סטאקס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג פאברואר 12, 2016 1:51 pm

נאכאמאל ביטע גוט אריינקלערן פארן אינוועסטירן.

יעדע טרעדינג פירם האט זיך זיינע מעלות, מיט די אייגענארטיגע פרייזן פאר יעדע טראנסאקציע. עס קאסט געלט יעדע סעל און יעדע ביי. עס קען זיין איר וועט מאכען 10 דאלאר, און עס דערלייגן ווייל איר האט געמאכט דריי טראנסאקציעס.

אזוי אויך זענען די קאמפאניס אנדערש מיט די סערוויסעס, ווי באקוועם די טשארטס זענען, ווי פלעקסיבעל די טרעדינג פראגראמען וכדו'.

אפשר וואלט כדאי געווען פאר איינעם וואס וויל אנהייבן, צו טרעידן ערשט אויף די פראגראמען ווי מען טרעדט נישט פאר עכט, נאר מען האט כלומרשט געלט אריינגעלייגט און מען מאכט טראנסאקציעס וואס גייט מיט כאילו מען האט געהעריגע געטרעיד. אויב זעהט מען דארט אז מען מאכט געלט, קען מען אנהייבן פאר עכט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג פאברואר 12, 2016 2:22 pm

עם הארץ האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:The "how" to buy is very Straightforward, the challenge is "what" to buy and "when" to buy.

Just open an account by a brokerage firm like fidelity, Schwab TDameritrade, optionshouse and you are ready to invest, it's like opening a bank account.


whats the differences between the above mentioned brokerage firms? is any diff with which one to go? price? services? etc.
they are asking personal info. are they reliable?



לויט ווי איך האב פארשטאנען ביזטו נישט אינטערעסירט אין טרעדן, דו ווילסט קויפן א סטאק פאזישן פאר א לענגערע צייט, אויב דאס איז טאקע די קעיס דאן דארף נישט זיין קיין גרויסע חילוק מיט וועם דו גייסט, די קענסט סך הכל איבערצאלן מיט א פינעווער, איך נוץ אפשענס האוס א סטאק טראנזאקציע קאסט מיר 4.95$.

בנוגע צי מען קען זיי טראסטן, ווי לאנג מען האלט זיך מיט גרעסערע קאמפעניס (איך האב אויסגערעכנט 4 אויבן ) איז דאס די זעלבע ווי דו טראסט דיין באנק.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג פאברואר 12, 2016 3:01 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:.........
איין זאך איז כדאי צו געדענקען ווען מען טראכט נאר פון אנרירן סטארקס. מר. ווארען באפעט איז פון די רייכסטע מענטשן אין די וועלט. ער איז די גרעסטע סטאק שפילער.

און ער האט איין כלל! ער אינוועסטירט נישט אין קיין שום אייטעם, וואס ער פארשטייט נישט ישר והפך!! ער אינוועסטיר אין קאוקע קאולע, דאס פארשטייט ער!! ער האט דאס געטרינקען, ער ווייסט ווי עס טעיסט, ער ווייסט פארוואס מענטשן וויל דאס, און ער פארשטייט ווי עס וויאזוי און וואו עס ווערט ערצייגט אא"וו אלע פרטים.

אין טעכנעלאגיע האט ער נישט אינוועסטעט צו שטארק! "איך פארשטיי נישט וואס דאס איז"! איך האב עס נישט ארויס. וואס איז געשען? ביי די גרויסע טעק סטאק קראך, ווען די נעסדעק איז געגאנגען אין די אדמה - און האט ביז היינט נישט ריקאווערט - איז געווען אינדרויסן! אלע האבן דערלייגט ביליאנען, און ער איז געווען "סעיף"!

פארוואס? ווייר ער שטעקט נישט איין אין א ביזנעס, נאר ווען ער קען נעמען די ביזנעס, עס איבערנעמען און אליין פירען... מארגן!!

