בלאט 1 פון 1

וועלכע קאמפיוטער פראגרעמס זאל איך לערנען

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:48 pm
דורך אשדת
וועלכע קאמפוטער פראגרעם'ס דארף איך לערנען צו קענען טרעפן א אפיס זשאב? איך האב שוין נישט קיין כח צו שטיין אין א ווערהאוז.

זאל איך לערנען photoshop ?qiuckbooks?

איך קען אביסל קאמפיוטערס אין email.
ישר כח למפרע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:51 pm
דורך סמארט
דאס איז זיכער אז דו דארפסט קענען די בעסיקס פון א קאמפיוטער פון ווארד און אויך עקסעל

קוויקבוקס איז געווענליך א מאסט פאר א בוקקיפונג דזשאב

פאטאשאפ איז שוין מסתם א באנוס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:56 pm
דורך אשדת
שכויח סמארט פארן ענפערן.

איך קען ווארד אביסל. איך וויל נישט דארפן שרייבן קיין בוקס ביים ארבייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:01 pm
דורך סמארט
איך זאג ווארד נישט ווייל דו זוכסט א ארבייט פון שרייבן בוקס, אבער די בעסיק פראגרעם וואס יעדער קען די ערשטע איז ווארד, און איינמאהל דו ביסט אביסל באהאווענט דערמיט האסטו שוין ממילא די סקילס און איידיעס פון שארטקאטס און עקשאנס צו אסאך אנדערע פראגראמען אפילו קאסטעם מעיד פאר ביזנעסער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:05 pm
דורך לאז געמאכט
עקסעל איז פיל וויכטיגער פון ווארד.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:06 pm
דורך אשדת
ווי לאנג וועט מיך דארן צו לערנען ווארד?

אין ווי קען איך עס לערנען? איך בין גרייט צו צאהלן געלט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:07 pm
דורך בחורהזעצער
קודם אנצופאנגען קוק דארך די ווידעאוס פון בר בי רב.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:09 pm
דורך בחורהזעצער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:16 pm
דורך קרעמער
אשדת האט געשריבן:וועלכע קאמפוטער פראגרעם'ס דארף איך לערנען צו קענען טרעפן א אפיס זשאב? איך האב שוין נישט קיין כח צו שטיין אין א ווערהאוז.

זאל איך לערנען photoshop ?qiuckbooks?

איך קען אביסל קאמפיוטערס אין email.
ישר כח למפרע.

עצה טובה: גיב אכט נישט צו זאגען דעם זאץ פאר א צוקונפטיגן ארבעטס-געבער

קענען "אימעיל" איז בערך אזוי ווי קענען מאכן קאפיס אדער מאכן א קאווע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:18 pm
דורך aperlscript
אדער קענסטו גיין צו הרב וואסערקאמפיוטערס http://www.watercomputers.com

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:18 pm
דורך סמארט
בחורהזעצער האט געשריבן:קודם אנצופאנגען קוק דארך די ווידעאוס פון בר בי רב.


דא האסטו עס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:20 pm
דורך בחורהזעצער
יא אמת. ביי הרב וואסער קאמפיוטער שליט"א קענסטו ווערן א גרויסע מומחה, קענסט אנפאנגען פון אלף בית ביז פראגרעמינג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:56 pm
דורך אשדת
WOW סיז געוואלדיק

איך האט יעצט געקוקט א שעה זיינע לעסענ'ס

וויזוי גיי איך אלעס געדענקען?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 7:10 pm
דורך לאז געמאכט
די עצה צו געדענקן און אויך צו קענען באמת איז נישט ווי מער לערנען נאר מער ארבעטן און נוצן א קאמפיוטער. ווי מער דו נוצט א קאמפיוטער אלץ מער העסטו ווערן באקאנט דערמיט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 9:03 pm
דורך שוועמל
אשדת האט געשריבן:וועלכע קאמפוטער פראגרעם'ס דארף איך לערנען צו קענען טרעפן א אפיס זשאב? איך האב שוין נישט קיין כח צו שטיין אין א ווערהאוז.

איך קען אביסל קאמפיוטערס אין email.
ישר כח למפרע.

איך וואלט דיך גערן גענומען אבער ביי מיר מוז מען קענען אויך 'אינטערנעט', קאמפוטערס אין אימעיל אליינס איז נישט גענוג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 9:23 pm
דורך בחורהזעצער
וואס מיינסטו 'קענען אינטערנעט', וויאזוי מיינסטו שרייבט ער דא?

אויב מיינסטו וועב דיזיין דאס איז א מסכתא פאר זיך.
אדער מיינסטו גאר פארקויפן אויף איבעי עמעזאן, אדער סאציאלע נעטווארקינג וכדו'. שרייב ביטע בעסער ארויס וואס ליגט אין דיינע ווערטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 9:30 pm
דורך למעלה משבעים
בפשטות האט ער געמיינט בדרך צחות...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 9:34 pm
דורך בחורהזעצער
קרעמער'ס תגובה אויף אן אנדערע שפראך....