סטאקס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
וואסערטרעגער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 04, 2013 1:09 pm

תגובהדורך וואסערטרעגער » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 12:35 pm

איך בין א גרינער אין דעם ענין און וואלט שטארק געוואלט אינוועסטען א פאר טאלער. די שאלה איז דארף איך גיין לערנען ערגעץ קודם אדער מ׳קען זיך צוביסלעך אויסלערנען בשעת׳ן טרעידען? אויכעט איך וואלט ענדערשט געוואלט טרעידען אליינס אויף מיין אייגענע קומפיוטער ווי דורך א בראקער

יישר כוחכם פון פאראויס

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:25 pm

ממש א שחיטה היינט !
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג אפריל 07, 2014 1:35 pm

תרגום יונתן האט געשריבן:http://optionshouse.com
כ'האב זיי גענוצט אמאל, גאנץ פיין. (ווילסט שטארק וויסן? יא, כ'האב דערלייגט.)

זאג נאר, דו וואוינסט אפשר אין רוסלאנד? דערלייגט און דאס רופסטו גאנץ פיין?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דאנארשטאג יולי 31, 2014 3:49 pm

It's been a tough day for markets. The Dow is down 290 points. Nasdaq, S&P also down
שכל קומט מיט די יארן...

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובהדורך עם הארץ » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:05 pm

I got interested to buy stocks from some specific companies i believe in
but i don't know anything about stocks, how to buy where to buy E.T.C
anybody with info? where and how to buy ?

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 6:43 pm

The "how" to buy is very Straightforward, the challenge is "what" to buy and "when" to buy.

Just open an account by a brokerage firm like fidelity, Schwab TDameritrade, optionshouse and you are ready to invest, it's like opening a bank account.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

Amazon Seller
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2015 11:09 am

OIL STOCK

תגובהדורך Amazon Seller » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 8:38 pm

Oil is now on a low price by about $27 and i wont to by in now...
can any one tell me how and were i can invest in buying oil stocks

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 8:52 pm

פארוואס קויפן ווען די סטאק איז נאך אויפן וועג אראפ איך מיין עס איז בעסער ווען עס איז כאטש סטעבעל ביי די נומער, אבער דעס קוקט נישט אויס ווי ער האט שוין געלאנדעט
אבער פון די צווייטע זייט קען זיין ביזט גערעכט ווייל ווען מען פאלט פון א בענקל צוזעצט מען זיך נישט אזוי ווי פון די דריטע שטאק אין געז קען נישט פאלן מער פון נאך 27 דאלער vs קויפן ביי $57

Amazon Seller
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2015 11:09 am

תגובהדורך Amazon Seller » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 9:02 pm

yes you rite i dont wont to buy now any stock like amazon google or apple thy are all 20%-30% lower for the lest 4 weeks ..
what i won t to buy now is oil oil is now crazy low ...how much more can it go...at i am rite??

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 9:04 pm

Amazon Seller האט געשריבן:Oil is now on a low price by about $27 and i wont to by in now...
can any one tell me how and were i can invest in buying oil stocks

גרינגסטע איז צו קויפן שעירס ביי איינע פון די גרויסע אויל קאמפעני'ס ווי exxon mobile
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

Amazon Seller
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2015 11:09 am

תגובהדורך Amazon Seller » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 9:08 pm

יאצמעך האט געשריבן:
Amazon Seller האט געשריבן:Oil is now on a low price by about $27 and i wont to by in now...
can any one tell me how and were i can invest in buying oil stocks

גרינגסטע איז צו קויפן שעירס ביי איינע פון די גרויסע אויל קאמפעני'ס ווי exxon mobile


nope i dont thing you rite thy are not the one to make mone now wan the price is low..i thing thy are now making lees than 2 years ago...
the rite thing to do is to buy oil for $27 and wan it go up to $34 you made 20%

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 10:22 pm

1) אויל איז א קאמאדיטי, איר דארפט האבן אן אקאונט וואס מען קען טרעידן דערמיט קאמאדיטי'ס.

