ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 4:10 pm
שוין לאנג עגבערט מיך די דאזיגע פראגע, און איך שטעל עס יעצט ארויף בפני כל הקהל הקודש, ביטע לאזט הערן אייער (אמת'ע...) מיינונג.
אמאל האט יעדע גראסערי/קאמפעני/האלסעילער/ריטעילער געוואוסט, אז אויב וויל ער אריינלייגן א עד דאן ווענדט ער זיך צו די צייטונגען (די איד, צייטונג, אדער בלאט, - המודיע, יתד וכו'. כל אחד לפי פארטייה דיליה), אמאל א פול פעיזש, און אמאל נאר א האלב, פערטל. שפעטער איז שוין געקומען אויך די קאלירטע.
מיר האלטן אבער אינמיטן דורכגיין א שטילע רעוואלוציע: יעדע פרוי ליינט דורך בעיון רב די לאקאלע בלעטער און אלע אדווערטייזמענטס בתוכו יעדע מיטוואך פארמיטאג. ובשעת הדחק מיטוואך נאכמיטאג.
די שאפער'ס רוט, לינק וכו' וכו', ווערן גרעסער און גרעסער. וואקסן, און זענען מוסיף והולך כמנהג בית הלל, ווערסוס די צייטונגען וואס זייערע עדס שרינקען כמנהג בית שמאי שפוחתין והולכין.
לוינט זיך ארייצולייגן א עד אין די צייטונגען?
Advertisement
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 4:33 pm
קורץ און שארף האט געשריבן:שוין לאנג עגבערט מיך די דאזיגע פראגע, און איך שטעל עס יעצט ארויף בפני כל הקהל הקודש, ביטע לאזט הערן אייער (אמת'ע...) מיינונג.
פארוואס עגבערט, איז עס די פערזענדליך נוגע?
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 4:39 pm
פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:קורץ און שארף האט געשריבן:שוין לאנג עגבערט מיך די דאזיגע פראגע, און איך שטעל עס יעצט ארויף בפני כל הקהל הקודש, ביטע לאזט הערן אייער (אמת'ע...) מיינונג.
פארוואס עגבערט, איז עס די פערזענדליך נוגע?
יא! איך בין שוין אין ביזנעס 24 יאר צום גוטן. כן יעזור ה' להלאה, און איך וויל וויסן ווי צו אדווערטייזן.
אגב, פארוואס פרעגסטו? עפעס עגבערט דיך אויך?
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 4:45 pm
קורץ און שארף האט געשריבן:פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:קורץ און שארף האט געשריבן:שוין לאנג עגבערט מיך די דאזיגע פראגע, און איך שטעל עס יעצט ארויף בפני כל הקהל הקודש, ביטע לאזט הערן אייער (אמת'ע...) מיינונג.
פארוואס עגבערט, איז עס די פערזענדליך נוגע?
יא! איך בין שוין אין ביזנעס 24 יאר צום גוטן. כן יעזור ה' להלאה, און איך וויל וויסן ווי צו אדווערטייזן.
אגב, פארוואס פרעגסטו? עפעס עגבערט דיך אויך?
געוואלט וויסן אויב אבי געשאסן אן אשכול.
אלזא אז עס איז אויף למעשה, גיבט א טראכט בעפאר אדווערטייזינג אויב מען נאך פארבעסרן קאסטאמער סערוויס וועט עס ברענגען פיל מער פאכיג
ווי אדווערטייזמענט.
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 4:50 pm
פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:געוואלט וויסן אויב אבי געשאסן אן אשכול.
אלזא אז עס איז אויף למעשה, גיבט א טראכט בעפאר אדווערטייזינג אויב מען נאך פארבעסרן קאסטאמער סערוויס וועט עס ברענגען פיל מער פאכיג
ווי אדווערטייזמענט.
אז מ'רעדט שוין פון אבי געשאסן...
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 5:28 pm
וואס האסטו א געשעפט אדער א פרודאקט?
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 5:35 pm
גראדע דארף מען עדס אפילו מ'געט סערוויס אבער עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז דער עולם לייגט אסאך מער כוחות צו באקומען דעם קאסטעמער ווי עם צופרידן צושטעלן וואס איז א גרעסערע עיקר ווייל האסט שוין באצאלט עדס צו באקומען דעם קאסטעמער יעצט מאך כאטש געלט אויף עם, די וועלט זאגט אז מ'פאקויפט נאר די פראדוקטן צו באקומען דעם קאסטאמער דאז אידאך פשט פון די סעילס וואס מ'מאכט אבער די קשיא דארף נאך אלץ א תירוץ ווי צו אדווערטייזן און פאשטייצעך אז אויב מ'פארגעסט פונעם עיקר איזעס וועטלאז
לעצט פאראכטן דורך
זאל ער קומען אום מיטוואך אוקטובר 26, 2011 5:46 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 5:42 pm
לדעתי האט צום פינטל געפרעגט א גוטע פראגע... א פראגע צום פינטל...