און דאס איז די סוד פון אינוועסטנמענט אין סטאק און אין יעדע שפוקעלאציע. האסטו עס ארויס עד הסוף, קענסטו אינוועסטירן. אויב נישט, איז עס פונקט גוט צו אריינלייגן 200$ און האבן פאן! אבער נישט אויף צו שפילן מיט געלט וואס דו ביסט אנגעוויזן דעראויף.

איך וויל נאר צולייגן אט נקודה וואס כ'האב נעכטען פארגעסן צו שרייבן.

עס איז נישט פשט אז ווארען באפעט האט נישט אינוועסטירט אין טעק קאמפאניס ווייל ער האט עס נישט ארויסגעהאט עד הסוף, און עס "איז אים געלונגען" אז די טעק קאמפאניס האבן טאקע געקראכט.

עס איז מער פון דעם.

די סיבה פארוואס די אלע טעק קאמפאניס האבן געקראכט איז טאקע געווען ווייל די אינוועסטירער האבן נישט פארשטאנען וואס זיי זענען. טעכנעלאגיע איז געווארן אזוי הייס, עס האט דעמאלס אנגעהויבן ערענסט ווערן פארשפרייט, אז יעדער איז געווען ווילד צו קויפן עני טעק סטאק. מען האט נאר געדארפט מאכען א קאפערעשאן, זאגן מען פארקויפט עפעס אין טעק, און דער עולם האט באווארפן מיט געלט.

און אסאך פון די קאמפאניס זענען געווען טאקע הוילע באפקעס, און אנדערע זענען נישט געווען ממש הוילע באפקעס, אבער איינער וואס האט פארשטאנען גוט צו טעכנעלאגיע, האט געקענט פאראויס שאצן אז עס גייט זיך נישט אויסארבייטן.

דער עולם האט אבער פון גארנישט געוואלט וויסן, און מען האט געגאסן געלט, ווי נאר די ווארט "טעק" איז געווען פארמישט. און נאכן קראך האט זיך דער עולם געריסן די האר פון קאפ, און "נישט געקענט פארשטיין" וויאזוי מען איז אזוי אריינגעפאלן.

באפעט, האט טאקע נישט אינוועסטירט ווייל "ער האט עס נישט פארשטאנען" און דאס האט אים געראטעווט.

סא עס איז נישט פלעין מזל, ער האט געוויסט וואס ער טוט מיטן נישט אינוועסטירן וואס ער פארשטייט נישט, אנדערע האבן דאס נישט געוויסט, און צוליב דעם איז ער א ביליאנער, און די אנדערע האבן געקענט - וואס מען רופט - אפלעקן די וואונדען.

א גוטע לעססאן וואס יעדע סטאק אינוועסטירער דארף אריינעמען אין קאפ.

----

נאך א נקודה.

ווען איינער אינוועסטיר אין סטאקס, קען יעדע סקונדע פון טאג זיין געלט ווערן מער, אדער חלילה פארלוירן גיין. און דאס מיינט אז ווילאנג די מארקעט איז אפען, און היינט שוין מיט די אפטער מארקעט, און די גלאובל מארקעט, אויב איז איינער נישט קיין געזונטע אינוועסטער, וועט ער חלילה משוגע ווארן!! יעדע סעקונדע טשעקען וואס טוט זיך!! מען וועט נישט קענען זיצן איין רגע, דאווענען איין ווארט, שמועסן מיט איינעם פאר מער ווי איין מינוט, בעפארן טשעקען נאכאמאל און נאכאמאל "וואס טוט זיך"!!

און מען האט 50 אפס און דאונס יעדען טאג!! דאס איז א וואש מאשין וואס מען דארף קענען פארנעמען.

אז איינער האט א דזשאב, אדער א ביזנעס, קען ער אין בעסטען פאל נישט וויסן צו ער האט פארדינט אדער דערלייגט פאר א פאר טאג, פאר א וואך צו א מאנאט. אפי' איינער וואס האט א עמעזאן ביזנעס, באקומוט א אימעיל ווען ער פארקויפט עפעס, און ווען ער באקומט נישט ווייסטער אז עס איז שטיל.

