בלאט 1 פון 1
מארקעטינג הילף
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:36 pm
דורך לחיים ולברכה
ב"ה די אינטערוויאו איז דורך בהצלחה, מ'גייט אי"ה אנהויבן בקרוב ממ"ש.
מיין ארבייט גייט זיין: סעילסען ביי די נישט-היימישע סופערמאקעטס. און אויך בכלל קעיר נעמען פון מארקעטינג די פראדוקטן.
ס'רעדט זיך דא פון א יונגערמאן וואס פאבריצירט דיטערדזשענטס (קליענינגס) אין אויסלאנד, און פארקויפט זיי אין יוראפ און דאהי.
איך וויל דא בעטן אלע באזוכער: ווער עס האט צו זאגן א דעה, א סברא, סיי פון אייגענעם שכל און סיי פון עקספיריענס, זאל דא ארויסהעלפן. ביטע שרייבן פון וואו איר נעמט די הערה/דעה, אלץ א קאנסומער אדער סטאר, אדער דיסטריביוטער. ביטע נישט אריינמישן פרעמדע ענינים.
וזה החלי בעזהשי"ת:
מ'דארף מארקעטן א נייע ברענד נישט אזוי ווייט אז די סטארס זאלן דאס ארייננעמען, ווי די קאנסומערס זאלן דאס קויפן און פארלאנגן אין די סטארס.
ביי די אידישע מארקעט איז לכאורה די וועג פון עדווערטייזן אין וועכענטליכע אויסגאבעס ווי: תורה טיימס, קאמיוניטי קאנעקשאנס, שאפער'ס רוט, סמארט שאפער וכו' וכו'. צייטונגען האב איך געטראכט איז נישט אזוי כדאי ווייל פרויען בלעטערן בעיקר די אנדערע קלענערע, אודאי די המודיע, יתד וכו' ליינען פרויען גלייך ווי מענער (ווייל ס'איז ענגליש), אבער די יודישע צייטונגען ליינען נישט אזוי ווייט פרויען. דאס איז מיין בליק.
לאמיר טאקע הערן וואס אונזער ליינער זאגן, בין איך גערעכט צו נישט? וואו האלט איר דארף מען עדווערטייזן אז ס'זאל כאפן די אויג פון די נשים? (פארשטייט זיך, מיין בעה"ב איז נאכנישט גרייט אויסצוגעבן אין די וועלט אריין פאר די צוועק, אבער ער פארשטייט אויך אז ס'קאסט א מטבע).
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:46 pm
דורך קרעמער
פרעגסט מיר? "קול מבשר"!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:51 pm
דורך לחיים ולברכה
קרעמער'ל, וואס דו זאגסט ווייס איך שוין. איך פרעג אנדערע. אדער אז דו האסט עפעס אנדערש צו זאגן האסטו אויך רשות צו ענטפערן...
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:24 pm
דורך cano
איך בין מיט דיר אז די וועג איז אדווערטייזען אין די קלענערע צייטונגען, ווייל לדוגמא דער שאפינג סענטער קימט אן אין רוב הייזער אין וומ"ס, און א עדווערטייזמענט קאסט דארט לכאורה און די געגענט פין הינדערט פיפציג דאלער א בלעטעל, משא"כ די וועכענטליכע צייטונגען וואס אן עדווערטייזמענט קאסט דארט און די געגענט פון זיבען הינדערט דאלער א בלעטעל, און כדאי עס זאל אנקימען אין רוב שטיבער דארפסטי קויפען לכל הפחות צוויי אזעליכע אדווערטייזמענט'ס אין צוויי באזינדערע צייטונגען,
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:25 pm
דורך לחיים ולברכה
יישר כח, לאמיר הערן פון אנדערע ביטע.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:31 pm
דורך זארעכפעפער
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די היימישע אויסגאבן. אבער לדעתי איז דאס בעסטע וועג צו לייגן א וועכנטליכע/מאנאטליכע, לויפנדיגער אדווערטייזמענט, אין די לייען מאטריאלישע אויסגאבעס, למשל: מעלות, אידישע ליכט, עונג שבת וכו' וכו'. פארוואס? ווייל דאס ליינען די פרויען, און אז זיי וועלן זיך אנשטויסן מיט דיין אדווערטייזמענט יעדן מאל ווען זיי וועלן נעמען די אויסגאבע אין דער האנט אריין, וועט דאס זיי מעגליך אריין גיין אין קאפ.
נאך אזאך, געווענדליך די סארט אויסגאבן ווארפט מען נישט אוועק נאך איינמאל ליינען...