2) אויב איר ווילט אינוועסטען דירעקט אין אויל (לאפוקי אויל [פארבינדע] קאמפאני'ס) דאן קענט איר אינווועסטען אין אויל פיוטשער'ס - FUTURES, אדער אין אויל פיוטשער אפשענ'ס - OPTIONS, און דאס איז היפש קאמפליצירט פאר איינער וואס איז נישט באקאנט דערין.
ווי אויך ברויכט איר האבן אן אקאונט וואס מען קען טרעידען דערויף פיוטשטער'ס און אפשאונ'ס און נישט אלע טרעידינג קאמפאני'ס לאזן דאס גלייך ביים אנהייב טון, ווייל די ריסק'ס זענען פיל גרעסער ווי סתם סטאקס.

פון די אנדערע זייט אויב ווייסט איר יא וויאזוי צו האנדלען דערמיט קענט איר מיט ווייניג געלט נעמען לעווערדז"ש פון גאר א גרויסע אמאונט פון פעסלעך אויל, כידוע לכל בר בי 'אפשען טרעידער' דחד יומא...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 10:47 pm

עס זענען דא סטאקס, וואס זענען פשוטע סטאקס, וואס זענען אינוועסטירט אין אויל, און גייען צוזאם מיט אויל פונקטליך. די סטאקס קען מען קויפן און זענען זייער פשוט.

איך זאג נישט קיין רעקאמענדאציעס, איך בין נישט קיין בראוקער, באט ער האט א פוינט אז יעצט איז בפשטות גוט אריינצוגיין אין אויל. אבער למען השם נישט אויפן קורצן טערמין, און נישט מיטן חשבון אז עס גייט זייט $90 דאלאר א פעסל אין די ניער פיוטשער.

אז מען וויל אריינגיין אויפן לאנגען טערמין, און מען טראכט פון ערגעץ צווישן 45 און 60 דאלאר, דארף עס נישט זיין א שלעכטע פלאן.

נאכאמאל, איך בין נישט קיין פראפעשענעל, און איך זאג נישט עפעס וואס איך ווייס זיכער. דאס וואס איך האב געשריבן איז פשוט מיין "פילינג". אבער דאס זאג איך יא מער ווי סתם א פילינג, אז א גוטע צייט אריינצוגיין איז לכאורה יעצט. נאר ווי לאנג עס ווועט נעמען ארויף גיין, און ווי ווייט עס וועט זיין, דאס איז שוין פלעין א פילינג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 10:49 pm

קענסט קויפן שערס אין USO ETF וואס טרעקט די פרייז פון אויל.

גענומען פון נעסדעק.קאם:

By far, the most popular oil ETF is the United States Oil Fund, LP (NYSE: USO ),



אויף די עצם זאך צי ס'לוינט זיך יעצט צו אינוועסטן אין אויל האב איך נישט קיין מיינונג אזוי ווי איך בין נישט קיין נביא...

נאר איין זאך דארף מען זיכער מאכן, אז מען איז גרייט צו ווארטן עטליכע יאר ביז מען וועט זען ערענסטע פראפיטן, אפילו לאמיר זאגן אז די פרייזן זענען שוין אנגעקומען צו זייער נידעריגסטן פוינט קען זיך עס רואיג אריינזעצן אין די געגענט פאר א שיינע שטיק צייט בעפאר א ריבאונד.

כנלע"ד

נאכן שלח'ן האב איך זיך דערזעהן אז לכתחילה האט שוין געשריבן ענדליך, דאס איז פאר מיר א שטארקע קאמפלימענט...
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 11:30 pm

שטארקע טעות. סארי לכתחלה און אברך.

ס'איז זייער נאטורליך ווען מ'זעהט א זאך וואס האט ביז יעצט געקאסט טייער און די פרייז דערפון האט געטראסקעט צו האלטן אז דאס איז אונטערגעשאצט. די פעלעסי האט אפילו א נאמען אבער עלמיר נישט אריינגיין אין די פילאזאפיע דערפון....

די מארקעט שאצט יעצט נאכן נעמען אין באטראכט די סופליי און דימענד אז די פרייז איז 27. דו מוזט האבן א סיבה פארוואס דו האלטסט אז די מארקעט איז זיך טועה פאר דו וועטסט דיין פארמעגן. די שאצונגען אז ס'קען נישט בלייבן אזוי נידריג פאר אייביג איז שוין אריינגערעכנט אין פרייז (אין פיוטשערס קאסטן טאקע טייערער).

