בלאט 1 פון 1
8,000 דאלער פארן ערשטן וואס וועט זיך אנרופן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:33 am
דורך זיס
איך האב יעצט אן אפפער, אן אייניקל פון הרה"ק רבי אלימלך מליזשענסק זי"ע וואס האט מקובל מפי אבותיו אז ער איז אן אייניקל אבער ער ווייסט נישט פונקטליך ווי אזוי. דאס הייסט אז ער האט כמעט אינגאנצן ארויס די ייחוס אבער עס פעלט אים א צוויי דורות.
דער איד איז וויליג צו צאלן אכט טויזנט דאלער פאר ווער עס וועט אים העלפן אויסגעפינען ווי אזוי ער איז אן אייניקל.
ערנסט פאראינטערעסירטע זאלן זיך ווענדן צו מיר אין אישי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:47 am
דורך צים פינטעל
וועלכע צוויי פעלן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 11:29 am
דורך ווער בין איך?
און נאכדעם וועט ער גיין נאך געלט און זאגן אז מען דארף שטיצן אן אייניקל פון רבי'ן רבי אלימלך...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 11:31 am
דורך משה פאלאפל
וואס איז פשט פון צוויי באזונדערע אשכולות?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 10:03 am
דורך גולם
אין ב"פ איז דא א מכון יוחסין ביי 16 קארנער 48 אנגעפירט דורך דעם צאנז-גריבובער רבי'ן שליט"א ער וועט מסתם האבן דעם יחוס
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 11:49 am
דורך גולם
כאגעהערט אמאל א דזשאוק אז א יוד האט געוואלט צאלן 20,000 $ פארן אפירזוכן זיין יחוס נאכן באקומען זיין יחוס האט ער אנגעטראגן צו צאלן נאך 20,000 $ מזאל נישט ארויסגעבן
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 1:41 pm
דורך יהיה כן
ערעב זיס
פרעג יענעם, און שיק מיר אין אישי ביז וואו יענער ווייסט יא דור אחר דור, עמיר עם פרבירן צי העלפן (להוי ידוע לכל, היות מיר ווייסן ווער דער באטראפענער איז, די זכות פן זיין זיידן דער רבי ר' מיילעך וועט זיכער ביישטיין פאר אלע וואס וועלן עם העלפן.....)
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 9:00 am
דורך גולם
נא יהיה כן האסטע געמאכט 8000 דאללער???
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 10:39 am
דורך יהיה כן
מיר זענען געקומען אויף די שפורן אז יענער איז מיר גאר א נאנטער קרוב, אלזא האב איך אפגעשניטן ווי די מעשה מיט די צוויי שותפים ממטן פעסל יי״ש...
פאר ווער סווייסט נישט
געווען אמאל צוויי שותפים וועלכע האבן זיך איננגאהאנדלט א פעסל ברוינפן און געמאכט א אפמאך מ׳וועט נישט פארקויפן קיין גלעזל אונטער א דאלער, בקיצור דער ערשטער שותף זאגט נו לאמיך מאכן א התחלה זאגט זיין חבר גיב אהער א דאלער,נאדיר א דאלער און לחיים
דער חבר זעהט אז סאיז גוט זאגטער נאדיר צוריק דעם דאלער עון גיב מיר אויך א גלעזל
וחוזר חלילה דער דאלער איז געפארן אהין און צוריק ביז דאס פעסל איז לער געווארן בכלות היום איז דער ריוח איז געווען א גאנצער דאלער....
והנמשל מובן
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 1:20 pm
דורך איזעי
און דער יחוס איז דא? (פון דיין משל פארשטיי איך אז יא)
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 1:22 pm
דורך יהיה כן
איזעי האט געשריבן:און דער יחוס איז דא? (פון דיין משל פארשטיי איך אז יא)
ע"ד מאמרם ז"ל, איוב לא היה ולא נברא אלא
משל היה.....
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 7:24 pm
דורך גולם
דע משל האט שוין לאזער לאנדא געזאגט פורים קטן