אין סטאקס איז נישט אזוי! יעדע סעקונדע פון טאג, קענסטו האבן דערלייגט אדער פארדינט!! דאס איז עפעס וואס ווייניג קענען פארטראגן!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » זונטאג פאברואר 14, 2016 4:08 pm

איינער ווייסט אפשר וואס binary options אין סטאקס איז? און צי דאס איז נישט קיין סקעם? כפרעג ווייל כהאב געזען פארשידענע עדס פון סייטס וואס זאגן צו אותות ומופתים מיט דעם.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג פאברואר 14, 2016 4:12 pm

@ כאצאצקע רבי אנטלויף די שנעלסטע וואס די קענסט פון דעי עדס

קאמען סענס
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2016 12:21 pm

תגובהדורך קאמען סענס » זונטאג פאברואר 14, 2016 6:16 pm

עם הארץ האט געשריבן:I got interested to buy stocks from some specific companies i believe in
but i don't know anything about stocks, how to buy where to buy E.T.C
anybody with info? where and how to buy ?

גוטע צייט אנצוהייבן ווען מארקעטס זענען אויף סעיל , יעצט קענסטו קויפן גוטע סטאקס פאר א דיסקאנט, עפען אן אקאנט סאיז איזי און סאיז ביליג לייג עס אוועק און הצלחה רבה !

קאמען סענס
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2016 12:21 pm

תגובהדורך קאמען סענס » זונטאג פאברואר 14, 2016 6:17 pm

יאצמעך האט געשריבן:
Amazon Seller האט געשריבן:Oil is now on a low price by about $27 and i wont to by in now...
can any one tell me how and were i can invest in buying oil stocks

גרינגסטע איז צו קויפן שעירס ביי איינע פון די גרויסע אויל קאמפעני'ס ווי exxon mobile

יא גערעכט אבער טאקע וועגן דעם די ביג מאני וועט נישט ווערן געמאכט מיט דעי קאמפעניס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 6:20 pm

קאמען סענס האט געשריבן:
עם הארץ האט געשריבן:I got interested to buy stocks from some specific companies i believe in
but i don't know anything about stocks, how to buy where to buy E.T.C
anybody with info? where and how to buy ?

גוטע צייט אנצוהייבן ווען מארקעטס זענען אויף סעיל , יעצט קענסטו קויפן גוטע סטאקס פאר א דיסקאנט, עפען אן אקאנט סאיז איזי און סאיז ביליג לייג עס אוועק און הצלחה רבה !

פון וואו ווייסטו אז די מארקעטס זענען אויף סעיל יעצט?

אמער אסאך זאגן אן אז עק קומט א פול פלעידזשד קראך, און מען גייט אריין אין א געהעריגע בעיר מארקעט. נישט אז איך זאג אז עס גייט אזוי זיין, באט פון וואו ביסטו אזוי זיכער אז עס איז יעצט א סעיל?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג פאברואר 15, 2016 12:26 am

איך האלט נישט פונקטליך מיט ווי די מארקעט האלט , באט שוין א שיינע פאר חדשים וואס די מארקעט איז דאן , כאטש וואס די עקאנעמי איז גאנץ גוט , מיין פערזענליכע מיינונג אז אז די מארקעט וועט זיך צוריקכאפן באט אידערוועי די סטאק מארקעט קען אלס מער פאלן און סאיז נאריש און אוממעגליך צו וויסן ווען סוועט אויפהערן פאלן און איינער וואס וויל אינוועסטן איז אלס א גוטע צייט אריינצולייגן געלט פארשטייט זיך פאר די לאנג טערם .