סא ס'קען זיין אז דו האלטסט אז די פרייז איז שרעקליך נידריג און ס'האט נאר מיט א פאניק וואס גייט בקרוב אריבערגיין, און ממילא לוינט זיך צו אינוועסטירן. אבער קודם דארפסטו האבן א סיבה נישט נאר א פילינג (אין פאקט, טאמער האסטו א סיבה קענסטו ווערן א העזש פאנד מענעזשער... יעדער פלאגט זיך יעצט מיט די פראגע) און אפילו ווען יא וויסן אז דאס איז א געמבל און "קיינמאל" טאר א מענטש נישט אינוועסטן אן זיין דייווערסיפייד.

איך למשל האב 3% פון מיין פארטפאליא אין VDE וואס איז א אויל פאנד. מיט דעם באפרידיג איך מיין פסיכאלאגישע צורך צו "מוזן" קויפן ווילאנג ס'איז נידריג. די איבריגע ליגט ווייטער אין א דייווערסיפייד פארטפאליא
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 11:41 pm

העי... מיליכיגער.... האסט מיך א טראפעלע באליידיגט....

צו האלסטו אז מיין פילינג איז פלעין פאר די סברה אז "עס איז שוין זייער נידריג"? נעעע.

מיין שאץ איז פון פארשטיין אויל פראדוקציע, אויל פראדוקציע די פארשידענע סארטן, ליינען זייער אסאך איבער זיי, און וואס עקספערטן האלטן איבער זיי. עס איז מיין מיינונג אז אויל איז אנדערפרייסד. מען קען נישט ערצייגן אויל פאר די פרייז, בעסער געזאגט מען קען אפשר יא, אבער עס איז שווער צו טרעפן אינוועסטירער וואס וועלן אריינלייגן די געלטער פאר די סארט ריטורנס.

עס איז מיין מיינונג אז אויל איז א באבל .... אויף אראפ! א באבל אויף ארויף איז ווייל ראובן קויפט ווייל שמעון גייט צאלן טייערער ווייל לוי גייט צאלן נאך טייערער ווייל יהודה וכו' וכו'. און דא מיין איז איז פונקט פארקערט! עס איז נידריג ווייל ראובן וויל נישט צאלן מער ווייל שמעון וויל נישט צאלן מער ווייל לוי וכו' וכו'.

פונקט ווי א באבל אויף ארויף מוז קראכען "סונער אר לעיטער", ווייל אויב איז א געוויסע אייטעם נישט ווערט יענע עמאונט וועט עס איין טאג צוריקלויפן צום מציאות, די זעלבע מיט א באבל אויף אראפ. אויל איז מער ווערט ווי 25 דאלאר א פעסל. און אויב נישט, גייט די אויל מארקעט פייגערן.

יא יא, צו שעפן ווי די אראבער האבן געשעפט אמאליגע יארן, ווען די אויל איז זיי ליטערעלי "קעגן געלאפן", זיי האבן געמאכט א לאך, און די אויל האט "זיך געפרייט ארויסצוקומען", דאן קענסטו ערצייגן אויל פאר 25 דאלאר א פעסל. און אפשר פאר צען דאלאר א פעסל אויך. ועוד וואס יענע ארבייטער דארף מען נישט באצאלן ווי א מאדערענע ארבייטער אין א לאנד ווי אמעריקע.

אבער צו גראבן אין ים, צו גראבען טיעף טיעף ווי די פראדוקציע אין אמעריקע, צו גראבען מיט פרעקינג, צו גראבן ביטשעמען אין קאנאדא, דאס גייט נישט פאר 25 דאלאר.

סא, אדער גייט עס ארויף גיין און סעטלען ערגעץ ביי 45-55-60 דאלאר, און דאן גייט מען ווייטער ערצייגן געהעריג אין אמריקע און אין קאנאדא, אדער גייט די איבריגע טייל פון די פראדוקציע פייגערן, און עס וועט נאר בלייבן די מידל איסט אויל, און דאן וועט עס גיין צו 60-75-85 א פעסל.

אבער דאס אלעס, איז נאר מיין פילינג, נישט עפעס וואס איך קען זאגן מיט א זיכערקייט, סא .... קען מען אויף מיינע וועטער נישט בויען... עס איז יור און ריסק... אבער נישט זאגן אז איך שיס פלעין נומערן....
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 11:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 11:43 pm

איך זעה נאך נישט גענוי ווי מיר זענען מחולק, איך האב סך הכל געשריבן אז אפילו אויפן צד אז יעצט איז דאס א בארגען מוז נישט זיין אז עס גייט אזוי שנעל צוריק קומען.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

Amazon Seller
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2015 11:09 am

תגובהדורך Amazon Seller » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 11:51 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:העי... מיליכיגער.... האסט מיך א טראפעלע באליידיגט....

