בלאט 1 פון 9

איך האב געלט צו אינוועסטען, וואו קען מען מאכן א שנעלן דאלער

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2011 10:36 pm
דורך moneyMINDED
איך האב $75,000 צו אינוועסטען ,ווי קען מען מאכן א fast return????

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2011 11:47 pm
דורך וויכטיג מאכער
ס'איז נישטא קיין פלאץ ווי מ'קען מאכן גאראנטירט א שנעלע גרויסע ריטוירן.

די נענטסטע צו א גאראנטי איז עיסקא...

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 07, 2011 5:51 am
דורך dovidal
האנדעלט אייך איין אנטיק ספרים
אסאך האבן שוין פרובירט און האבן מצליח געווען

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 07, 2011 9:41 am
דורך JOELHEALTH
סגייט נישט אזוי שעפעלע

וואו צו אינוועסטירן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 4:52 pm
דורך dell
איינער פרעגט מיך היינט, ער האט א שיינע פאר טאלער און ער איז אויך גרייט צו ארבעטן. זיין שאלה איז וואו צו אינוועסטירן. ער זוכט נישט קיין סי-די אדער אנדערע לאנגע טערמינענדיגע זאכן וואס די געלט זיצט. ער וויל ארבעטן מיט ד געלט. אבער ער ווייסט נישט וואו אנצופאנגען. וואס זאגט דער עולם, וועלכע ליין איז גוט?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:21 pm
דורך פאטאקי08
אין אנדערע ווערטער מיינסטו צי פרעגן וועלכע ביזנעס זאל יענער אינוועסטירן
תירוץ
יעדע מענטש איז געאייגענט פאר עפעס אנדערש סדא מענטשען וואס אינטערוויוען אנדערע און זיי טרעפן צו צי וואס יענער איז גוט
איך ווייס נישט ווער זיי זענען

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:54 pm
דורך זאלץוואסער
ווענדט זיך:

אויב רעדט ער פון קליין געלט זאל ער עס אינוועסטירן אין זיין שכן'ס אדער חבר'ס נייע ביזנעס

אויב רעדט ער פון גרויס געלט זאל ער מיך קאנטאקטן אין אישית....

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:11 pm
דורך dell
פאטאקי אטא דאס מיין איך. וואס וואלסטו גי'עצהט פאר א איד וואס קומט דיך פרעגן וואו צו אינוועסטירן זיין געלט?


זאלץ וואסער. וואס רופסטו גרויס אדער קליין געלט?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 5:31 pm
דורך פאטאקי08
סווענד זיך וועלכע מענטש

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:10 pm
דורך ווינקל
נישט שייך קיין כלליות'דיגער ענטפער כ'פאטאקי ועוד.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:27 am
דורך בני יששכר
וויפיל געלט איז נארמאל צי געבן פאר א אינוועסטער אין א ביזנעס??

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:03 am
דורך וויכטיג מאכער
איך וועל מיך צושטעלן צו פאטאקי... ס'דא א שיינע פאר שטאפלען אין אינוועסטמענטס... ס'דא אמאל איינער וואס האט געלט ער זוכט פשוט מיט וואס צו זיין ביזי, ס'דא איינער וואס וויל נישט זיין ביזי, אבער ער וויל אינוועסטן און מאכן געלט, און אז ס'פעהלט אויס איזער גרייט צו ארבייטן אויך דערפאר... ס'דא וואס ווילן נאר אינוועסטן נישט ארבייטן...

אויב איז די רעדע פון אינוועסטן און נישט ארבייטן, איז דא א בארג מיט אנדעדע סענעריאוס... וואס ווילסטו? ווילסט נעמען ריסק? אביסל ריסק? גאראנטירט? לאקד אין? און נאך צענדליגער אנדערע אופנים... ווידער אויב איז די רעדע פון מיטארבייטן, וועכע סארט ארבייט זוכסטו? און טאמער איז דא א רעסטאראנט אדער פיש סטאר פאר סעיל... א זעלטענע געלעגענהייט... איז דאס וואס דו זוכסט?

איך האב אין מיין טראנק נאך א שיפמענט מיט משלים... אויב איז דאס נישט גענוג ביז אהער, לאז וויסן כעדער גיבן נאך...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:43 am
דורך ווינקל
בני יששכר האט געשריבן:וויפיל געלט איז נארמאל צי געבן פאר א אינוועסטער אין א ביזנעס??

