בלאט 1 פון 2

סטאקס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 5:21 pm
דורך פאזיטיוו
איך בין א אינגערמאן סהאט זיר מיר פארשמעקט צו טין אין סטאקס. איז דא איינער דא וואס האט געטין, אדער טיט אין סטאקס, און קען אביסל איבערגעבן? מער ספעציפיש אין פענני סטאקס, אויך וואט איך געוואלט וויסן אויב איינער האט אמאל געטין אין איטרעד דאט קאם. (איך קען נישט שרייבן ענגליש דא ...)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 5:25 pm
דורך באמבאסטיש
געשיקט א אישית (פרייוואטע הודעה)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 7:43 pm
דורך געלעגער
און אויב וויל איך אויך וויסן מער דעטאלן דארף איך בלייבן מיט די צינג אינדערויסן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 8:38 pm
דורך ריק פערי
געלעגער האט געשריבן:און אויב וויל איך אויך וויסן מער דעטאלן דארף איך בלייבן מיט די צינג אינדערויסן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 9:23 pm
דורך i follow
Investopedia.com
סאיז א פיין פלאץ זיך אויס צו לערנען קענסט עפענען ביי זיי א וויטריאלע טרעדינג אקאנוט וואס טרעידט
לויטן עכטן מארקעט און סלאט נאר דורך טרעידס וואס וואלטן דורך געגאנען אונעם מארקעט.
פון פעני סטאקס וואלט איך דיר געראטן שטיי וואס ווייטער סאיז זייער גרינג צו פארלירן דיין גאנצע אונוועסטמנט
פאר די טרעידסט מיט עכטע געלט שארף זיך א ביסל מיט וויטרואלע טרעדינג

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 9:28 pm
דורך שנאפס
i follow האט געשריבן:Investopedia.com
פון פעני סטאקס וואלט איך דיר געראטן שטיי וואס ווייטער סאיז זייער גרינג צו פארלירן דיין גאנצע אונוועסטמנט
ג

כ'קען א איד וואס איז געווארן א גרויסער עושר פון פעני סטאקס (עכ"פ אזוי זאגט ער..)

די מעלה דערפון איז אז מ'זעצט נישט אן אזוי סאך מיטאמאל, נאר שטאטעלעך

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 10:15 pm
דורך i follow
מקען פארדינען שנעל און דערלייגן נאך שנעלער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 1:53 pm
דורך בחורהזעצער
מעג איך פרעגן אן עמעראצישע קען איינער מסביר זיין וויאזוי סטאקס ארבעט? און וואס איז די חילוק פון פעני און געהעריגע? אויב רעדט מען שוין דערפון ביטע אהין לינקן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 3:09 pm
דורך פאזיטיוו
יישר כח I FOLLOW איך האלט עס אינמיטן אויסטשעקן, בנוגע סטאקס ווועל איך שרייבן ווי פיל איך ווייס שוין , ווען א קאמפעני וויל מאכן געלט זיך צו קענען בויען מער, אדער פאר אנדערע סיבות, פארקויפן זיי שערס. ד.מ. א חלק פון זייער קאמפעני, און ווען די קאמפעני הייבט זיך, גייט ארויף די פרייזן, למשל וואל מארט סטאקס האלט היינט ביי בערך 500 דאללער א סטאק! א.א.וו. גאגעל סטאקס האלט זייער הויעך, אבער די פארדינסטן ווען איינער לייגט אריין דארט איז זייער ווייניג, ווייל עס גייט ארויף מיט א דאללער 2,3,4, און עס איז פאר א עווריטש פארדינער זייער ווייניג געלט, פענני סטאקס איז פונקט פארקערט עס קאסט א פענני און אפי' ווייניגער, און עס קען ארויפגיין פון 50 ביז 200 פראצענט דאס איז ווען איינער לייגט אריין א 100 דאללער איז עס פון 50 ביז 200 דאללער רווח, די פראבלעם איז אז קען בלייבן ווי ס'איז און קראכן ביז 0, דעמאלטס דערלייגסטי די גאנצע געלט, איז כדי אריינצילייגן אין די גיטע סטאקס דארף מען מאכן ריסערטש צו זען אויב די קאמפעני איז א גיטע, אויב זיי האבן א פיוטשער, און אויב מענטשן זיכען צו קויפן די סטאקס, עס איז אויך דא וועבסיידס וואס טיען עס פאר געלט, זיי מאכן די ריסערטש און שיקן אימעילס ווען אריינצילייגן און ווען ארויסצינעמען, און זיי זאגן אלע אז מען קען נישט זאגן אויף זיכער ביי קיין איין, אז דאס וועט ארויפגיין, זיי קענען נאר זאגן וואס זיי זעען פאראויס אז עס גייט געשען,איז דא איינער וואס האט עקספיריענס? ביטע.....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 6:41 pm
דורך וויכטיג מאכער
דו פלאנס צו ווערן א סטאק בראוקער, אדער דו ווילסט טרעדן פאר דיר פריוואט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 9:13 pm
דורך געלינקטער