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג פאברואר 15, 2016 12:29 am

כוועל אביסל מער צולייגן סאיז קלאר אז סקען אלס ווערן ערגער פאר סווערט בעסער , באט הא קערס ? איינער וואס איז א אינוועסטער פאר 3+ יאר ( אונטער דעם זאל ער נישט צורירן צו סטאקס ) דארף זיך פרייען יעדעס מאל ווען די מארקעט פאלט אזוי קען ער קויפן די זעלבע עססעטס פאר ביליגער וואס מיינט אז זיין פיוטשער ריטערן וועט זיין העכער , ניין פאר רוב מענטשן איז נישט פאן צו זעהן ווי זיין פארטפאליא איז ווערט 20 צו 50 פראצענט ווייניגער ווי פאריאר , אבער דאס איז די סיבה פארוואס סטאקס רויטערנען מער ווי אנדערע אינוועסטמענטס .

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 15, 2016 12:31 am

די מארקעט האלט זייער מעגליך פאר אריינגיין אין א בעיר מארקעט. עס איז זייער נאנט צו דעם, און עקסטער איז געווען צוויי נאכאנאדע קארעקשאנס וואס איז זייער א שלעכטע צייכן.

עקסטער איז די עקאנמיע ווייט פון גוט, עס איז געוואקסן גאר שוואך אין לעצטל קווארטל פון פאריאר, און רעספעקטירטע עקאנאמיסטן - כאטש נישט קיין סאך - רעדן פון א מעגליכע רעסעסיע.

יעצט מען קען נישט פארזאגן וואס גייט קומען. אבער צו קומען און פאראויס זאגן אז עס איז א גוטע צייט צו אינוועסטירן בשעת מען זאגט אליין אז מען האלט נישט מיט די מארקעט איז זייער נישט ריכטיג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג פאברואר 15, 2016 1:09 am

רוב סטאקס זענען שוין און א בער מארקעט זייט אגויסט , אויב סוועט מער פאלן איז נאך בעסער וועט ווערן נאך ביליגער , א גוטע עצה איז טאקע דאללער קאסט עוורעדשינג וואס דאס האט שוין א צווייטער ( אברך ) זייער קלאר מסביר געווען און א אנדערע אשכול , יעצט וועגן די עקאנעמי א עקאנעמי וואס האט פאריאר צו געזעהן 2.7 מוליאן נייע דזשאבס וועידזשעס ווערן בעסער , מעניפעקטשרינג איז גאנץ גוט נאנט צו 18 מוליאן נייע קארס ! פון א עווריטש פון 13 מוליאן צו נאנט צו 18 איך רעד שוין נישט פון די אפאר יאר צוריק ווען סאיז געווען אינטער 10 מוליאן און יעדער האט געזאגט אז די קאר מארקעט איז טויט , דעיס איז נישט קיין סימנים פון א ריסעשען ! יעצט די אלע זאכן אויל , איבאלע , טשיינע, אינטרעסט רעיטס , זענען שוין פרייזט און , און ווען מענטשן וועלן זיך אויסליפטערן און זעהן אז נידעריגע ענערדשי פרייזן איז גוט פאר אמעריקאנע קאנסומער , און אז ענערדשי איז ביליג איז די קאסט אויף פראדאצירן ביליג און דעס אלעס איז גוט פאר אונזער עקאנעמי וועלן זאכן שנעל ארויפגיין , סווערט שפעט און כקען שרייבן און נישט פערטיג ווערן און סאיז במילא נישט נוגע , ווער סוויל וויסן וויזוי דו מארקעט ארבעט זאל אויפזיכן אברך ארטיקלען זייער קלאר געשריבן די היסטארי פון די סטאק מארקעט ריטערענטס.
לעצט פאראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום מאנטאג פאברואר 15, 2016 1:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג פאברואר 15, 2016 1:10 am

ביידיוועי אמעזאן איז געווען און איז פון די בעסטע סטאקס און די מארקעט חס וחלילה שארטן

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מאנטאג פאברואר 15, 2016 1:50 am

"די בעסטע צייט צו אינוועסטירן איז ווען דו האסט געלט"

Ric Edelman-

קיינער קען נישט זיין זיכער אין וועלכע דירעקציע די מארקעט גייט גיין מארגען, אבער אויב גייט מען כסדר זיין פארנומען מיט שפעקולאציעס ווען ס'איז די 'בעסטע' צייט צו אינוועסטן דאן קען מען קיינמאל נישט אינוועסטן ווייל אפשר גייט מארגן זיין ביליגער...

