בלאט 1 פון 1
פראפענשנל ביזנעס פאון
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 5:30 pm
דורך זיס
איך וויל פרעגן א שאלה פאר חברי הקרעטשמע, וויבאלד עס איז מיר יעצט נוגע.
איך האלט יעצט אינמיטן אויפסעטן א פרעפעשנל ביזנעס פאון אין מיין ביזנעס, מיט עטליכע ליינס און אפשנס, כיאות וכנכון פאר די גרויסע ביזנעסער א שטייגער ווי מיינע.
אצינד איז מיין שאלה אזוי:
ווי איך באמערק איז פאראן קאמפאניס וואס ווען מען רופט זיי הויבט גראד אויף א מאשין וועלכער גיבט דיר דירעקציעס און ווייזט דיר אן ווי אזוי צו גיין, און פאר דער קאסטומער סערוויס דרוקט מען זערא. אנדערע קאמפאניס קומט מען לכתחילה אן צו א מענטש וואס הויבט אויף, נאר אויב יענער הויבט נישט אויף פאר א סיבה, אדער אויב עס איז נאך ביזנעס שעות, דאן הויבט אויף דער מאשין און טרענפערט צו דער וואויס-מעיל וואו מען וויל אנקומען. פאראן וואס מאכן פשרות און מאכן אזא קורצע מעסעזש ווי "טענקס פאר קאלינג............ ווי וויל טעיק יואר קאל אין עי מאמענט, פליז וועט קיינדלי..." און דערנאך מוזיק.
אצינד וויל איך פרעגן פונעם עולם אייער עקספיריענץ, ווי אזוי איז מער אויסגעהאלטן ביזנעסדיג און ווי אזוי איז מער פרעפעשנל. איז פאראן א סברה אז א מענטש וויל ענדערש אנקומען תיכף צו א מענטש און נישט צו א מאשין, אדער אפשר מאכט עס מער א פראפעשנל רושם ווען עס קומט אן צו א רעקארדינג.
וואס האט איר געזען פון עקספיריענץ און וואס איז אייער מיינונג
יישר כח
ידידכם
זיס
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 7:56 pm
דורך פיבער מעסטער
לויט ווי עס איז איינגעפירט ביי עכט פראפעסיאנאלע ביזנעסער ווייזט דאס אויף מער העכערע קוואליטעיט ווען עס הייבט קודם אויף א מאשין וואס דירעקטירט דיך וואס די זאלסט דריקן, איך האב דאס שוין געזעהן אויך ביי איינע פון די גרויסע ביזנעס קאנסולטאנטס פון די גויאישע גאס וואס ווייזט אן אויף זיין סידי אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו מאכן א פראפעסיאנאלעם אויסזעהן.
ווען איך קאל איינעם און גלייך הייבט אויף א מענטש בין איך די ערשטע זאך חושד צו דאס איז נישט איינער וואס האט א ביזנעס אינדערהיים וואס קלינגט גלייך צו זיין היים טעלעפאן ליין.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 10:26 pm
דורך משנה מקום
if there is not a lot of departments in the business then every person wants people should answer the phone
as for professional if its in normal working hours i don't know if its less professional if a person answer
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 10:41 pm
דורך מאנאגרעמס
איך מיין אז סיי ווען זאל קודם דער מאשין אויפהייבן.
איינס, ס'איז מער פראפעסיאנאל.
צווייטנס, לאמיר זאגן אז א נייער קאסטומער רופט דיך, ער טרעפט [למשל] דיין נאמבער אויפן אינטערנעט, אז דו וועסט גלייך אויפהייבן וועט ער כאפן א חשד אז ער האט דא א ראנג נאמבער. ער וועט דיר איבערפרעגן "איז דאס וואורלדווייד?" וכדו' וואס דאס פארוואסערט אביסל דעם טעם. אז א פראפעסיאנאלע קול הייבט אויף און דירעקטירט אים, וועט ער ווען דו הייבסט אויף לאחר מעשה זיין אסאך רואיגער.
דריטנס, מ'קען ממילא אייביג דרוקן גלייך 0. (אויסער אויף קול מבשר...)
כלענ"ד.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 12:12 am
דורך שוועמל
סווענדט זיך זייער שטארק ווי א ביזנעס, ווער דיין קלייענטעל איז.
לאמיר בקיצור צעטיילן אזוי:
טרעיד, האלסעיל;
באשטייט פון ריטורן-קאסטומערס, דאן איז גוט גלייך אויפצוהייבן, וויבאלד דיין קלייענטעל זוכט דוקא פרענדלי און פערסאנעל סערוויס, זיי ווילן דוקא נישט דרוקן 1 פאר סעילס, 2 פאר סערוויס וכו' ווייל זיי דארפן שנעלע ענטפערס און יעדער זאל וויסן אלעס.