צו האלסטו אז מיין פילינג איז פלעין פאר די סברה אז "עס איז שוין זייער נידריג"? נעעע.

מיין שאץ איז פון פארשטיין אויל פראדוקציע, אויל פראדוקציע די פארשידענע סארטן, ליינען זייער אסאך איבער זיי, און וואס עקספערטן האלטן איבער זיי. עס איז מיין מיינונג אז אויל איז אנדערפרייסד. מען קען נישט ערצייגן אויל פאר די פרייז, בעסער געזאגט מען קען אפשר יא, אבער עס איז שווער צו טרעפן אינוועסטירער וואס וועלן אריינלייגן די געלטער פאר די סארט ריטורנס.

עס איז מיין מיינונג אז אויל איז א באבל .... אויף אראפ! א באבל אויף ארויף איז ווייל ראובן קויפט ווייל שמעון גייט צאלן טייערער ווייל לוי גייט צאלן נאך טייערער ווייל יהודה וכו' וכו'. און דא מיין איז איז פונקט פארקערט! עס איז נידריג ווייל ראובן וויל נישט צאלן מער ווייל שמעון וויל נישט צאלן מער ווייל לוי וכו' וכו'.

פונקט ווי א באבל אויף ארויף מוז קראכען "סונער אר לעיטער", ווייל אויב איז א געוויסע אייטעם נישט ווערט יענע עמאונט וועט עס איין טאג צוריקלויפן צום מציאות, די זעלבע מיט א באבל אויף אראפ. אויל איז מער ווערט ווי 25 דאלאר א פעסל. און אויב נישט, גייט די אויל מארקעט פייגערן.

יא יא, צו שעפן ווי די אראבער האבן געשעפט אמאליגע יארן, ווען די אויל איז זיי ליטערעלי "קעגן געלאפן", זיי האבן געמאכט א לאך, און די אויל האט "זיך געפרייט ארויסצוקומען", דאן קענסטו ערצייגן אויל פאר 25 דאלאר א פעסל. און אפשר פאר צען דאלאר א פעסל אויך. ועוד וואס יענע ארבייטער דארף מען נישט באצאלן ווי א מאדערענע ארבייטער אין א לאנד ווי אמעריקע.

אבער צו גראבן אין ים, צו גראבען טיעף טיעף ווי די פראדוקציע אין אמעריקע, צו גראבען מיט פרעקינג, צו גראבן ביטשעמען אין קאנאדא, דאס גייט נישט פאר 25 דאלאר.

סא, אדער גייט עס ארויף גיין און סעטלען ערגעץ ביי 45-55-60 דאלאר, און דאן גייט מען ווייטער ערצייגן געהעריג אין אמריקע און אין קאנאדא, אדער גייט די איבריגע טייל פון די פראדוקציע פייגערן, און עס וועט נאר בלייבן די מידל איסט אויל, און דאן וועט עס גיין צו 60-75-85 א פעסל.

אבער דאס אלעס, איז נאר מיין פילינג, נישט עפעס וואס איך קען זאגן מיט א זיכערקייט, סא .... קען מען אויף מיינע וועטער נישט בויען... עס איז יור און ריסק... אבער נישט זאגן אז איך שיס פלעין נומערן....


I thing you rite ...it cant be that the price of $25 is the rite price look how much oil co. are closing their doors in the lest few months cuz thy can not cover the bank...and this is also why the areb lands are making the price lower cuz thy wont to see all the us co close and ones thy will close thye arebs will go back up with the price

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 11:56 pm

נא (?? אביסל) שכל, options איז א סכנה ווען מען רעדט פון זאכן וואס גייט נישט זיכער מארגן ארויף גיין, עס האט דאך אן עקספיירעישן דעיט!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 11:57 pm

יא יא עמעזאן. זיי דערלייגן גרויס געלט, די ערניגס ריפארטס שטינקן, און די בענק שרייען חי וקים אז עס איז צרות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

Amazon Seller
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2015 11:09 am

תגובהדורך Amazon Seller » פרייטאג פאברואר 12, 2016 12:01 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יא יא עמעזאן. זיי דערלייגן גרויס געלט, די ערניגס ריפארטס שטינקן, און די בענק שרייען חי וקים אז עס איז צרות.


wow i feel so good to have you on my site 8.) :grin: :smile: :o

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג פאברואר 12, 2016 12:27 am

נישט אריינצוגיין אין לאנגע וויכוחים. אבער אט דאס האב איך געמיינט ווען איך האב געשריבן פריער אז מ'דארף מאכן ריסוירטש.

