בלאט 1 פון 1
אין די וועלט פון "אנאליטיקס"
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 1:53 pm
דורך קוויטל
אגוטן חשוב'ע חברים.
לעצטענס האב איך אנגעהויבן טוהן אין וועב-אנאליטיקס וואס שפילט היינט אן אינטעגראלע ראלע אין אי-קאממערס.
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון איינעם וואס קען זיך אויס אין דעם פעלד גוטע און נוצבארע אינפארמאציע.
איך האב אסאך וואס צו פרעגן און צו שרייבן אבער קודם איז גוט צו טאפן דעם דופק אז נישט וועל איך רעדן צום דופן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 2:44 pm
דורך שאלת_חכם
קודם זיי ביטע מסביר וואס מיינט וועב-אנאליטיקס
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 4:31 pm
דורך aperlscript
איך נוץ נאר גוגל אנאלאטיקס פרייע סערוויס שטייטצעך
https://www.google.com/analytics/web/pr ... on/SignUp/איך האף א זיי זענען אקוראט , אבל כך שמעתי
אדרבה אויב די ווייסט פון עפעס א בעסערע פרייע טול ביטע מעלד.
גוגל האט גאנץ גוטע פיטשערס כמו אין פעיזדש , קיווארדס . בראוזער ועוד
פון א חבר האב איך געהערט אז ער נוצט א באצאלטע סאפטוועיר דענקיך נישט די נאמען וואס טרעקט אויף וועלכע פעיזדש האט דער וויזיטער צוגעמאכט דיין סייט
שכוח למפרע
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 7:37 pm
דורך פאטאקי08
מיין וועב סייט פון איינס און איינס איז סופער דופער קומט נישט צי צי גוגל אנאליטיקס שפיץ פינגער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 12:57 pm
דורך משה קארנפעלד
aperlscript האט געשריבן:פון א חבר האב איך געהערט אז ער נוצט א באצאלטע סאפטוועיר דענקיך נישט די נאמען וואס טרעקט אויף וועלכע פעיזדש האט דער וויזיטער צוגעמאכט דיין סייט
שכוח למפרע
ווען איך פלעג ניצן גוגל אנאליטיקס האט ער אויך געטרעקט אויף וועלכע פעידזש די וויזיטער איז ארויס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 2:37 pm
דורך aperlscript
משה קארנפעלד האט געשריבן:aperlscript האט געשריבן:פון א חבר האב איך געהערט אז ער נוצט א באצאלטע סאפטוועיר דענקיך נישט די נאמען וואס טרעקט אויף וועלכע פעיזדש האט דער וויזיטער צוגעמאכט דיין סייט
שכוח למפרע
ווען איך פלעג ניצן גוגל אנאליטיקס האט ער אויך געטרעקט אויף וועלכע פעידזש די וויזיטער איז ארויס.
גערעכט ! איך זע יעצט אז ער טרעקט טאקע די עקזיט פעיזדשעס.
כ'וואלט מיר באדאנקט פאר עמיצן זאל מרחיב זיין דעם דיבור אין די סארט ריפארטס כגון , רעוועניו , גאולס טשארטס וויאזוי קאסטומייזט מען דאס איןוויאזוי ליינט מען דאס בכלל
שכוח למפרע
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 5:15 pm
דורך קוויטל
איז פארהאן עמיצער וואס טוט דאס און איז וויליג צו טיילן זיינע ידיעות מיט מיר?
ביטע זיך קאנטאקטן אין אישית אדער אימעיל.