בלאט 1 פון 4
הערות אויף די שיעורים פון "אינטערנעט-מארקעטינג-אידיש.קאם"
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 12:36 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
אקעי מורי ורבותי די ערשטע חלק פונם שיעור איז גרייט איך האב דאס ארויפגעלייגט אויף מיין וועבסייט
http://internetmarketinginyiddish.comאיך וואלט געוואלט בעטן דעם עולם היות די תכלית פון דעם שיעור איז זיך אויסצולערנען דעם נושא ביטע שרייבט "דא" אלע הערות אויפן שיעור איך וויל וויסן אויב די שפראך איז געשמאק און פליסיג אויב די אינפארמאציע איז קלאר און פארשטענדליך און מען קען זיך טאקע אויסלערנען פון דעם און אזוי אויך בכלליות וואס איך קען פארבעסערן און די וועבסייט
אבער שאלות בנוגע אינטערנעט מארקעטינג ביטע איבערלאזן דארט אינם קאממענטס באקסל א גרויסן דאנק
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:46 pm
דורך ווינקל
פאר איך הייב אן צו קוקן, האב איך נאר געוואלט אנמערקן אז מען שרייבט אידיש, נישט יידיש.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:48 pm
דורך ווינקל
איך צי צוריק... די ספעלינג דארט איז זייער שווער צו ליינען... א שאד, ס'זעט אויס גוטע חומר, שיין מסודר.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:12 pm
דורך משה פאלאפל
ווינקל וואס הייסט די ספעללינג איז שווער צו ליינען? דו מיינסט לכאורה צו זאגן אז ס'איז בעצם שווער צו ליינען, איא? הרב מארקעטער אפשר מאך אן אנדערע פאנט און א גרעסערע סייז וועט עס זיין אסאך גרינגער.
דיינע סחורה זענען געוואלדיג, איך האב עס דורכגעבליקט אבער נאך נישט בעיון. איך קען קוים ווארטן אויף די קומענדע.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:15 pm
דורך שוועמל
זייער שיין און קלאר געשריבן, פשיהא!
מיין פולסטע הסכמה.
יא טויש די פאנט ווייל ס'יז שווער צו לעזן.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
http://internetmarketinginyiddish.comווילסטו אנהייבן א אנליין ביזנעס דא האסטו די בעסטע אינפארמעישן וואס דו דארפסט צו מצליח זיין.
האסט אייביג געטראכט פון עפענען אליין א ביזנעס ווי דו ביסט דיין אייגענע בעה"ב, נאר דו האסט נישט געוויסט וויאזוי אנצוהייבן? ווילסטו עפענען א אנליין ביזנעס און מאכן שיין געלט, און ארבעטן ווען און פון ווי דו ווילסט, נאר די ווייסט נישט מיט וואס אנצוהייבן?
לאמיר דיר באקאנט מאכן מיט איינע פון די גרעסטע און שנעל וואקסענדע ביזנעסער היינט צוטאגס וואס הייסט "אינטערנעט מארקעטינג". יעדן טאג גייען הונדערטער מענטשן אריין אין דעם ליין און זענען שיין מצליח, ווייל עס איז זייער גרינג זיך צו אויסלערנען און מען דארף נישט אינוועסטן אסאך געלט צו עפענען א סוקסעספול אינטערנעט מארקעטינג אנליין ביזנעס. אזוי אויך דארפסטו נישט האנדלען מיט קיין פיזישע פראדאקטס, דו דארפסט בכלל נישט פארקויפן גארנישט. אבער איין זאך וויל איך דיר שוין זאגן אז דו זאלסט נישט מיינען אז ווייל עס טראגט דעם נאמען "אנליין ביזנעס" איז עס אנדערש פון א געהעריגע ביזנעס - ניין און נאכאמאל ניין! זאל דיר דאס קיינער נישט איינרעדן! דו דארפסט דאס פירן פונקט ווי א געהעריגע ביזנעס, עס האט אלע מעלות און אזוי אויך חסרונות פון א געהעריגע ביזנעס, ווייל דאס איז א געהעריגע ביזנעס! די איינציגע מעלה איז נאר אז עס איז ביליגער און גרינגער צו עפענען און פירען ווייל עס איז אנליין, ווי דו וועסט זיך באלד באקענען מיט די פרטים.
