בן כלבא שבוע האט געשריבן:די פראדיצירער קענען נישט האלטן קיין קאנטראל דערויף, און פראדיצירן בלויז א באשטימטע צאל?
פארוואס זאל עס זיין אנדערש ווי דיימאנטן און אנדערע צענדליגע אינדיסטריעס, ווי די פרייזן האלטן זיך הויעך א דאנק די קאנטראל?
חוץ מזה פארלאנגט נישט קיינער אז עס זאל ווערן ממש אזויוי ביטקוין, דאס אז ס'זאל ארויפגיין צו אפאר דאללער איז נישט אזוי שלא כדרך הטבע, און סיז מיינעך גענוג - פאר איינעם וואס לייגט יעצט אריין - צו חתונה מאכן אלע קינדער, און זיך אויסלעבן די יארן רוהיגערהייט...
צו זיי קענען צולייגן א קעפ? אפשר, מעגליך.
אבער דער מציאות איז אז עט די מאמענט עז ווי ספיעק האט עס נישט קיין שום קעפ (דא איז פון וויקיפעדיע: There is currently no implemented hard cap on the total supply of Dogecoins. Initially, Dogecoin had a supply limit of 100 billion coins, which would already have been far more coins than the top digital currencies were allowing).
אגב דער פאקט אז די פראדעצירער קענען אזוי שנעל צולייגן א קעפ איז נישט פשוט, איך ווייס נישט דער ספעציפישע טעקניקאלעטיס ביי דעם קוין, אבער נארמאל איז נישט דא איינער אין א קאררענסי וואס קען טוישן וויאזוי עס ארבעט אליינס (אויב יא קען ער דאך מאכן אז ער זאל באקומען א טריליאן דערפון און דאן שיקן יעדן בארן קלאפן...)