נישט קיין מציאות צו געבן א כלל אנע וויסן פרטי פרטים.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:47 am
דורך kls7777
Landing Club or Prosper Marketplace is good option to review

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:27 pm
דורך ווערקעןמיך
זאלץוואסער האט געשריבן:ווענדט זיך:

אויב רעדט ער פון קליין געלט זאל ער עס אינוועסטירן אין זיין שכן'ס אדער חבר'ס נייע ביזנעס

אויב רעדט ער פון גרויס געלט זאל ער מיך קאנטאקטן אין אישית....


נעקסט טיים קוק ער שרייבט דאך אז ער האט 75 טויזענט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:26 am
דורך וויכטיג מאכער
די וואך האבעך געהאלפן פאר איינעם שאפן א פריוואטע לאון, (עיסקא) און כאב באמערקט אז ס;איז נישטא כמעט קיין פריוואטע לענדערס פאר קליין געלט... אז איינער וויל 25 טויזענט, 50 טויזענט אדער הונדערט טויזענט איז זייער שווער צו טרעפן... קאנסידער זיך צאמצושטעלן מיט נאך איינעם און גיי אריין אין די ליין... (אויב ס'פאר דיר, מ'דארף זיין פאסיג צו זיין ביזי דערמיט)

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:50 am
דורך גוגל
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די וואך האבעך געהאלפן פאר איינעם שאפן א פריוואטע לאון, (עיסקא) און כאב באמערקט אז ס;איז נישטא כמעט קיין פריוואטע לענדערס פאר קליין געלט... אז איינער וויל 25 טויזענט, 50 טויזענט אדער הונדערט טויזענט איז זייער שווער צו טרעפן... קאנסידער זיך צאמצושטעלן מיט נאך איינעם און גיי אריין אין די ליין... (אויב ס'פאר דיר, מ'דארף זיין פאסיג צו זיין ביזי דערמיט)

מען קען נישט אנזעצען?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:19 am
דורך שנאפס
יעדע ביזנעס קען אנזעצן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:24 am
דורך וויכטיג מאכער
יעדע "אינוועסטמענט" קעמען אנזעצן... די שאלה איז נאר וואס די טשענסעס זענען... א גוטע עיסקא רעדט מען ווען מ'קען לייגן א ליען אויף א פראפערטי... וואס דאן איז שווערער אנצוזעצן.

אין מיין קעיס האב איך געלייגט א ליען אויף א קעש וועליו פון א לייף אינשורענס פאלעסי. (מחמת סיבות נישט געוואלט טאטשן די פאלעסי דיירעקט, און נישט געהאט קיין צייט צו גיין צו א באנק) אין דעם פאל איזעס גאר סעיף!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:58 pm
דורך גוגל
וויכי וויפיל פראצענט איז די מעקס וואס מען קען באקומען?

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2013 12:26 am
דורך שוועמל
וויכי נאך דא?

איך זוך צו לייגן ערגעץ געלט אויף קורצע טערמינען, שנעלע אינוועסטמענט.
איז דא ערגעץ פאר 10-15 פערצענט?

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2013 2:18 am
דורך וויכטיג מאכער
שוועמל איך בין דא... אבער איי דאונט געט איט, דו ווייסט נישט וואו מ'קען מאכן א שנעלע דאללער? דו קענסטעך יא די אנליין ביזנעס... לייג אריין אפאר טאללער און הייב אן שארן גאלד...

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2013 2:55 am
דורך שוועמל
איך זוך דייקא אזא אינוועסטמענט וואו איך האלט נישט ביים ארבייטן (זע דיין תגובה אויבן).

איך האב א צייט געהערט פון אזא זאך, אינגעלייט ריעל עסטעיט סעילסמאן, אינוועסטארס, אדער בראוקערס זוכן שנעלע קעש און געבן שיינע פערצענט אויף קורצע טערמינען פון געציילטע חדשים.

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2013 1:09 pm
דורך גוגל
שוועמל האט געשריבן:וויכי נאך דא?

איך זוך צו לייגן ערגעץ געלט אויף קורצע טערמינען, שנעלע אינוועסטמענט.
איז דא ערגעץ פאר 10-15 פערצענט?

איך וויל אויך

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2013 5:38 pm
דורך דארפסמאן
איך האב מאל געפרעגט א שאלה אויב בעטן געלט (ריבית) אויף עיסקה איז לכדחילה אדער א דיעבד און מען האט מיר געענטפערט אז עס איז א דיעבד

איינער ווייסט אפשר אויב מען האט שוין דורך געטיען די ענין