אין דעם וועבסייט וועל איך דיר אויסלערנען אלעס וואס דו דארפסט וויסן און קענען אנצוהייבן דיין אייגענע ביזנעס. דא וועסטו טרעפן אין א געשמאקע און לייכטע שפראך, סטעפ ביי סטעפ, וואס צו טוען ערשט און וואס צווייט, באגלייט מיט הערליכע ווידיאוס וואס וועלן דיר ווייזן פונקטליך וואס און וויאזוי צו טוען.
אזוי אויך שטיי איך גרייט שטענדיג דיר ארויסצוהעלפן מיט וואס מעגליך צו פארזיכערן אז דו ביזט מצליח. פאר סיי וואס פאר א שאלה קענסטו לאזן א קאמענט דא, און איך וועל דיר פרובירן צו העלפן. איך האף אז דו וועסט הנאה האבן און זיך אויסלערנען וויאזוי גרינגערהייט צו עפענען א סוקסעספול אנליין ביזנעס, און טאקע מצליח זיין!
וואס איז אינטערנעט מארקעטינג?
די פשוט'ע טייטש פון אינטערנעט מארקעטינג איז נוצן די אינטערנעט צו אדווערטייזן א פראדאקט אדער סערוויס, און עס ברענגען פאר די אויגן פון ווי מער מענטשן. אין עס איז צוטיילט אין צוויי חלקים: 1) ווען דו האסט דיין אייגענע פראדאקט אדער סערוויס, און די ניצט די אינטערנעט צו באקומען נייע קאסטומערס און מער סעילס. 2) אדווערטייזן א צווייטנס פראדאקט אדער סערוויס, און באקומען א פראצענט פון יעדע סעיל וואס דו ברענגסט. דאס ריפט זיך עפפיליעט מארקעטינג. אונז גיי מיר אדורך טוהן די צווייטע סארט, אזוי ווי איך האב אנגעהויבן אז דו דארפסט נישט אינוועסטן צו פארמאגן א פראדאקט וכדומה.
וויאזוי צו מארקעטן און וואס צו מארקעטן!
אויף דעם איז די וועבסייט געשטעלט. עס זענען דא אסאך וועגן וויאזוי מען קען טוען אינטערנעט מארקעטינג, און עס זענען דא זייער אסאך זאכן וואס מען קען מארקעטן. לאמיר קודם אדורכשמועסן די וועגן וואס זענען דא וויאזוי צו מארקעטן, און נאכדעם גיין צו די צווייטע חלק, פון זעהן וועלכע קאמפעניס און וואס מ'קען אלס מארקעטן.
יעצט פאר איך הייב אן וויל איך דיר זאגן איין זייער וויכטיגע זאך איך האב געליינט פון איינע פון די גרעסטע אינטערנעט מארקעטערס אז איינס פון די גרויסע פראבלעמען וואס איז דא ווען איינער הייבט אן אריינצוגיין אין די ליין פון אינטערנעט מארקעטינג איז אז עס איז דא אזויפיל אינפארמעישן אין וועבסייטס אויף אינטערנעט מארקעטינג אין מען ליינט אין ליינט יעדן טאג א נייע זאך אין מען הייבט אן צו ווערן זייער צומישט אזוי אויך זענען דא זייער אסאך אינטערנעט מארקעטרס וואס זיכן אריינצוכאפן נייע אינטערנעט מארקעטרס אז זיי זאלן קויפן זייער פראדאקט צו איז דאס א בוך אדער זייער א גיטע אין וויכטיגע פראגרעם אין זיי פארדרייען א קאפ ווי וויכטיג עס איז אדער ווי גיט עס איז אז עס גייט מאכן אלעס אטאמאטיש
וויל איך דיר זאגן צוויי זייער וויכטיגע זאכן איינס אינטערנעט מארקעטינג איז נישט שווער און קאמפליצירט און עס איז א שאד זיך צו פארדרייען דעם קאפ מיט גאלאנען פון אינפארמעישן טוה מער אין לייען ווייניגער. צווייטנס פאר דו קויפסט עפעס אויף אינטערנעט מארקעטינג מאך זיכער צוויי זאכן ערשטנס צו מען קען דאס נישט באקומען בחינם אדער עפעס אנדערש וואס טוט די זעלבע זאך למשל איך ווייס פון א פראגרעם וואס פארקויפט זיך אסאך געלט אין מען קען באקומען בחינם א צווייטע פראגרעם וואס טוט ממש די זעלבע זאך אי"ה ווען די וועסט האלטן דארט וועסטו זעהן וואס איך מיין צווייטנס דארפסטו זעהן וואס מענטשן זאגן אויף דעם אויף יעדע גוטע פראגרעם קענסטו טרעפן אנליין וואס מענטשן זאגן אויף דעם סא מאך זיכער אז עס איז גיט אין ווערט דאס געלט
