בלאט 1 פון 1

האוזניג מארקעט שפוקטיוו - צוקונפטיגער פראפערטי אינוועסטירער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:20 pm
דורך Elil
און דער פארלויף פון דיע לעצטע פאר יאר האט דער האוזינג מארקעט געכאפט א טרייסל, צום באדויערן אפשאקלענדיג מיט זיך אסאך אידישע געלט און פארמעגנס. דאס ווייסט יעדער אז עס האט באטראפן די בענק דאס שווערסטע, ברענגנדיג א צונאמי פון אינווענטארי לאסט פון BANK OWNED PROPERTIES. (אהן זיך צו אריינלאזען אין פרטי פרטים) יעצט לויפען די אזוי-געריפענע קעש געוועלטיגער כאפן מציאות פאר די שנת השובע.

שטעלט זיך די פראגע איז עס דען נישט ממש א חובת השעה, וואס האבען מיר אזעלכע וואס זענען נישט גיבוירען רייך, פארהייראט רייך צו טוה'ן? אפשר זאל זיין "החליש יאמר גיבור אני" אדער גאר "במקום... אל תעמוד"

אט דער פראגע האט מיר אנגעפאנגן צו פלאגן נאך א פרייע זונטאג ארום קרוזסירנדיג מיט א גוטע פריינד פון איין פראפערטי צום אנדערן. איך זעה א נייע וועלט שטחים, בילדינג'ס, טענענטס(נייע אלטע). פרעג איך איהם, זאג נאר וואס גייט דא פאר? דער גאס שרייט דאך אז עס איז ביטער!? ער קוקט מיך אזוי אהן "נו דאס איז דאך גוט" עס פארט א באן זאגט ער, ווער עס קען יעצט טוהן כל הכבוד!!

איר האב מיך נישט געזוימט כ'האב אנגעפאנגן ריסורטשן און אנקלאפן צו יודעי דבר און דעם פעלד, איך האב ב"ה געזאמעלט אסאך ידע אויף דעם נושא. טאמער איז דא אינטערסע ביים עולם וועל איך בל"נ נעמען די מיה דאס צו בעארבעטן (שיקט פריוואטע הודעה).

ווער ס'קען צולייגן א פלייצע זאל ביטע צוברענגען וואס ער קען דא צום אשכול לתועלת רבים. ביטע געדענקט אז מיר פראבירן צו לייגען דעם דגוש אויפ'ן שוה (לכמעט) כל נפש אפי' אן ארבייטס אינגערמאן אהן א געשוואלענע באנק אקונט, יש"כ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:23 pm
דורך ווינקל
דיין פראגע איז נישט פארשטענדליך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:54 pm
דורך ים רויבער
ווינקל האט געשריבן:דיין פראגע איז נישט פארשטענדליך.

ווייל ס'נאר פאראכטען געווארן זעקס מאל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:56 pm
דורך יהיה כן
ווינקל האט געשריבן:דיין פראגע איז נישט פארשטענדליך.


וואס איז נישט צו פארשטיין? זייער א גוטע פראגע געפרעגט, אבער די חברה וועלכע האבן דעם תירוץ כמדומה דרייען זיך נישט דא.....
אדרבא אויב האסטו דעם תירוץ טייל מיט מיטן עולם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 4:39 pm
דורך ווינקל
יהיה כן האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:דיין פראגע איז נישט פארשטענדליך.


וואס איז נישט צו פארשטיין? זייער א גוטע פראגע געפרעגט, אבער די חברה וועלכע האבן דעם תירוץ כמדומה דרייען זיך נישט דא.....
אדרבא אויב האסטו דעם תירוץ טייל מיט מיטן עולם

אקעי, איך האב עס געליינט פאר ס'איז פאראכטן געווארן...

אבער די פראגע איז נאכאלץ נישט קלאר, וואס איז די פראגע?

אויב איינער וואס האט נישט קיין געלט זאל קויפן הייזער יעצט? איי מין... אז ס'איז נישטא קיין געלט קויפט מען נישט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 4:51 pm
דורך יהיה כן
דאס מיינט ער צי פרעגן צי לוינט זיך צו פארבארגן פאר די מציאה אדער שטיי ווייט....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 5:10 pm
דורך ווינקל
הייסט ער וויל אינוועסטירן יענעמס געלט...

פאר ער פרעגט אויב ס'לוינט, איז די ערשטע שאלה, מעג מען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 5:51 pm
דורך יהיה כן
ווינקל האט געשריבן:הייסט ער וויל אינוועסטירן יענעמס געלט...

פאר ער פרעגט אויב ס'לוינט, איז די ערשטע שאלה, מעג מען?


פארוואס נישט? מלוה להוצאה ניתנה, כ'מעג טון דערמיט וואס כ'וויל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 5:56 pm
דורך מידער
אפשר רעדט ער פון די וואס האבן יא געלט אין באנק און כאפן נישט דעם "חובת השעה"?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 10:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך פארשטיי נישט די שאלה. אפשר ביסטו אביסל קלאר מסביר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 11:21 pm
דורך געלעגער
ס'קען זיין דו האסט גוטע זאכן צו פארקויפן. אבער דיין פענסיל קען ניצן א גוטע שארפענער

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 08, 2011 3:16 pm
דורך איזעי
ים רויבער האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:דיין פראגע איז נישט פארשטענדליך.

ווייל ס'נאר פאראכטען געווארן זעקס מאל


עס איז שוין פארראכטן געווארן 11 מאל, מען קען שוין פארשטיין זיין פראגע בערך (זעט אויס אז נאך יעדע קאמענט טוט ער עס נאכאמאל פאררעכטן...)