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:32 pm
דורך לחיים ולברכה
גערעכט, האסט א שטארקע פוינט. איך וועל זיך זאפארט נעמען צום ארבייט.
נאך ביטע, ווער נאך האט עפעס א מיינונג צו ארויסהעלפן.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:58 pm
דורך צייטליך
עיהההה, איין מינוט, וועמען ניצטו פאר גראפיק'ס ?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 26, 2007 12:29 am
דורך טאגליכט
זאל איך דיר אויסזאגן אלע מיינע סודות?
מיינע עדס לויפן אין , המודיע, יתד, זשויאיש סירקל, שאפינג סענטער, בלאט, בולעטין, זשורנאל, סמארט שאפערס, זשורנאל עד ביכל (איינער ווייסט וויזוי סהייסט?), יעדע ביל וואס כבאצאל (נאר די באנק מעג אדווערטייזן מיט די ביל?) כדענק נישט ווי נאך. המממממממממ שיר פארגעסן, אין היימישע קרעטשמע.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 26, 2007 10:12 am
דורך לחיים ולברכה
טאגליכט, אויף היידפארק אויך....
וואס הייסט "נאר די באנק מעג אדווערטייזן מיט די ביל?"
פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2009 10:33 pm
דורך כולל יונגערמאן
האט איינער א אהנונג צו א עד צווישן די נייעסן ביי קול מבשר ברענגט רעזולטאטן?
פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2009 10:41 pm
דורך וויכטיג מאכער
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין סעילסמאן פאר קול מבשר.. איך מאך נישט קיין געלט פון זיי, אדער פון איינעם פריוואט וואס ארבעט פאר זיי..
קול מבשר, ברענגט די שטערקסטע רעזולטאטן ביים היימישן עולם.. פינטעלע..
נאכדעם קען מען זיך שוין דינגען, אבער איך מיין אז די "גוט מארגן" מיט די "דבר יום" זענען די צווייט בעסטע..
קען זיין אז איינער האלט אנדערש, אבער דאס איז בעיס'ד אן פעקט'ס.. וואס איך האב געזעהן... און מיטגעלעיבט..
פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2009 10:51 pm
דורך כולל יונגערמאן
דאס ווייס איך אז אין מעין מעניו און ביי די נייעס איז געספאנסערט ברענגט די שטערקסטע רעזולטאטן שטערקער ווי המודיע און דער בלאט, מיין שאלה איז נאר צו צווישן די נייעסן דארט ווי ער זאגט וועלטליכע נייעס נאך די אדווערטייזמענט ברענגט אויך?
פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2009 10:58 pm
דורך גראדער
אני הקטן אדווערטייז שוין לאנגע יארן אין אלע סארט אויסגאבעס, איך האב שוין געלייגט גאנצע, האלבע, פול קאלער, בלעק ענד ווייט, אינסורטס, פאסטערס אין די גאסן, שוהלן, אלע לאקל אויסגאבעס, איינצעלנע און דאבל פעידשעס, וכו' וכו', פאר אפאר חדשים צוריק האב איך אריינגעלייגט א אומשולדיגע עד אויף קול מבשר, איך האב נאך "קיינמאל" נישט אזויפיל צוריק געהערט פון קיין עד!
אוודאי איז די מעין מעניו די מערסטע ווערט, אבער צווישן די נייעס איז אויך עפעס.
פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2009 11:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
גראדער האט געשריבן:אוודאי איז די מעין מעניו די מערסטע ווערט, אבער צווישן די נייעס איז אויך עפעס.
קענט עגרי מאר...
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 10:15 pm
דורך ערנסטער ביזנעסמאן
[quote="גראדער"]אני הקטן אדווערטייז שוין לאנגע יארן אין אלע סארט אויסגאבעס, איך האב שוין געלייגט גאנצע, האלבע, פול קאלער, בלעק ענד ווייט, אינסורטס, פאסטערס אין די גאסן, שוהלן, אלע לאקל אויסגאבעס, איינצעלנע און דאבל פעידשעס, וכו' וכו', פאר אפאר חדשים צוריק האב איך אריינגעלייגט א אומשולדיגע עד אויף קול מבשר, איך האב נאך "קיינמאל" נישט אזויפיל צוריק געהערט פון קיין עד!
וואספארא אייטעם פארקויפסטו,
ריעל עסטעיט, אדער א נייע מין טשיז?
יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ וואו פאטענצועלע קליענטן לייענען.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 10:35 pm
דורך מטל
שלום עליכם ערנסטער ביזנעסמאן!
כזעה די מיינסט עס ערענסט
די ערשטע גיטע שריט פאר ביזנעס איז באזיכן איי וועלט
מאכט אייך באקוועם דא