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 1:52 pm
דורך גוגל
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דו פלאנס צו ווערן א סטאק בראוקער, אדער דו ווילסט טרעדן פאר דיר פריוואט?

פריוואט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 1:54 pm
דורך אזוי צו אזוי
איבער א יאר האט דיר געדויערט אויף צו קומען מיט א תשובה?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 1:59 pm
דורך בלעקבערי פען
עס איז מיר נאר בייגעפאלען א זיסע חלום וואס איך האב מיך געוואלט ווען חלומען.

בלעקבערי סטאקס האלט היינט זייער נידריג (ירידה לצורך עליה). די פרייז איז 14.28

און עפעל האלט היינט ביי 487.51

איז מיין שאלה אזוי. איך קען היינט נעמען $14.28 און אויב ווערט רים צוריק פיקט אפ ביז א יאר גיי איך ארויס מיט 473.23 אויף אזא קליינע אינוועסטמענט ? אזוי ארבעט עס ?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 3:19 pm
דורך היימישער איד
יא אזוי ארבעט עס. עס גייט אבער ביידע וועגן. דהיינו אויב רים ארבעט זיך נישט ארויף און גייט ארויס פון ביזנעס אדער אפי' איינער קויפט איר אפ קענסטו אנווארן אפי' דעם קרן. ודו"ק. אגב רים איז קיינמאל נישט געווען אזוי הויך ווי עפעל אפי' אין אירע בעסטע צייטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 3:36 pm
דורך בלעקבערי פען
אבער עס איז גאר א קליינע אינוועסטמענט לגבי די רווח וואס עס קען זיין

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 3:38 pm
דורך שנאפס
ווענדט זיך וויפיל שעירס דו ווילסט קויפן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 6:18 pm
דורך הבדלה וויין
בלעקבערי פען האט געשריבן:אבער עס איז גאר א קליינע אינוועסטמענט לגבי די רווח וואס עס קען זיין


עס איז לכאורה א זיכערע פארלוסט אויב די קויפסט רים, די מארקעט געט זיי נישט קיין האפענונג. סא פליז קויף עס נישט, נאר פארקויף עס שארט.
אקעי, עס באלאנגט אין די בלעקבערי פארום...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 10:12 pm
דורך היימישער איד
הבדלה נישט אלע אנעליסטן זענען ביי די מיינוג. אסאך האבן געהייסן קויפן בשעת ס'איז געווען נאך ביליגער אונטער צען דאלער. און פארויסגעזאגט א שיינע פארדינסט בעז"ה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 9:22 am
דורך בלעקבערי פען
איז צום ענין.
ווי קויפט מען דאס ?
און וויאזוי נעמט מען ארויס די געלט דערפון שפעטער ?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 10:17 am
דורך שנאפס
דאכט זיך עס מוז גיין דורך א לייסענסד סטאק בראקער

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 12:13 pm
דורך תרגום יונתן
http://optionshouse.com
כ'האב זיי גענוצט אמאל, גאנץ פיין. (ווילסט שטארק וויסן? יא, כ'האב דערלייגט.)

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 12:45 pm
דורך בלעקבערי פען
שוין..............
איינער האט מיר שוין אפגערעדט. איז נישט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 9:34 am
דורך ראפאט קראמפלי
האט עפשער איינער אפאר חלקים און גוגל'ן?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 12:44 pm
דורך הערליך
ווער סהאט געקויפט סטאקס פון גוגלען 2 3 יאר צוריק האט שיין פארדינט