נאך איין זייער וויכטיגע זאך דארפסטו וויסן אריינגייענדיג אין אינטערנעט מארקעטינג, אז דו דארפסט האבן אסאך געדולד ביז ווילאנג מ'הייבט אן צו זעהן רעזולטאטן, אבער איינמאל עס הייבט אן צו קומען וועט עס זיין גאר גאר שיין
אזוי אויך אזויווי פריער געשריבן שטיי איך גרייט דיר צו העלפן מיט וואס איך קען איך האף אז די האסט הנאה דא אין אויב די האסט עפעס מוסיף צו זיין זיי אזוי גיט אין לאז איבער א קאמענט אינטן א דאנק
יעצט איך האב אויסגעשטעלט דעם סייט מיט א סדר איינס געבויעט אויפן צווייטן איז כדי נישט צו ווערן צומישט גיי עס דורך לויטן סדר, אינם קומענדיגן בלאט ברענג איך ארויס אין קורצן,http://internetmarketinginyiddish.com
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:46 pm
דורך וויכטיג מאכער
דא איז עס קלארער.
הרב אינטערנעט, אויב ס'שטערט דיך אז איך האב עס אהערגעברענט לאז וויסן איך וועל עס אויסמעקן.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:47 pm
דורך למעלה משבעים
יישר וויכי, ווייל איך קען נישט אריין אין יענע סייט.....
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער האט דארט נאך אסאך לינקס, איך ווארט אויף רשות פון עם צו מעגן פאוסטן ווייטער.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:53 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
נישט קיין שום פראבלעם. איך ארבעט יעצט צו פארבעסערן די אותיות וויפיל איך קען. קען מיר איינער זאגן אויב די פאנד יעצט איז בעסער
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:54 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך קען ברענגען אנדערע פעידזשעס אהער דא פאר די וואס קענען נישט ליינען דארט?
וויאזוי מאכט מען געלט מיט אינטערנעט מארקעטינג
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
http://internetmarketinginyiddish.com/?page_id=143
פאר איך גיי אריין אין וויאזוי צו אויפבויען דיין אנליין ביזנעס לאמיר דיר קודם מסביר זיין בכלליות וויאזוי מען מאכט געלט דורך אינטערנעט מארקעטינג עס זענען דא אסאך וועגן צו מאכן געלט דורך אינטערנעט מארקעטינג איך גיי אנהייבן מיט די בעסטע אין מערסט גענוצטע וועג
אינפארמעישן וועבסייט
דאס איז די בעסטע און שטערקסטע וועג צו טוען אינטערנעט מארקעטינג, צו האבן אן אייגענעם וועבסייט, און אויף דיין סייט טוסטו פראמאטן אנדערע מענטשען'ס אדער קאמפעניס פראדאקטס. א גוטע משל צו פארשטיין וואס א אינפארמעישן וועבסייט איז, טראכט פון א צייטונג: וויאזוי מאכט א צייטונג געלט? נישט פון די פאר דאלאר וואס מען צאלט צו קויפן דעם צייטונג, נאר פון די אדווערטייזמענטס וואס מען לייגט אריין. יעצט כדי די עד זאל געזען ווערן דורך ווי מער מענטשן, שטעלן זיי צו פאר די ליינער אינטערעסאנטע אינפארמעישן וואס מענטשן זענען אינטרעסירט אין דעם, אזוי קויפן דאס מענטשן, און זיי זעהען די עדס און קויפן די זאכן וואס זענען אדווערטייזט דארט, און פארשטייט זיך ווי מער מענטשן עס לייענען די צייטונג ווערן די עדס טייערער און טייערער.