איינער וואס מאכט דאללער קאסט עוורעדשינג אין א דייווערסיפייד פארטפאליא, יעצט אז די מארקעט איז געפאלן מיט 10% קען מען דן זיין צי מען זאל צולייגן מער געלט ווי געווענליך ווייל מען באקומט א 10% דיסקאונט, און אויב מארגן וועט די מארקעט פאלן מיט 20% וועט דאך זיין ממש געוואלדיג... מען קען באקומען א 30% דיסקאונט.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מאנטאג פאברואר 15, 2016 2:13 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:----

נאך א נקודה.

ווען איינער אינוועסטיר אין סטאקס, קען יעדע סקונדע פון טאג זיין געלט ווערן מער, אדער חלילה פארלוירן גיין. און דאס מיינט אז ווילאנג די מארקעט איז אפען, און היינט שוין מיט די אפטער מארקעט, און די גלאובל מארקעט, אויב איז איינער נישט קיין געזונטע אינוועסטער, וועט ער חלילה משוגע ווארן!! יעדע סעקונדע טשעקען וואס טוט זיך!! מען וועט נישט קענען זיצן איין רגע, דאווענען איין ווארט, שמועסן מיט איינעם פאר מער ווי איין מינוט, בעפארן טשעקען נאכאמאל און נאכאמאל "וואס טוט זיך"!!

און מען האט 50 אפס און דאונס יעדען טאג!! דאס איז א וואש מאשין וואס מען דארף קענען פארנעמען.

אז איינער האט א דזשאב, אדער א ביזנעס, קען ער אין בעסטען פאל נישט וויסן צו ער האט פארדינט אדער דערלייגט פאר א פאר טאג, פאר א וואך צו א מאנאט. אפי' איינער וואס האט א עמעזאן ביזנעס, באקומוט א אימעיל ווען ער פארקויפט עפעס, און ווען ער באקומט נישט ווייסטער אז עס איז שטיל.

אין סטאקס איז נישט אזוי! יעדע סעקונדע פון טאג, קענסטו האבן דערלייגט אדער פארדינט!! דאס איז עפעס וואס ווייניג קענען פארטראגן!!


די נקודה איז זייער שטארק און ריכטיג ווען מען רעדט פון א שפעקולאנט צי זאל דאס זיין אפשענס, דעי טרעידערס, אדער אינוועסטן אין א געוויסע סעקטאר אדער סטאק.

אבער ווען איינער אינוועסט דייווערסיפייד מיט א לאנגע טיים הארייזאן, אויב גייט מען אריין מיט די ריכטיגע בליק (attitude) דארף די רייזע נישט זיין אזוי שווער און מען ווערט נישט אנגעצויגן ווען ס'קומט א ביער מארקעט.

איך זאג נישט, די ערשטע וואך ווען די זאך פון אינוועסטן איז נאך א נייע זאך קוקט מען נאך יעדן טאג די אקאונט און אויב איז מען דאון כאפט מען א ציפ... אבער דאס וועפט אויס נאך עטליכע וואכן, מען ווערט צוגעוואוינט צו די וואלעטיליטי.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג פאברואר 15, 2016 6:21 am

.
צוגעלייגטע
Screenshot_2015-12-04-00-38-05-1.png

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג פאברואר 15, 2016 6:42 am

אברך האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:----

נאך א נקודה.