ער פרעגט צו עס איז כדאי צו קויפן יעצט בנינים פאר ביליג פון די בענק וואס זענען שטעקן געבליבן מיט פארקלאוזער'ס, ער וויל וויסן צו עס איז דא א מציאות פאר א אינגערמאן וואס האט נישט קיין סאך געלט, איינצוהאנדלן יעצט א מציאה אויף א געוויסן אופן (ער וויל דער עולם וואס ווייסט וויאזוי זאל ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע), און מאכן שפעטער דערפון ריוח, און אויב דער געשעפט איז כדאי.

אזוי פארשטיי איך, קען זיין אז יעצט וועט ער נאכאמאל פאררעכטן דעם קאמענט.

יהיה כן האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:הייסט ער וויל אינוועסטירן יענעמס געלט...

פאר ער פרעגט אויב ס'לוינט, איז די ערשטע שאלה, מעג מען?


פארוואס נישט? מלוה להוצאה ניתנה, כ'מעג טון דערמיט וואס כ'וויל

מען מעג טון דערמיט וואס מען וויל, די שאלה איז נאר צו א מענטש מעג בארגן ווען ער ווייסט נישט צו ער וועט קענען באצאלן.
לוה רשע ולא ישלם איז נישט קיין קלייניגקייט, און אויב ווייסט מען נישט פון וואו מען גייט באצאלן, אדער אויב בארגט מען אויף ריזיקאלישע געשעפטן איז עס א ערנסטע שאלה.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 08, 2011 4:01 pm
דורך יהיה כן
דאס גופא איז די שאלה, צי אויב וועט ער בארגן פאר אזעלכע גכשעפטן איז ער בבחינה פון לוה רשע ולא ישלם אדער ניין אדרבא סשמעקט מיט גרויסע רווחים
וואס איז עס אנדערש פון יעדע ביזנעס לאוען וואס מענטשן נעמען מעשים בכל יום

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 08, 2011 4:30 pm
דורך איזעי
עס איז דא א חילוק צווישן איינגעשטעלטע אומסטאבילע אינוועסטמענט'ס, אזוי ווי וואס מען רעדט דא, וואס מען ווייסט נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען, און יעדן טאג איז דער מארקעט אנדערש. און צווישן געהעריגע סטאבילע אינוועסמענט'ס וואס דארף בדרך הטבע צו ברענגען ריוח.

סיי ווען א מענטש נעמט א הלואה וואס ער האט נישט קיין געהעריגן חשבון וויאזוי צו באצאלן, אויב טוט ער עס מרצונו הטוב און נישט ווייל ער איז געצוואונגען, קען עס זיין א גרויסער פראבלעם און דארף א שאלת חכם. (אויסער דעם וואס עס קען אים אוועקלייגן אויפן גאנצן לעבן, פראקטיש גערעדט)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 6:48 pm
דורך jkup50
קען זיין כבין עמארעץ אבער ער קויפט דאך א קרקע אפשר וועט עס טאקע פאלן אבער ער האט דאך א נארמאלע מקור פון ווי ציבאצאלן -פונקט ווי א מאגער
טש

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 8:13 pm
דורך צולייגער
א נארמאלער מקור וועט ער האבן נאר אויב איינער וועט גרייט זיין עס אפצוקויפן.
און אויב וועט זיך נישט יאווען נאך אן elil וועלכער וועט גרייט זיין אריינצושפרינגען, און ער וועט בלייבן סטאק מיט יענעמס געלט אינוועסטעט?
אין אנדערע ווערטער, ווער זאגט אז ער וועט טרעפן א קונה?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 11:19 am
דורך איזעי
און אויב ער וועט עס זיין געצוואונגען צו פארקויפן פאר האלב די פרייז וואס ער האט עס געקויפט, און אויב עס וועט אים קאסטן אויפצוהאלטן מער ווי דער פארדינסט, און אויב ער וועט עס נישט קענען פארדינגען, און אויב און אויב און אויב, איך שרייב מיט אביסל ערפארונג, א הויז איז נישט קיין לאקשן ברעט, וואס מען קויפט מען סטארעדזשד, און איין טאג קען מען עס פארקויפן פירסט הענד. א הויז ווענדט זיך אינם מארקעט און אין דעם קאנדישאן און אין נאך אסאך זאכן, און אויב אלע אומשטענדן זענען גוטע מיט דעם הויז, דאן איז דער הויז נישט אויף פארקלאוזשער.........

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 11:26 am
דורך ווינקל
יהיה כן האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:הייסט ער וויל אינוועסטירן יענעמס געלט...

פאר ער פרעגט אויב ס'לוינט, איז די ערשטע שאלה, מעג מען?


פארוואס נישט? מלוה להוצאה ניתנה, כ'מעג טון דערמיט וואס כ'וויל

מלווה להוצאה ניתנה, קומט נישט דא אריין. אקעי, דאס וועלן מיר רעדן אין ס'מעדריש, אז ס'פעלט זיך אויס.

ריעל עסטעיט איז א לאאאאאאאנג טורם אינוועסטמענט! דאס מיינט אז די ריוח פון ריעל עסטעיט איז געווענטליך נאך 20-30 יאר! ממילא אז מען האט נישט קיין געלט, האט נישט קיין פשט אריינצושפרינגן אין קויפן פאר'לאוזשערס. (פליפן ביזנעס איז שוין אוט דעיטעד...).

פרעג עני ריעל עסטעיט בראוקער וועט ער דיר עס מסביר זיין בטוטו"ד.