ריטעיל, סערוויסעס;
רוב זענען קליינע, 1-10 איינגעשטעלטע, און מיט א שטארקע דראנג אויסצוקוקן גרעסער ווי מ'איז. דאס איז אזוי נאטורליך וויבאלד מ'איז קליין. און מ'קען דאס טאקע גאנץ גוט באמערקן ביי די פאון סיסטעם ווען מען מאכט 7 עקסטענשאנס פאר די זעלבע מענטש.
קאנסומערס שפירן דאס און עס טוט אין א וועג ביליג מאכן די ביזנעס. קאנסומערס ווייסן אויך זייער גוט ווער עס איז עכט גרויס און זענען גערישט צו הערן א פראפעסינאלע פאון סיסטעם וואס דאן אפרישיעטן זיי דאס ווייל עס טוט זיי דירעקטירן צו די נויטיגע דעפט.
אויב קען מען זאל מען בלויז זאגן א גריטינג "טענק יו פאר קאלינג אייוועלט.קאם, פליז האלד און סאמוואן וועט זיין וויט יו שארטלי", דאן זאל א מענטש אויפהויבן און באגריסן. ס'יז בכלל נישט קיין קונץ אויסצוקוקן גרעסער, ס'יז אבער א קונץ צו זיין פראפעסיאנאל און איינשטענדיג, דאן געווינט מען צוטרוי.
777 אפיסעס, ביזנעס צענטער;
איז גוט צו האבן א סעקרעטארי וואס זאל קודם גלייך אויפהייבן, פרעגן וואו צו דירעקטן די קאל, און טרענספערן צום באטרעפענדן.
עס איז דא אסך מעלות איבער דעם ואכמ"ל און עס גיבט א סערטין רעספעקט צו א ביזנעס.
אויב אבער דיין קלייענטעל איז נאר היימישע, קענסט עס פארווערדן צו דיין סעלפאן. א שאד צו אינוועסטן אין א פאון סיסטעם.
די עיקר איז זאלסט געבן סערוויס פאר די פרויען פלאס פרי שיפפינג, קבין קבין אית לה.
הצלחה
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 10:08 am
דורך לובלין
ביי אונז הייבט אויף א מאשין אבער די ערשטע אפשען איז "טו ספיעק טו א אפערעיטער פליעז פרעס 0 נאו"
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 11:20 am
דורך פאטאקי08
שכח שוועמל פאר די הסברה
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 12:00 am
דורך זיס
יישר כח פאר די ראט פון די חברים דא.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 7:18 am
דורך זיס
דערווייל זעה איך אז דער דעת הציבור איז נישט אייניג דערמיט, זה אומר בכה וזה בכה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 5:25 pm
דורך איזעי
לכולי עלמא דארפסטו געבן אן אפציע פאר דעם אריינרופער, צו קענען תיכף רעדן צו א מענטש אויב ער וויל.
און מער ווייניגער האט עס שוועמל גוט ארויסגעברענגט, און איך מיין אז איך בין מסכים מיט אים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 4:03 pm
דורך מידער
וועלכע טעלעפאון קאמפאני איז די טאפ-רעיטעד ביים היימישן ציבור תושבי הקרעטשמע?
איך האב שוין פאר יארן צוויי ליינס פונעם לאקאלן טעלעפאון קאמפעני אויף וואס איך צאל $150 א חודש בערך, און א סעילעסמאן פון א געוויסן אינטערנעט קאמפאני הערט נישט אויף צו לייגן דרוק.
דאס אויסער דעם וואס איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן א נארמאלען סיסטעם אז קאסטומערס זאלן נישט אנקומען צום וואויסמעיל אין א ביזי צייט, נאכדערצו אויב מעל וויל בלויז וויסן די שעות אדער אדרעס.
די אלע אינטערנעט ריוויוס גלייב איך נישט קיין טראפ, אלזא, וועלכע פירמע האט די בעסטע פידבעקס דאהי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:50 pm
דורך leiby
סדא די באקאנטע צוויי היימישע, אדער בעסער געזאגט דריי, זיי דארפן אלע צו זיין גוט, א מעלה ארויף א מעלה אראפ.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 3:31 pm
דורך מידער
א יישר כח.
זענען די דריי פירמעס די זעלבע גוט/פרייז ווי די אלע וואס מען קען געפונען אויפן אינטערנעט?