ווען איינער אינוועסטיר אין סטאקס, קען יעדע סקונדע פון טאג זיין געלט ווערן מער, אדער חלילה פארלוירן גיין. און דאס מיינט אז ווילאנג די מארקעט איז אפען, און היינט שוין מיט די אפטער מארקעט, און די גלאובל מארקעט, אויב איז איינער נישט קיין געזונטע אינוועסטער, וועט ער חלילה משוגע ווארן!! יעדע סעקונדע טשעקען וואס טוט זיך!! מען וועט נישט קענען זיצן איין רגע, דאווענען איין ווארט, שמועסן מיט איינעם פאר מער ווי איין מינוט, בעפארן טשעקען נאכאמאל און נאכאמאל "וואס טוט זיך"!!

און מען האט 50 אפס און דאונס יעדען טאג!! דאס איז א וואש מאשין וואס מען דארף קענען פארנעמען.

אז איינער האט א דזשאב, אדער א ביזנעס, קען ער אין בעסטען פאל נישט וויסן צו ער האט פארדינט אדער דערלייגט פאר א פאר טאג, פאר א וואך צו א מאנאט. אפי' איינער וואס האט א עמעזאן ביזנעס, באקומוט א אימעיל ווען ער פארקויפט עפעס, און ווען ער באקומט נישט ווייסטער אז עס איז שטיל.

אין סטאקס איז נישט אזוי! יעדע סעקונדע פון טאג, קענסטו האבן דערלייגט אדער פארדינט!! דאס איז עפעס וואס ווייניג קענען פארטראגן!!


די נקודה איז זייער שטארק און ריכטיג ווען מען רעדט פון א שפעקולאנט צי זאל דאס זיין אפשענס, דעי טרעידערס, אדער אינוועסטן אין א געוויסע סעקטאר אדער סטאק.

אבער ווען איינער אינוועסט דייווערסיפייד מיט א לאנגע טיים הארייזאן, אויב גייט מען אריין מיט די ריכטיגע בליק (attitude) דארף די רייזע נישט זיין אזוי שווער און מען ווערט נישט אנגעצויגן ווען ס'קומט א ביער מארקעט.

איך זאג נישט, די ערשטע וואך ווען די זאך פון אינוועסטן איז נאך א נייע זאך קוקט מען נאך יעדן טאג די אקאונט און אויב איז מען דאון כאפט מען א ציפ... אבער דאס וועפט אויס נאך עטפליכע וואכן, מען ווערט צוגעוואוינט צו די וואלעטיליטי.

און נאך א עצה ער זאל נישט אזויסאך קוקן און זיין אקאנט , און ער זאל נישט ליינען אזויפיל נייעס , און ווען ער ליינט יא זאל ער פארשטיין אז נייעס איז סתם פאר אינטערטעימענט , און קיינער ווייסט נישט די דירעקשאן פון די מארקעט , און שרעקעדיגע העדליינס איז אלס אסאך אינטערסאנטער , און סמיינט גארנישט , די פעסט איז נישט געווען אזוי גוט , יעצט איז נישט אזויא שלעכט און די פיוטשער איז אלס אסאך בעסער ! .

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 15, 2016 3:44 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:רוב סטאקס זענען שוין און א בער מארקעט זייט אגויסט , אויב סוועט מער פאלן איז נאך בעסער וועט ווערן נאך ביליגער , א גוטע עצה איז טאקע דאללער קאסט עוורעדשינג וואס דאס האט שוין א צווייטער ( אברך ) זייער קלאר מסביר געווען און א אנדערע אשכול , יעצט וועגן די עקאנעמי א עקאנעמי וואס האט פאריאר צו געזעהן 2.7 מוליאן נייע דזשאבס וועידזשעס ווערן בעסער , מעניפעקטשרינג איז גאנץ גוט נאנט צו 18 מוליאן נייע קארס ! פון א עווריטש פון 13 מוליאן צו נאנט צו 18 איך רעד שוין נישט פון די אפאר יאר צוריק ווען סאיז געווען אינטער 10 מוליאן און יעדער האט געזאגט אז די קאר מארקעט איז טויט , דעיס איז נישט קיין סימנים פון א ריסעשען ! יעצט די אלע זאכן אויל , איבאלע , טשיינע, אינטרעסט רעיטס , זענען שוין פרייזט און , און ווען מענטשן וועלן זיך אויסליפטערן און זעהן אז נידעריגע ענערדשי פרייזן איז גוט פאר אמעריקאנע קאנסומער , און אז ענערדשי איז ביליג איז די קאסט אויף פראדאצירן ביליג און דעס אלעס איז גוט פאר אונזער עקאנעמי וועלן זאכן שנעל ארויפגיין , סווערט שפעט און כקען שרייבן און נישט פערטיג ווערן און סאיז במילא נישט נוגע , ווער סוויל וויסן וויזוי דו מארקעט ארבעט זאל אויפזיכן אברך ארטיקלען זייער קלאר געשריבן די היסטארי פון די סטאק מארקעט ריטערענטס.