די צייטונגען זענען געמאכט צו "מארקעטן" א פראדוקט אדער א נייע סטאר וכד', די בלעטער צו "עדוויטייזן" א סעיל וכד'.
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 6:27 pm
איך האב עוסק געוועהן אין מערערע אינדאסטריס די לעצטע 10 יאר, אין געפלאשט געלט אין גארביטש פאר עדווערטייזינג, אזוי ווי יעדער, זייט איך האב מיך אויסגעלערענט א געוויסע איידיע אין מארקעטינג האב איך מיך געשפארט בלי גוזמה צענדליגע טויזענטער דאלאר.
וואס איז די סוד? זייער פשוט, וויבאלד יעדע אינדאסטרי איז דיפרענט, אין יעדע מארקעטער אין גרעפיק דיזיינער איז דיפרענט, א.א.וו. אין יעדער זאגט מיין מהלך איז די ריכטיגע, אין אליבא דאמת איז יעדער גערעכט, אבער יעדער האט זיך זיינע עקספיריענסעס, ממילא צו פרעגן א שאלה ווי זאל איך עדווערטייזן? ווי איז בעסער? פארשטייט זיך אז עס האט נישט קיין תירץ ווייל עס ווענדט זיך דאך אין צענדליגע פאקטן אין מציאותער, איז וואס קען מען יא טון?
טעסט, טעסט, טעסט. דאס איז די סוד, מען ברויך טרעפן א וועג וויאזוי צו קענען זעהן רעזולטאטן תיקף, אין עס טרעקן, אזוי ארום ווייסט מען וואס ארבייט, אין וואס נישט, למשל, איך האב איינמאל עדווערטייזט אין אלע היימישע צייטונגען א געוויסע נייע פראדוקט, אין דער עד האט געזאגט צו רופן א געוויסע נומער פאר זייער אינטרעסאנטע אינפארמאציע וועגן די געוויסע פראדוקט, אין מיר האבן געהאט א געוויסע יוניק נומער פאר יעדע צייטונג אין פאסטער אין מקום באזונדער פאר יעדעם, אין איך בין געוועהן שאקירט אז פון געוויסע צייטונגען, (די וואס קאסטן די מערסטע) איז אריינגעקומען 0 קאללס, פון אנדער פלעצער איז געקומען הינדערטער, האבן מיר געוויסט דערנאך ווי צו עדווערטייזן ווייטער, אין ווי צו סטאפן תיקף ומיד, דאס זעלבע טעסט איך כסדר צווישן גרעפיק דיזיינערס וועלעכע עד ארבייט בעסער? אויך טו איך קיופאנס אין די עד, ווי למשל ברענג אריין די עד איך באקומען 10 15 פראצענט אראפ, דערנאך לייג איך אריין די אינפארמאציע אין א דעטא בעיס איז מען קוקט פון ווי קומען מער? פון וועלעכע צייטונג, פון וועלעכע מקום, פון וועלעכע עד, א.א.וו.
אין אינטרעסאנט איז אז יעדע אינדאסטריע ארבייט אנדערש, געוויסע האט די בעסטע רעזולטס געברענגט די גרויסע צייטונגען, געוויסע האט דאס בעסטע געארבייט פויסטערס איז די גאסן, אין געוויסע האט נאר געארבייט קול מבשר, אין ווידער אנדערע האט גארנישט געארבייט א חוץ די צעטעליך אין די בתי מדרשים, יעדע זאך האט זיין וועג וויאזוי עס ארבייט, אין מען ברויך כסדר טעסטן אין זעהן וואס אין ווי.
יישר כוח ר' אלעזר לאנדא פארן מיך אויסלערנען אזא געוואלדיגע זאך, די זאך האט מיר געשפארט אין קאמפיין געלט אין די לעצטע 20 חדשים אליינס איבער 70 טויזענט דאלאר.
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 6:46 pm
די וועלט זאגט:
ADVERTISEMENT DOES NOT COST, IT PAYS
אצינד צום פראגע:
די לאקאלע בלעטער זענען לדעתי מער עפעקטיוו (געווענליך אויך ביליגער - שוין לאנג נישט געטשעקט פרייזן), ווי די גרויסע צייטונגען.
בפרט כהיום הזה, ווען די לאקאלע אויסגאבעס ווערן פארטיילט לרחצה, "חנם אין כסף", ווי אויך זענען זיי "נייטראל", ממילא ווערט עס געקוקט דורכן אלגעמיינע ציבור. משא"כ צייטונגען וועלכע קאסטן געלט (וועלכע האלט אפ א טייל פונעם ציבור) און זענען געווענליך אויך פארטייאיש געשטימט (פארשטייט זיך אז דער קאנקורענט פארטיי ליינט דאס געווענליך נישט), ווי אויך זענען דא אידן (גם אני בתוכם) וועלכע זענען זיך גענצליך מונע פון אריינברענגן אין שטוב סיי וואספארא צייטונג, (גערעכט, ס'דא וואס ברענגן אויך נישט אריין די אויסגאבעס, אבער ס'פיל א קלענערע פראצענט).
בכלל, איינער וואס קוקט די שאפערס רוט, איז דא צו קוקן/באטראכטן/זוכן עדס. רוב וואס ליינען צייטונגען, זוכן/ליינען נייעס, פארזעצונגען, פאליטישע אנאליזן, פאמיליע אפטיילונג וכדומה. נאר דרך אגב, זעהט מען אויך עדס. צומאל כאפט מען ניטאמאל אויף וואסערע עד מ'האט געזעהן בשעת'ן ליינען.
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 6:49 pm

הערליך ס'איז הערליך שקויעך
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 6:51 pm
הלשון האט געשריבן:די וועלט זאגט:
ADVERTISEMENT DOES NOT COST, IT PAYS
אצינד צום פראגע:
די לאקאלע בלעטער זענען לדעתי מער עפעקטיוו (געווענליך אויך ביליגער - שוין לאנג נישט געטשעקט פרייזן), ווי די גרויסע צייטונגען.
בפרט כהיום הזה, ווען די לאקאלע אויסגאבעס ווערן פארטיילט לרחצה, "חנם אין כסף", ווי אויך זענען זיי "נייטראל", ממילא ווערט עס געקוקט דורכן אלגעמיינע ציבור. משא"כ צייטונגען וועלכע קאסטן געלט (וועלכע האלט אפ א טייל פונעם ציבור) און זענען געווענליך אויך פארטייאיש געשטימט (פארשטייט זיך אז דער קאנקורענט פארטיי ליינט דאס געווענליך נישט), ווי אויך זענען דא אידן (גם אני בתוכם) וועלכע זענען זיך גענצליך מונע פון אריינברענגן אין שטוב סיי וואספארא צייטונג, (גערעכט, ס'דא וואס ברענגן אויך נישט אריין די אויסגאבעס, אבער ס'פיל א קלענערע פראצענט).
בכלל, איינער וואס קוקט די שאפערס רוט, איז דא צו קוקן/באטראכטן/זוכן עדס. רוב וואס ליינען צייטונגען, זוכן/ליינען נייעס, פארזעצונגען, פאליטישע אנאליזן, פאמיליע אפטיילונג וכדומה. נאר דרך אגב, זעהט מען אויך עדס. צומאל כאפט מען ניטאמאל אויף וואסערע עד מ'האט געזעהן בשעת'ן ליינען.
מצטרף לכל הנ"ל
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 7:28 pm
קורץ און שארף
הו הא, א שיינע איידיע ווי אזוי צו אדווערטייזן די קליינע אויסגאבעס אויף איי וועלט - אומזיסט!
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 7:33 pm
ווען דו גייסט אריינגלייגן דיין עד אין שאפערס רוד א.ד.ג., זאג האסט עס געזעהן אויף איי וועלט...........
ווי זאגט דער פסוק....
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 8:29 pm
מסירת מודעה
איך האב נישט קיין שום שייכות, נגיעה, משפחה'שאפט וכדומה, מיט קיין איינע פון די אויסגאבעס, קלענערע אדער גרעסערע
וואס איך האב געשפירט פאר אויפריכטיג, האב איך געשריבן
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 8:37 pm
הלשון האט געשריבן:בכלל, איינער וואס קוקט די שאפערס רוט, איז דא צו קוקן/באטראכטן/זוכן עדס. רוב וואס ליינען צייטונגען, זוכן/ליינען נייעס, פארזעצונגען, פאליטישע אנאליזן, פאמיליע אפטיילונג וכדומה. נאר דרך אגב, זעהט מען אויך עדס. צומאל כאפט מען ניטאמאל אויף וואסערע עד מ'האט געזעהן בשעת'ן ליינען.
איך בין נישט איינשטימיג מיט דעם לעצטן פאראגראף.
א גוטער עד דארף ווערן דעזיינט אז עס זאל אריינגיין אין געדאנק בעקיפין, טאקע אינמיטן ליינען אנדערע זאכן.
מיטוואך אוקטובר 26, 2011 10:48 pm
הלשון האט געשריבן:מסירת מודעה
איך האב נישט קיין שום שייכות, נגיעה, משפחה'שאפט וכדומה, מיט קיין איינע פון די אויסגאבעס, קלענערע אדער גרעסערע
וואס איך האב געשפירט פאר אויפריכטיג, האב איך געשריבן
מצטרף לכל הנ"ל
דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 1:32 pm
למעשה דארף מען אין אכט נעמען א נקודה.
דער עולם האט דא גוט ארויסגעברענגט גוט די נקודות פון שטארקייטן וואס די לאקאלע בלעטטער האבן ווערסוס די צייטונגען.
אבער לאמיר נישט פארגעסן אז למעשה איז דא א חילוק ווען א מענטש ליינט א צייטונג, דאן לייגט ער צו היבש קאפ, צו ליינען די נייעס, די ארטיקלען. און אויב זעט ער דאן א עד, גייט עס מער אריין אין קאפ. ווייל ביי די לאקאלע בלעטטער, זייער אסאך מאל גיבט מען בלויז א שנעלע קוק דורך. (נישט אייביג, אבער מער ווי ביי די צייטונגען).
די נקודה איז אבער לדעתי מער שייך ביי די מאגאזינען (וואס אידיש פארמאגט דאך ליידער נישט,, חוץ די שטערן מיטן בליץ) וואס זיי גייען אויך ארויף אויפן חשבון פון די צייטונגען, אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך. אי"ה ביי א קומענדיגע געלעגנהייט.
דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 7:36 pm
קורץ און שארף האט געשריבן:יא! איך בין שוין אין ביזנעס 24 יאר צום גוטן. כן יעזור ה' להלאה, און איך וויל וויסן ווי צו אדווערטייזן.
"קורץ אין שארף" איך מיין נאך אלע טעאריעס ווי אן אדווערטיינמענט ארבעט בעסער, וועסטי מיזן טיען וואס "הערליך" האט פארגעשלאגן אין פראקטיצירט,
אזוי וועסטי קלאר ארויסהאבן אין דיין פערזענליכע אינדוסטרי ווי צי ספענדן.
אסיים בברכה שתצליח "בכל דרכיך" אין אלע אדווערטייזמענטס
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 2:02 pm
געוויס איז דא געוויסע אינדעסטריס וואס זענען אנדערש אבער בדרך כלל איז דא בעסערע רעזולטאטען פון די לאקאלע בלעטער ווי פון די צייטונגען, און בעיקר צוליב דעם וואס דער מענטש זיכט דאן די עדווערטייזמענטס און נישט קיין נייעס, און צי די טענה אז היות ס'איז דא אזויפיל - בלעטערט מען עס נאר שנעל דורך, דא קומט טאקע די חכמה פון גיטע ציענדע עדס אז אפילו אינמיטן שנעל דורכבלעטערען זאל עס ווערען אויפגעפיקט
(כ'בין נאכנישט אין די עדווערטייזונג ליין פאר 10 אדער 20 יאר אבער דאס איז מיין עקספעריענס פון די לעצטע פאר יאר)
זונטאג אוקטובר 30, 2011 12:38 pm
וואס איז מיט וויקלי 500 לוינט זיך צו עדווערטייזן?
זונטאג אוקטובר 30, 2011 1:13 pm
קלאצענדיג היינט ביים דאווענען אויף די אנדערע זייט פון די ראפעל-הגרלות צעטלעך אין ביהמ"ד, טראכט איך אולי איז דאס די בעסטע פלאץ צי אדווערטייזן, סיז פיצי קליינע עדס און אויף דעם קלאצט יעדער ביים דאווענען, דוק ותשכח....
זונטאג אוקטובר 30, 2011 1:23 pm
איך האב שוין לאנג געטראכט אז די בעסטע פלאץ צו אדווערטייזן איז אויף די ווענט פון די בור אין די הייסע מקוה
זונטאג אוקטובר 30, 2011 1:25 pm
אפשר אזוי וועט די מקוה קאסטען אזוי זיך דעקן אז מען וועט קענען אראפנעמן די געיטס
זונטאג אוקטובר 30, 2011 1:26 pm
צים פינטעל האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געטראכט אז די בעסטע פלאץ צו אדווערטייזן איז אויף די ווענט פון די בור אין די הייסע מקוה
כא כא....
כ'דערמאן מעך אז אמאל האט איינער עדווערטייזט אויף די קאווע גלעזלעך אין ביהמ"ד..