סא חילי האט אריינגעלייגט א סאך צייט, און זיך אינפארמירט איבער די פונדאמענטעלס און ער מאכט אזא קאל. אנדערע טענה'ן למשל אז ס'נישט אמת (ווי איך וועל באלד אויסשמועסן) אבער חילי איז קאמפארטעבל מיט די פילינג.

יעצט אויב אזוי מאכט ער זיך א נומבער וויפל ס'גייט שטייגן, און ביז ווען ער פלאנט עס צו האלטן. דערנאך וויפל געלט ער קען דערלייגן על הצד ער איז נישט גערעכט און ווי לאנג ער קען זיצן על הצד ס'נעמט לענגער כו' און בערשט דעמאלס איז דאס נאר א קליין חלק פון פארטפאליא ווייל מ'ריסקט נישט אלע אייער אין איין בעסקעט. חילי נעמט אויך אין באטראכט אז ס'דא בליליאנען דאלער וואס שפילן ווי ער און ביליאנען דאלער וואס שפילן קעגן אים! איין באשעפער ווייסט ווער ס'געווינט. ,

איינמאל געמאכט די דעסיזשען צו אינוועסטירן אין אויל שטעלט זיך א פראגע. ווי קויפט מען אויל? נישט אזוי פשוט!

ס'דא פאנדס וואס טרעקן אויל פרייזן. דאס קאסט אבער טייער (טייערער ווי די אויל) ווייל די פיוטשערס ווערן געטוישט יעדע חדש און דאס קאסט געלט. (איך האב יעצט נישט קיין געדולד דאס מבאר צו זיין). נאכדעם איז דא אויל קאמפעניס און פאנדס וואס אינוועסטירן אין קאמפעניס וואס זענען שטארק אנגעוואנדן אין די אויל מארקעט, אבער זיי האבן דאך יעצט שרעקליכע ריסק צו די זייט ווייל למשל יעדע קוואל וואס זיי גייען ארויסלייגן פון ביזנעס גייט זיי קאסטן עפרות זהב.

ווייטער אין אויל ממש? ווי גייסטו האלטן די 100 פעסער אויל?.. ס'נישט פשוט און ס'כמעט נישט דא א קאמפאני (עכ"פ וואס איך ווייס) וואס פארמאגט פלעין אויל און איך ווער א שותף מיט זייער סטאק. עפ"י רוב איז דאס מיט פיוטשערס אדער ענליכס וואס לייגט צו אסאך מער ריסק.

תמצית? שטיי ווייט דערפון. ס'נישט פאר פשוטע מענטשן צו אינוועסטירן אין איין עסעט קלעס.

נ"ב עמעזאן איז טאקע א פראבלעם אבער ס'נאכנישט דא קיין רעספעקטירטע אנאליסטן וואס שארטן עס וד"ל. ד"מ אז ס'איז פון די זאכן ווי מענטשן פילן אז ס'קען נישט אנגיין אבער ס'דא גענוג תירוצים פון די אנדערע זייט ואכמ"ל
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » פרייטאג פאברואר 12, 2016 12:29 am

So bottom line if Elmo wakes up tomorrow and wants to invest in one battle oil for $27.00 and ready to keep it untill it got to $34.00 where can I buy it ? A

I don't know about options futures I simply wants to know where I can buy a bottle and keep it even for 3-5 years where and how do I do it

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג פאברואר 12, 2016 12:40 am

די אמת איז, אז מיליכיגער איז גערעכט!! עס איז קיין מהלך אריינצוגיין אין די זאכן אן קיין געהעריגע ריסערטש, און אן איינעם וואס פארשטייט באמת וואס ער טוט און זאגט.

וואס איך האב געשריבן איז געווען מער אלס אינטערעסאנט, באט עס איז נישט רעקאמענדירט צו טאן עפעס "וייל איינער האט געשריבן אויף אייוועלט".

