיך גע'עצה'ט צום אלעם ערשט זיך צו פארבינדן מיט א "קאנסולטאציע" אגענט, זאל דיך גיידען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 12:56 pm
דורך אור
קודם א ברכה'לע; זאלסט האבן אסאך הצלחה מיט געלט (נישט דעס דארפסטו?) און אלעם גוטן!
יעצט, א קארפאראציע צו עפענען און אויפהאלטן קאסט נישט אזוי סאך...
און פארמאכן זיכער נישט.
כנלענ"ד

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 1:00 pm
דורך ניק ניק
אור האט געשריבן:קודם א ברכה'לע; זאלסט האבן אסאך הצלחה מיט געלט (נישט דעס דארפסטו?) און אלעם גוטן!
isolated האט געשריבן:איך וואלט דיך גע'עצה'ט צום אלעם ערשט זיך צו פארבינדן מיט א "קאנסולטאציע" אגענט, זאל דיך גיידען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 1:07 pm
דורך מילכיגער
isolated האט געשריבן:איך וואלט דיך גע'עצה'ט צום אלעם ערשט זיך צו פארבינדן מיט א "קאנסולטאציע" אגענט, זאל דיך גיידען


העלפטס מיר ארויס איך זאל נישט דארפן שפענדן געלט געוואר צו ווערן צי איך דארף שפענדן געלט...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 1:38 pm
דורך דרוריקרא
סעלף אינפלויעד האט זיך זיינע מעלות, קארפארעישאן הא זיינע מעלות
כ'מיין אז קארפארעישאן איז רואיגער, 'זיי' קוקן ווייניגער אויף קארפארעישאן ווי אויף די.בי.עס. אד"ג
פון די אנדערע זייט קאסט א קארפארעישאן טייערער צו עפענען, און בעיקר סוף יאר קאסט עס אסאך אסאך מער.
סעלף אינפלויעש קאסט גארנישט צו עפענען, אפשר א דאלער צוויי פאר איצקאוויטש טויס פאר יו, (נאטערי) צו חתמ'נען, און סוף יאר קאסט עס אויך נישט ווייס עך וואס
ע"כ לפי קוטן ידיעתי

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 1:42 pm
דורך שמערי בערי
אור האט געשריבן:יעצט, א קארפאראציע צו עפענען און אויפהאלטן קאסט נישט אזוי סאך...
און פארמאכן זיכער נישט.

דו ווייסט וואס דו רעדסט אדער דו רעדטסט וואד דו ווייסט....? צומאכן א קארפארעישאן קען אין געוויסע פעלער קאסטן צווישן 13 און 16 הונדערט טאלער! (ווענד זיך וועלכע סארט קארפארעישאן וכו', אבער די פרייז לויפט אסאך מאל אין יענער רענדש אפילו פאר א פשוט'ע כמעט אומבאנוצטע קארפאראציע)

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 1:45 pm
דורך מילכיגער
דרוריקרא האט געשריבן:סעלף אינפלויעד האט זיך זיינע מעלות, קארפארעישאן הא זיינע מעלות
כ'מיין אז קארפארעישאן איז רואיגער, 'זיי' קוקן ווייניגער אויף קארפארעישאן ווי אויף די.בי.עס. אד"ג
פון די אנדערע זייט קאסט א קארפארעישאן טייערער צו עפענען, און בעיקר סוף יאר קאסט עס אסאך אסאך מער.
סעלף אינפלויעש קאסט גארנישט צו עפענען, אפשר א דאלער צוויי פאר איצקאוויטש טויס פאר יו, (נאטערי) צו חתמ'נען, און סוף יאר קאסט עס אויך נישט ווייס עך וואס
ע"כ לפי קוטן ידיעתי

ו

ייש"כ! באזירט אויף מיין ריסוירטש און די תשובות דא האב איך מחליט געווען אנצוהויבן אלס פלעין SOLE PROPRIETORSHIP

ואס איז די חילוק פון DBA צו SELF EMPLOYED? טאמער פארשטיי איך ריכטיג, איז DBA נאר ווען מ'וויל נוצן א נאמען ווצב"ש " מילכיגער קאנסולטענסי"

ווי קומט אריין איצקאוויטש ביים עפענען א ביזנעס? איך האב אפלייט אנליין ביי די IRS און גראד באקומען א EIN פאר די PERSONAL נאמען. איז דא נאך עפעס אויף אנצוהויבן?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 1:49 pm
דורך derech eretz
כ'האב לעצטנס געפענט אויפן ראט פון חברים א sole proprietorship ס'האט מיר געקאסט $30! אי''ה ווען די ביזנעס וועט וואקסן וועל איך מאכן א קארפארעישן (וואס קאסט $400 ביים אקאוטענט)
זע דא סארטן קארפארעישאנס

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 2:57 pm
דורך מילכיגער
derech eretz האט געשריבן:כ'האב לעצטנס געפענט אויפן ראט פון חברים א sole proprietorship ס'האט מיר געקאסט $30! אי''ה ווען די ביזנעס וועט וואקסן וועל איך מאכן א קארפארעישן (וואס קאסט $400 ביים אקאוטענט)
זע דא סארטן קארפארעישאנס

דאס איז געווען פריער מיין פראגע. וואס קאסט דא $30? איך האב געעפנט א EIN פאר כנים (כ'מיין בחנם). איז עס צו איינשרייבן א DBA?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 3:19 pm
דורך derech eretz
מילכיגער האט געשריבן:דאס איז געווען פריער מיין פראגע. וואס קאסט דא $30? איך האב געעפנט א EIN פאר כנים (כ'מיין בחנם). איז עס צו איינשרייבן א DBA?


יא די DBA באצאלט מען אין קאונטי אפיס

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:04 pm
דורך שוועמל
קודם אסך הצלחה אין דיין נייעם קאנסולטאציע געשעפט.

נאכדעם, אויב גייסטו קאנסולטירן ביים היימישן עולם איז בעסער אנע קארפאראציע בכלל, די פארלאנג קעש און דער עולם'עט צאלן.
אין בעסטן פאל קענסטו נוצן פייפאל.
שפארסטו זיך די גאנצע קארפאראציע מיט אירע נאכווייען.

אויב איז דאס נישט מעגליך איז דא מהלכים וויאזוי און וואס צו עפענען, איך ראט דיך זאלסט פרעגן א קאנסולטאנט:)
דארפסט וויסן א קאנסולטינג פירם האט נישט קיין עקספענסעס רעלעטיוו צו א ריטעיל פירם און די מכס קען זיין הויך.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:08 pm
דורך וויכטיג מאכער
מילכיגער האט געשריבן:
isolated האט געשריבן:איך וואלט דיך גע'עצה'ט צום אלעם ערשט זיך צו פארבינדן מיט א "קאנסולטאציע" אגענט, זאל דיך גיידען


העלפטס מיר ארויס איך זאל נישט דארפן שפענדן געלט געוואר צו ווערן צי איך דארף שפענדן געלט...


וויזוי עקספעקסטו אז מענטשן זאלן ספענדן געלט פאר דיר, ספעציעל אז די ווייסט נישט אזעלעכע זאכן?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:13 pm
דורך מילכיגער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
isolated האט געשריבן:איך וואלט דיך גע'עצה'ט צום אלעם ערשט זיך צו פארבינדן מיט א "קאנסולטאציע" אגענט, זאל דיך גיידען


העלפטס מיר ארויס איך זאל נישט דארפן שפענדן געלט געוואר צו ווערן צי איך דארף שפענדן געלט...


וויזוי עקספעקסטו אז מענטשן זאלן ספענדן געלט פאר דיר, ספעציעל אז די ווייסט נישט אזעלעכע זאכן?


וואס מאכט דיר טראכטן אז מיין ביזנעס וועט האבן צו טוהן מיט שטאטישע און טעכנישע ענינים? טאמער למשל וועל איך עפענען א "דזשאב אונטערוויו קויטשינג" וואלט איך נישט געמעגט פרעגן?...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:17 pm
דורך וויכטיג מאכער
געווענליך ווען איינער זוכט א קאוטש, זוכטער איינער וואס וועט עם העלפן איבער אלע זאכן אין זיין ביזנעס, ער גייט נישט זוכן פינעף קאוטשעס איינס פאר יעדע זאך.

ווידער אויב דו ביסט נישט גרייט צו באצאלן פאר פראפעשענעל סערוויס, נאר דו ווילסט פרי און געווענליך ווערדלאזע עדווייס, וויזוי עקספעקסטו אז מענטשן זאלן זיין גרייט צו באצאלן פאר דיין סערוויס, ווי איידער ארויפצוגיין אויף די אינטערנעט און סוירטשן פאר עדווייס?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:21 pm
דורך מילכיגער
דאס איז נישט מיין חתימה, איינער האט געפעלטשט מיין סיגניטשור...

און טאמער מיין ביזנעס גייט זיין בנוגע מעדיקעל רעפעררעלס?... אדער חינוך? אדער פאר רבי'שע קינדער וויזוי אויפצובויען א חסידות?

שוין נו. באלד גיי מיר שוין אריין אין גילוי...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
האסטו נאך געוויזן א סעמפל פאר דיינע קאסטומערס אז ס'לוינצעך נישט צו באצאלן פאר ווערטפולע עדווייס, ענדערש קודם גיין זוכן פרי עדווייס...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:29 pm
דורך מילכיגער
OK איך גיב אויף...

די ערשטע צעטל אויף די טיר וועט זיין "אויב ביזטו וויכטיג מאכער דאן זיך פרי עדווייס"...

we will leave it at that

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:36 pm
דורך וויכטיג מאכער
אצינד אז די גיבסט אויף זייזשע אזוי גוט און גיי צו א פראפעשענאל און באצאל די געלט פאר עדווייס... א סיקרעט וואס איך גיי דיר זאגן... רוב גרויסע פראפעשענעל אקאונטענטס טשארדזשן נישט פאר קאנסעלטעישן... (פארשטייצעך אויב דו פיילסט ביי זיי די טעקס)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 2:24 pm
דורך מילכיגער
-

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 8:50 am
דורך הערליך
וויכי, א פיינער קאסאלטענט, וויפיל טשארטסטו א שעה?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 9:44 am
דורך NiesNow
איך האב פינקט געהערט אויף אויף קול מבשר אז ר' אלעזר לאנדא גייט מארגען נאכט דאנערשטאג חי' שרה האבן א פרי FREE טעלע-סעמינאר ווי מ'וועט קענען פרעגען סיי וועלכע ביזנעס שעלה
איך ווייס נישט די נאמבער, אדרבא אויב איינער ווייסט זאל ער מהנה זיין דעם עולם

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 11:05 am
דורך derech eretz
This coming Thursday night, November 17 8:00pm est
Dial in Number (712) 432-0075
Access Code: 266062#