איך זעה נישט די תועלת פון זיך איבער טענה'ן נאכאמאל און נאכאמאל איבער די עקאנמיע.

נאר אזויפיל, עס איז נישט אז איך זאג מען קומט זיכער אריין אין א רעסעסיע. אבער עס ווערט העכער און העכער די כאר פון עקאנאמיסן וואס זאגן אזוי. אנדערע שווערן זיך שוין אז עס קומט א רעסעסיע. גאלדמאן סאקס און אנדערע בענק זאגן אזוי.

דאס איז א העדליין פון ביזנעס אינסיידער פון היינט:

JP Morgan says there's a 92% chance of recession within 3 years

אמת אז נידריגע ענערגיע פרייזן זענען גוט פאר די עקאנמיע,אבער נישט צו נידריג, און נישט "נאר ענערגיע".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:03 pm

נאר אזויפיל, עס איז נישט אז איך זאג מען קומט זיכער אריין אין א רעסעסיע. אבער עס ווערט העכער און העכער די כאר פון עקאנאמיסן וואס זאגן אזוי. אנדערע שווערן זיך שוין אז עס קומט א רעסעסיע. גאלדמאן סאקס און אנדערע בענק זאגן אזוי.

דאס איז א העדליין פון ביזנעס אינסיידער פון היינט:

JP Morgan says there's a 92% chance of recession within 3 years


די מערסטע וואס איך קען זאגן איז ,רבותי איגנארירט זיי ! דעי קלאנס ווייסן גארנישט פון די פיוטשער , זיי קענען גארנישט פערדיקטען , נישט איך האלט אזוי נאר די מציאות איז אזוי אז קיינער ווייסט נישט ( נאר קיינער מאכט נישט קיין געלט פון זאגן איך ווייס נישט ..) וואס איך ווייס יא איז אז ווען דו מארקעט פאלט גייט עס נאכדעם זייער שנעל ארויף , 2 ) א דאנק דעם ווערן סטאקס ביליגער וואס אלס רעזולטאט וועלן ריטערנס זיין גרעסער , ווען קיינער זאל נישט פייניגן וועלן סטאקס ווערן זייער טייער , און ווען סטאקס ווערן זייער טייער ברענגט עס אויטאמאטיש צו שוואכערע ריטערנס , הייבט מען אן צו פייניגן וחוזר חלילה , יעדע שטיק צייט . ווער סקען זיך קאנטראלן ווען יעדער ארום שרייט , און האט א פלאן און פארשטייט דאס , וועט מצליח זיין , ווער ספארשטייט נישט דאס דען די מארקעט איז צו טייער זיך אויס צו לערנען דעיס .