און אגב, ווי מיליכיגער ברענגט ארויס, עס איז טאקע מיין פילינג וואס איך האב געשריבן. אבער באמת קען איך אפשרייבן און מאכען א קעיס פאר פונקט יד פארקערטע!!

אין קורצן.

די עקאנמיע פון די וועלט איז גאר שוואך. דימענד פאר אויל גייט נישט צופיל ארויף גיין אין די נעקסטע פאר יאר. און אפי' יא, איז שוין יעצט דא גענוג און נאך סופליי עס צו פיטערן.

צווייטענס, די וועלט גייט מער און מער אוועק פון אויל צו אלטערנעטיוו ענערגיע. סא עס קען קען באמת זיין, אז אויל בלייבט ביי די יעצטיגע פרייזן בערך טאקע פאר א לאאאנגע צייט. איי די קאמפאניס וואס האבן אינוועסטירט? איי די ריזיעג אויל קאמפאניס? נאאא, ווייסמער דאך די כלל פון "טו ביג טו פעיל". וועט מען זיי געבן געזונטע בעילאויטס, זיי וועלן ריסטראקטשערן זייערע חובות, און פריש אנהייבן אפערירן פאר א צענטל וואס עס קאסט זיי יעצט, און דאן קען די פרייז בלייבן ביי 25 דאלאר!!

בקיצור, צו די פוינט, עס איז ווייט פון שווארץ און ווייס, און א קעיס קען געמאכט ווערן אויף ביידע זייטן. צו איז איין קעיס מער פראוזעבל ווי די צווייטע? לכאורה יא, אבער "מער פלאוזעבעל" איז נישט גענוג סיבה צו אריין לייגען דאס געלט וואס מען האט נישט!!

א סטעטעסטישן קענסטו נישט סוען.... 10 פראצענט ארויף, צען פראצענט אראפ..... סאאארי... "כ'האב נישט געזאגט זיכער"!!

איין זאך איז כדאי צו געדענקען ווען מען טראכט נאר פון אנרירן סטארקס. מר. ווארען באפעט איז פון די רייכסטע מענטשן אין די וועלט. ער איז די גרעסטע סטאק שפילער.

און ער האט איין כלל! ער אינוועסטירט נישט אין קיין שום אייטעם, וואס ער פארשטייט נישט ישר והפך!! ער אינוועסטיר אין קאוקע קאולע, דאס פארשטייט ער!! ער האט דאס געטרינקען, ער ווייסט ווי עס טעיסט, ער ווייסט פארוואס מענטשן וויל דאס, און ער פארשטייט ווי עס וויאזוי און וואו עס ווערט ערצייגט אא"וו אלע פרטים.

אין טעכנעלאגיע האט ער נישט אינוועסטעט צו שטארק! "איך פארשטיי נישט וואס דאס איז"! איך האב עס נישט ארויס. וואס איז געשען? ביי די גרויסע טעק סטאק קראך, ווען די נעסדעק איז געגאנגען אין די אדמה - און האט ביז היינט נישט ריקאווערט - איז געווען אינדרויסן! אלע האבן דערלייגט ביליאנען, און ער איז געווען "סעיף"!

פארוואס? ווייר ער שטעקט נישט איין אין א ביזנעס, נאר ווען ער קען נעמען די ביזנעס, עס איבערנעמען און אליין פירען... מארגן!!

און דאס איז די סוד פון אינוועסטנמענט אין סטאק און אין יעדע שפוקעלאציע. האסטו עס ארויס עד הסוף, קענסטו אינוועסטירן. אויב נישט, איז עס פונקט גוט צו אריינלייגן 200$ און האבן פאן! אבער נישט אויף צו שפילן מיט געלט וואס דו ביסט אנגעוויזן דעראויף.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובהדורך עם הארץ » פרייטאג פאברואר 12, 2016 11:46 am

אברך האט געשריבן:The "how" to buy is very Straightforward, the challenge is "what" to buy and "when" to buy.

Just open an account by a brokerage firm like fidelity, Schwab TDameritrade, optionshouse and you are ready to invest, it's like opening a bank account.


whats the differences between the above mentioned brokerage firms? is any diff with which one to go? price? services? etc.
they are asking personal info. are they reliable?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט