בלאט 1 פון 1

פעיפעל פראוד

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 10:21 am
דורך שמן זית
האט איינער לעצטענס באקומען א אימעיל פון פעיפעל צו ווערייפייען זיין אקאונט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 10:25 am
דורך אידן שמייכעלט
גראדע דערמאנסטו מיך עפעס!

וואס איז?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:13 am
דורך שמן זית
דו האסט וועראפייד די אקאונט דורך די לינק וואס זיי האבן געגעבן?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:19 am
דורך שוועמל
אויב האסטו אריינגעשטעלט א באנק אקאונט, וועלן זיי מאכן א וויטדראעל פון דיין אקאונט, און דו דארפסט וועריפייען דורך אריינשטעלן די קאוד וואס שטייט נעבן די טרענזעקשאן. (אמאל פלעגן זיי מאכן א דעפאזיט, זעהט אויס זיי מאכן מער געלט אזוי).

לאג אריין צו פעיפעל און קוק ביי די מעסעזשעס צי ס'יז לעגיט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:30 am
דורך שמן זית
יענע אימעיל וואס איךהאב באקומען איז זיכער נישט פעיפעל, עס איז א ספעמער והא ראי' ער לינקט נישט צו פעיפעל, ער לינקט צו זיין דזשימעיל סייט,

זיין וועב סייט איז http://www.share4allyou.net

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:32 am
דורך שמן זית
די ערשטע חשד האט ער מיר געווארפן מיט בעטן מיין פול סאשעל, כ'האב געטשעקט אויף די וועבסייט, קיין זכר נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:33 am
דורך שמן זית
אויב ביזטו דורך געפאלן דערמיט לאז מעלדן,

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 1:13 pm
דורך שוועמל
איך באקום אזוינע כסדר, אפילו פון FBI אז מען זוכט מיך, פון IRS אז איך בין שולדיג טעקס, אדער צומאל זענען זיי מיר שולדיג און ווילן מיר עס באצאלן. פון מר. (דר.) ראבערט פיננער וואס וויל זייער נייטיג שערן מיט מיר אנקלעימד פאנדס פון סאוט אפריקע באנק פון 25 מיליאן דאלער סטרעיט.

(די ערשטע סימן פאר ספעם איז די "MR." אדער "DR." ווי זיי רופן זיך אין אפריקע.
פרויען שרייבן אלס "MRS")

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 1:24 pm
דורך יהיה כן
שוועמל האט געשריבן:אויב האסטו אריינגעשטעלט א באנק אקאונט, וועלן זיי מאכן א וויטדראעל פון דיין אקאונט, און דו דארפסט וועריפייען דורך אריינשטעלן די קאוד וואס שטייט נעבן די טרענזעקשאן. (אמאל פלעגן זיי מאכן א דעפאזיט, זעהט אויס זיי מאכן מער געלט אזוי).

לאג אריין צו פעיפעל און קוק ביי די מעסעזשעס צי ס'יז לעגיט.


לעצטנס גיוועריפייד, זיי האבן געמאכט א דיפאזיט און געבעטן די אמאונט

אז מ'רעדט שוין, האב איך געהאט אמאל א מעשה מיט א אייטעם וואס כ'האב פארקויפט דורך פעיפאל, יענער האט כלומר'שט באצאלט דורך פעיפעל, און מיר געשיקט א רעסיט, וואס איז געווען נאכגעמאכט גענוי ווי די רעסיט וואס פעיפעל שיקט ווען מען באקומט פון איינעם געלט דורך זיי, נאך עטליכע טעג האב איך באזוכט מיין פעיפעל אקאונט, ואין קול ואין יונה, קיין זכר פון קיין פעימענט, בקיצור איך האב גיט באקוקט נאכאמאל דעם אימעיל פון דעם רעסיט, און וואס כ'האב באמערקט טאקע אז אלע לינקס (צי זייער סייד) זענען טויטע לינקס, בקיצור א פראפעסינעלע גניבה
דער גנב איז געווען פון ..... (טרעפטס אליינס)... פון ניגעריע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 2:42 pm
דורך פאטאקי08
שמן זית האט געשריבן:האט איינער לעצטענס באקומען א אימעיל פון פעיפעל צו ווערייפייען זיין אקאונט?

יא אבער איך האב נישט געדריקט די לינק נאר אריין צי paypal.com
און דארט האב איך אגריד צי וואס זיי האבן מיר געבעטן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 8:52 pm
דורך שאלת_חכם
מען דארף אייביג געדענקען, ספעציעל ביי א ביזנעס

קיינמאל נישט קליקן אויף קיין לינק דירעקט פונעם אימעיל!

אסאך מאל לייגן די גנבים אריין א לינק, און מאכן א הייפערלינק צו א צווייטע סייט, אויב קליקט איר דערויף קענען זיי אריינברענגען א וויירוס אין קאמפיוטער אדער גנב'נען אלע אייער אינפארמאציע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 10:26 pm
דורך זכר באנדל
איך האב אויך באקומען א אימעיל פון פעיפאל לעצטנס, איך ווייס נישט צו דאס מיינסטו.
גראדע קוקט עס אויס זייער גוט, זיי האבן אנגעהויבן מיט מיין נאמען, וואס געווענליך ווען מען באקומט אזעלכע ספעם אימעילס קענען זיי נישט מיין נאמען.
די אימעיל איז געקומען פון paypal@e.paypal.com, און די לינקס גייען צו ..../..../email-edg.paypal.com, ביידע פון זיי קוקן אויס צו זיין א sub-domain פון paypal.com

עס איז געשטאנען אז כדי זיי זאלען ווייטער קענען שיקן אימעיל מוז איך עגריען צו די terms and conditions.
למעשה בין אריין קוקן דורך זייער סייט און גארנישט געזען דארט, און איך האב ווייטער באקומען אימעילס פון זיי כאילו לא היה.