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:04 pm

און כוועל בל'נ ענדיגן מיט דעם יעדער וואס אינוועסט צו וויל אינוועסטן געלט און די מארקעט זאל פארשטיין אז יעדע מאל ווען ער טוט עפעס צו ער קויפט צו ער פארקויפט איז דא 2 וועגן ער זאל מאכן געלט : איינס אז ער איז קליגער, ווייסט עפעס מער , פון די אנדערע זייט וואס פארקויפט צו אים ,( וואס די אנדערע זייט זענען ריזיגע אינסטוטציעס מיט די בעסטע עקספיריענסד טיעם פון אנאליסטן מיט אנלימעטעט קעפיטאל פאר ריסערדזש ), אדער דורך האבן א אנדערע טיים הארייזאן , וואל סטריט קוקט די נעקסטע 3 ביז 12 חדשים אויב דו קענסט עקספענדן דיין אינוועסטמענט טיים צו 5 יאר לדוגמה, האסטו א עדווענדיטש אויף וואל סטריט , הצלחה רבה !

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:44 pm

.
לעצט פאראכטן דורך Elmo אום מאנטאג פאברואר 15, 2016 11:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 15, 2016 8:46 pm

"כ'ווייס נישט אלעס, איר ברויכט וויכטיג מאכען צוויי טוישונגען אין אייער לעבן.

איינס אייער ניק, איר דארפט זיך רופן "כ'ווייס אלעס", עס קוקט אויס ווי איר האלט איר ווייסט אלעס בעסער ווי אלע עקאנאמיסטן. קוקט אויס אז די בענק און צייטונגען האבן פשוט א האבי פון אוועקטיילן געלט אפי' די מענטשן ווייסן גארנישט.

די צווייטע טויש דארפט איר מאכען אז איר ברויכט זאפארט ווערן א .... בדחן! אויב איר זענט נאך נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 10:28 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:"כ'ווייס נישט אלעס, איר ברויכט וויכטיג מאכען צוויי טוישונגען אין אייער לעבן.

איינס אייער ניק, איר דארפט זיך רופן "כ'ווייס אלעס", עס קוקט אויס ווי איר האלט איר ווייסט אלעס בעסער ווי אלע עקאנאמיסטן. קוקט אויס אז די בענק און צייטונגען האבן פשוט א האבי פון אוועקטיילן געלט אפי' די מענטשן ווייסן גארנישט.

די צווייטע טויש דארפט איר מאכען אז איר ברויכט זאפארט ווערן א .... בדחן! אויב איר זענט נאך נישט.

☺ כווייס כאטש אז איך ווייס נישט ! דעי סאו קאללט עקאנאמיסטען זאגן אזוי סאך אז זיי ווייסן , אז זיי הייבן אליין אן גלייבן אז זיי ווייסן אלעס . 2) די עקאנעמיסטן זענען טאקע נאר בדחנים .

Hope so
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 8:26 pm

תגובהדורך Hope so » זונטאג פאברואר 28, 2016 4:22 pm

אברך האט געשריבן:
עם הארץ האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:The "how" to buy is very Straightforward, the challenge is "what" to buy and "when" to buy.

Just open an account by a brokerage firm like fidelity, Schwab TDameritrade, optionshouse and you are ready to invest, it's like opening a bank account.


whats the differences between the above mentioned brokerage firms? is any diff with which one to go? price? services? etc.
they are asking personal info. are they reliable?



לויט ווי איך האב פארשטאנען ביזטו נישט אינטערעסירט אין טרעדן, דו ווילסט קויפן א סטאק פאזישן פאר א לענגערע צייט, אויב דאס איז טאקע די קעיס דאן דארף נישט זיין קיין גרויסע חילוק מיט וועם דו גייסט, די קענסט סך הכל איבערצאלן מיט א פינעווער, איך נוץ אפשענס האוס א סטאק טראנזאקציע קאסט מיר 4.95$.

בנוגע צי מען קען זיי טראסטן, ווי לאנג מען האלט זיך מיט גרעסערע קאמפעניס (איך האב אויסגערעכנט 4 אויבן ) איז דאס די זעלבע ווי דו טראסט דיין באנק.


I would like to open a account to Trade stocks, who do you recommend to use?
I see optionshouse its not from the Big five brokerages according to investopedia.com but they are the cheaper, can I trust them?

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג פאברואר 28, 2016 4:25 pm

Yes why not


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט