בלאט 1 פון 1

זשאב ביכל אין אידיש

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:11 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
פאריגע וואך האב איך געהערט אויף קולמעבאשער א עד פאר א 'זשאב ביכל' אין אידיש, מ'קען עס באקומען און וומ"ס נאר אין תלפיות. = נעכטן ביי מיין רעגלמעסיגער וויזיט אין תלפיות האב איך עס טאקע געזעהן. ס'האט מיר געכאפט דער געדאנק דערפון.

און דאס קומט בלויז עטליכע וואכן נאכדעם וואס יואל קליין איז ארויסגעקומען מיט זיין בוך. דוכט זיך אז דאס איז זייער א גוטע צייכען אז אונז היימישע אידיש איז נישט אינגאנצן אנגעזעצט. ענדליך זעט מען שוין עפעס סחורה אין די אידישע שפראך.

ביידע ביכלעך, האלט איך, זענען גאר גוטע ווערק. הגם ס'איז צווי וועלטן. אבער עס איז א שטיקל רעוואלוציע אין די אידישע שפראך.

די ביכל פון יואל קליין איז די אלע געשיכטעס און עצות וואס ער האט צוזאמגעשטעלט די לעצטע שטיק צייט אינעם בלאט, און אויף קול מבשר. אבער די אנדערע ביכל איז א שטיקל מדריך פאר איינער וואס זוכט א זשאב, גאר גוט אראפגעלייגט. בפרט האט מיך געכאפט ווי ער לייגט אראפ פונקטליך וואס צו ענטפערן אויף יעדע פראגע ביים אינטערוויאו (כמיין אז ס'קען אויך ארויסהעלפן פאר אייגענטומער צו וויסן וואס צו פרעגן... :roll: )

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:15 am
דורך קורץ און שארף
איך האב עס אויך געזעהן ביי תלפיות. כקען אבער נישט פארשטיין פארוואס קען מען עס באקומען בלויז אין איין געשעפט אין וויליאמסבורג????

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:28 am
דורך גרויזאמער
קענסט ביטע ארויפלייגן א בילד פונעם קאווער? ווער געט דאס ארויס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:29 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
די חשבון איז לכאורה א פשוטער, ער שפארט זיך די געלט וואס די דיסטריביוטער נעמט אראפ. פלאס די סטאר נעמט מסתמא אויך אראפ ווייניגער

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 12:23 pm
דורך גרויזאמער
לעצטנס איז ארויסגעקומען אויך די "בעל בית" מאגאזין.

איך ווייס נישט אויב די זאכן גייען, אויב יא מיינט דאס אז דער עולם האט יעצט מער צייט צו טראכטן פון געלט, ווי צו מאכן געלט. :smile:

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 12:47 pm
דורך leiby
איז די בעל בית שוין ארויס געקומען א צווייטע מאל?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 12:55 pm
דורך קורץ און שארף
גרויזאמער האט געשריבן:לעצטנס איז ארויסגעקומען אויך די "בעל בית" מאגאזין.

איך ווייס נישט אויב די זאכן גייען, אויב יא מיינט דאס אז דער עולם האט יעצט מער צייט צו טראכטן פון געלט, ווי צו מאכן געלט. :smile:


וואס איז דאס 'בעל בית' מאגאזין? עפעס מיטן בעל בית אויסגאבע אויפן געוועב?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 12:57 pm
דורך leiby
יא

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 1:55 pm
דורך גרויזאמער
leiby האט געשריבן:איז די בעל בית שוין ארויס געקומען א צווייטע מאל?


ניין

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 17, 2011 3:51 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
גרויזאמער האט געשריבן:קענסט ביטע ארויפלייגן א בילד פונעם קאווער? ווער געט דאס ארויס?


אין די היינטיגע לינק איז געווען א עד.

נאדיר