די זעלבע זאך איז א אינפארמעישן וועבסייט: עס האט אין זיך אינפארמעישן וואס מענטשן זענען אינטרעסירט אין דעם, אזוי אויך לייגט מען צו אדווערטייזמענטס אין די זייט, למשל אזוי אז די באזוכערס וואס קומען זעהן די אינפארמעישן וואס שטייט דארט וועלן קליקן אויף די עדס, און אויב וועט דער מענטש קויפן דארט מאכסטו א פראצענט, און צומאל גאר באקומסטו געלט אויף יעדע קליק, אפילו אויב ער קויפט נישט.
יעצט עס איז דא צוויי אופנים צו מאכן אזא סייט: 1) צו בויען א וועבסייט אויף אינטרעסאנטע זאכן, למשל נייעס, פאליטיק אד"ג, און מענטשן קומען ווייל זיי זענען אינטערעסירט אין וואס עס שטייט דארט. 2) אז דו בויעסט א וועבסייט ארום א געוויסע פראדאקט וואס די ווייסט אז מענטשן זענען אינטרעסירט אין דעם, און דו לייגסט ארויף שיינע ארטיקלען וכדומה וועגן דעם פראדאקט, און אזוי אויך לייגסטו לינקס ווי מען קען עס קויפן, און יעדעס מאל איינער קויפט דורך דיין וועבסייט מאכסטו א פראצענט. איך ווייס אז עס קוקט אויס צו זיין א שווערע זאך, אבער עס איז בכלל נישט אזוי ווי שווער, אזויווי אונז וועלן באלד זעהן טריט ביי טריט.
אימעיל מארקעטינג
דאס ווערט אויך זייער שטארק באניצט דורך מענטשן וואס טוען אינטערנעט מארקעטינג. עס ארבעט אזוי: מען בויעט זיך אויף א גרויסע אימעל ליסט פון הונדערטע אדער גאר טויזענטע מענטשן, און מען שיקט ארויס פאר די אלע מענטשן אימעילס וועגן פראדאקטס וואס מען ווייסט אז זיי וועלן שטארק מעגליך זיין אינטרעסירט דערין, און אויב זיי קויפען דאס טאקע, מאכט דער מארקעטר גאר אסאך פראצענט. וויאזוי דאס צו טוען פארלאנגט זיך א לענגערע ארטיקל, וואס איך האף צי צאמשטעלן בקרוב.
סאשעל נעטווארק מארקעטינג - social network marketing
דאס מיינט ניצן די סאשעל נעטווארקס אזויווי פעיסבאק, טוויטער, צו טרעפן זאכן וואס מענטשן זיכן, און דאס זיי צושטעלן. דאס ווערט יעצט שטארק אויפגעכאפט, וואס מער און גרעסער די באניץ פון די נעטווארקס ווערן, אזוי שנעל וואקסט זענען זיי א שטארק באניצטע וועג צו ברענגען וויזיטערס צו דיין וועבסייט אויך אויף דעם האף איך צו צאמשטעלן א שיינע ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי עס ארבעט
אינעם נעקסטן פאסט גיי איך אריין אין כלליותדיגע זאכן וואס די דארפסט פארשטיין בנוגע, וויאזוי גוגל ארבעט.http://internetmarketinginyiddish.com/?page_id=143
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:56 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
יא דו קענסט קיין פראבלעם זאג מיר נאר אויב יעצט איז בעסער
וויאזוי גוגל ארבעט
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:57 pm
דורך וויכטיג מאכער
http://internetmarketinginyiddish.com/?page_id=133
איך האב שוין געהאלטן טיעף אינמיטן שרייבן דעם שיעור אויף וויאזוי צו בויען א וועבסייט, און איך באמערק אז איך האלט זיך אין איין אנקלאפן אין זאכן אדער ווערטער וואס זענען פרעמד פאר איינער וואס איז ניי צו אינטערנעט מארקעטינג, און יעדעס מאל דארף איך זיך אפשטעלן אוןמסביר זיין וואס דאס מיינט און וואס די ווארט טייטשט אא"וו, און איך האב געפיעלט אז עס שטערט צום פליסיגקייט פונם ארטיקל, און מען קען ווערן אביסל צומישט, האב איך מחליט געווען צו מאכן א שטיקל הקדמה אויף וויאזוי גוגל ארבעט, און אינדעם אריינלייגן א גרויסע חלק פון די נייע עניינים און עס דא מסביר זיין, אזוי אז שפעטער ווען עס וועט קומען צו וויאזוי צו טוען זאכן וועט עס פארן מער פליסיג.
די סיבה פארוואס עס איז אזוי וויכטיג צו פארשטיין וויאזוי גוגל ארבעט איז ווייל ווי פריער געזאגט גייען מיר מאכן געלט דורך בויען וועבסייטס אויף פראדאקטס, אזוי אז מענטשן וואס זענען אינטרעסירט אין דעם וועלן אנקומען צו דעם סייט, און זעהן די אינפארמעישן וואס שטייט דארט, און האפענטליך קליקן אדער גאר קויפן דורך די עדס וואס די גייסט לייגן פון אנדערע וואס פארקויפן דעם פראדאקט.
קומט אויס אז איינס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס די דארפסט כדי צו מאכן געלט איז אז דיין סייט זאל באקומען אסאך וויזיטערס, מענטשן וואס זיכן דאס וואס דיין סייט איז אויף דעם וואס דאס רופט זיך "טרעפיק", ווי מער טרעפיק דיין סייט האט, אלץ מער געלט מאכסטו, אזויווי מען זאגט אין אינטערנעט מארקעטינג אז "טרעפיק איז מאני", און אויף דעם ברעכט זיך יעדער דעם קאפ וויאזוי באקום איך טרעפיק צו מיין סייט.
איז דא בכלליות אויף דעם צוויי וועגן 1) באצאלטע טרעפיק, 2) פרייע טרעפיק. איך גיי נישט יעצט אריינגיין אינעם חלק פון באצאלטע טרעפיק, דאס איז א נושא וואס דארף א עקסטרע באהאנדלונג, אונז גייען זעהן צו באקומען צו אונזער וועבסייט פרי טרעפיק, און די וועג דאס צו באקומען איז דורך דעם וואס דיין סייט רענקט הויעך אין די סירטש ענדזינס . ווען דו זוכסט צו קויפן א געוויסע זאך אויף די אינטערנעט, וואס טוסטו, דו גייסט צו גוגל און די לייגסט אריין די וואס דו זיכסט, למשל "קאמפיוטער" אדער "לעפטאפ קאמפיוטער", וואס אגב דאס וואס מענטשן לייגן אריין אין גוגל אןיף צו זיכן זאכן רופט זיך א "קיווארד" און איך גיי נוצן די ווארט זייער אסאך. א קיווארד מיינט ווי געזאגט א ווארט אדער אפאר ווערטער צוזאמען וואס מענטשן נוצן דאס צו סירטשן פאר וואס זיי זוכן, צוריק צו פריער, ווען די לייגסט אריין א קיווארד אין גוגל, למשל לעפטאפ קאמפיוטער, קומט ארויף טויזענטער רעזולטאטן ד.מ. טויזענטער וועבסייטס וואס האבן ציטוען מיט דעם ווארט וואס די האסט אריין געלייגט, ווי גייסטו אריין גיין? פארשטייט זיך עפ"י רוב אין איינע פון די ערשטע פאר סייטס, קומט אויס אז ווי פריער א סייט קומט ארויף אין גוגל אלץ מער טרעפיק באקומט ער, און דאס איז פרי טרעפיק.
שטעלט זיך יעצט די שאלה: ווער קומט ערשט אין ווער צווייט, וויאזוי ארבעט דאס?, דא קומט אריין א זאך וואס רופט זיך "סירטש ענדזין אפטימייזעישן", ד.מ. פארבעסערן א וועבסייט פאר די סירטש ענדזינס. די סירטש ענדזינס, און איך גיי מיר בעיקר באצוען צו גוגל ווייל זיי זענען די עיקר זוכן, צוצושטעלן פאר די מענטשן די בעסטע רעזולטאטן, אז ווען זיי סירטשן פאר א געוויסע זאך זאלן זיי באקומען גוטע און פארלעסליכע וועבסייטס, און די זעלבע צייט זאלן די וועבסייטס זיין געשטעלט אויף וואס דער מענטש זוכט, קומט אויס אז כדי א וועבסייט זאל ארויפקומען צווישן די ערשטע רעזולטאטן דארף עס האבן ביידע מעלות, סיי אז עס איז א פארלעסליכע וועבסייט וועם גוגל פיעלט אז זיי קענען טראסטן, און אזוי אויך דארף עס זיין גוט געבויעט ארום דעם קיווארד וואס יענער לייגט אריין אין גוגל.
וויאזוי איז גוגל מחליט אויב א סייט איז גוט און פארלעסליך? איז דא אויף דעם מערערע טעאריעס, ווייל בעצם גוגל זאגט נישט פאר קיינעם וויאזוי זיי ארבעטן, אבער עס זענען דא אסאך פאקטארן וואס האבן זיך שוין ארויסגעוויזן אז זיי מאכן אויס אויף צו רענקן הויעך אין גוגל. איך גיי נישט יעצט אריין גיין אינעם חלק פון וויאזוי צו טוען די אלע זאכן, אויף דעם האב איך א הערליכע שיעור וואס דאס קומט שפעטער, נאכדעם וואס דו וועסט שוין וויסן וויאזוי אויפצובויען א וועבסייט וועל איך דיר ווייזן וויאזוי עס צו אפטימייזן, פארבעסערן פאר די סירטש ענדזינס , דא וועל איך אויסרעכענען די עיקר זאכן וואס איז אנגענומען אז גוגל קוקט אויף דעם, וואס אויב דו וועסט דאס פארשטיין וועלן זאכן שפעטער גיין מער געשמיערט.
די ערשטע זאך איז ארגינעלע קאנטענט. ד.מ. ארגינעלע אינפארמעישן. די ארטיקלען אין דיין סייט זאל זיין ארגינעל, נישט געקאפיעט פון אנדערע וועבסייטס, און איך זאג דיר שוין אז יא מען קען רענקן הויעך אויך מיט דופליקעט, ד.מ. געקאפיעט קאנטענט פון אנדערע וועבסייטס, איך אליין האב סייטס מיט דופליקעט קאנטענט וואס רענקן הויעך, אבער איך וועל לאזן דאס אויף שפעטער. למעשה די בעסטע זאך איז צו גיין מיט ארגינעלע קאנטענט, און איך וועל דיר שפעטער ווייזן אלע וועגן צו באקומען ארגינעלע קאנטענט.
די צווייטע זאך אויף וואס גוגל קוקט זייער שטארק איז בעקלינקס. א בעקלינק מיינט אז א צווייטע וועבסייט האט אין זיך א לינק צו דיין סייט, ווייל דאס ווייזט אז דיין וועבסייט איז חשוב, ווייל געווענטליך לייגט איינער אריין א לינק אין זיין סייט צו א צווייטע סייט אויב ער האט געטראפן דארטן עפעס גוטס וואס קען זיין אינטרעסאנט, אדער קען עס ארויסהעלפן, ממילא ווי מער בעקלינקס א וועבסייט האט אלץ חשובער זעהט עס אויס אין די אויגן פון גוגל, און דאס דארף א שיעור פארזיך וואס און וויאזוי, און דאס איז פאר שפעטער.
נאכדעם איז דא א זאך וואס רופט זיך "פעדזש רענק", דאס איז א רענק פון איינס ביז צעהן וואס גוגל האט געגעבן פאר דיין וועבסייט, למשל גוגלס וועבסייט איז פ.ר. 10, יאהא איז 9, אא"וו, איך גיי נישט דא אריין וויאזוי דאס ארבעט, אבער דאס איז נאך א זאך וואס מען דארף נעמען אין חשבון ביים אפשאצן די שטארקייט פון א וועבסייט, און אזוי אויך קוקט גוגל אויף ווי אלט די וועבסייט איז, ווי עלטער אלץ מער ווייזט דאס אז די סייט איז עפעס ווערט און אינטרעסאנט.
די אלע זאכן ביז דא איז אויפן חלק פון באקומען טראסט ביי גוגל. נאכדעם איז דא די צווייטע חלק וואס פעלט זיך אויס אז דיין סייט זאל זיין אפטימייזט פאר די קיווארד אויף וואס דיין סייט איז געבויעט אויף דעם. למשל אויב דיין סייט איז אויף לעפטאפס, און דיין קיווארד איז "לעפטאפ קאמפיוטערס", דארף די ווארט ווערן דערמאנט מערערע מאל אין די ארטיקל, און אזוי אויך אין די סייטס נאמען, וואס רופט זיך "דאמעין נעים", דיין נאמען זאל זיין למשל לעפטאפקאמפיוטערס.קאם ווייל דאס ווייזט אז דיין סייט איז געבויעט אויף דעם, ממילא ווען איינער זיכט דאס אין גוגל וויל עם צושטעלן די סייטס וואס זענען די מערסטע רעלאטיוו, און אויב זיי טרעפן א סייט וואס האט אינעם נאמען דאס וואס יענער האט געסירטשט ווייזט עס אז די סייט איז ממש אויף דעם.
איך האב ממש אנגערירט דעם ענין אויפן שפיטץ גאפל. די אלע זאכן קענען און דארפן ווערן ברייטער און קלארער אויסגעשמועסט, אבער דאס איז גענוג אז דו זאלסט בעסער פארשטיין די קומענדיגע סטעפס, און זיך קענען אנהייבן צו בויען מיטן באשעפערס הילף.
יעצט אז אונז גייען בויען א וועבסייט וואס מיר ווילן אז זיי זאלן רענקן הויעך אין די סירטש ענדזינס, כדי צו באקומען אסאך אין פרי טרעפיק, דארפן מיר זיכער מאכן צוויי זאכן. איינס אז אונזער וועבסייט איז גוט אפטימייזט און אז ס'געווינט טראסט ביי גוגל. צווייטנס דארפן מיר זיכער מאכן פאר מ'הייבט אן בויען א סייט אויף א געוויסע זאך, אז עס וועט נישט זיין צו שווער צו רענקן הויעך פאר דעם. און דאס ברענגט אונז צום נעקסטן סטעפ, וויאזוי אויסצוקלויבן די ריכטיגע פראדאקט.http://internetmarketinginyiddish.com/?page_id=133
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:58 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך מיין אז יא.
וויאזוי אויסצוקלויבן די ריכטיגע פראדוקט.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 5:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
http://internetmarketinginyiddish.com/?page_id=138
די ערשטע זאך וואס דו דארפסט טוען איז צו מחליט זיין אויף וואס דו גייסט בויען דיין וועבסייט.
ווי פריער געזאגט דארפסטו זיין זיכער אז דיין וועבסייט גייט קענען רענקן הויעך אין די סירטש ענדזין, יעצט דארפסטו פארשטיין אז עס וועט זיין זייער זייער שווער צו רענקן הויעך פאר אזא ווארט אזויווי קאמפיוטערס למשל, ווייל דו פארשטייסט אליינס אז די גרויסע קאמפעניס געבן אויס שווערע געלטער אויף צו זיכער מאכן אז זייערע סייטס רענקן פון די ערשטע אויף דעם, און אינז זיכן נישט צו גיין מיט זיי אין קאמפעטישען, וואס אינז גייען טוען איז טרעפן "מייקרא ניטשעס", מייקרא מיינט קליינע אין ניטש איז טייטש די נושא, אזוי רופט זיך די נושא אויף וואס דיין סייט איז געבויעט,למשל "קאמפיוטערס" איז א גרויסע ניטש עס איז כולל אין זיך זייער אסאך זאכן, "לעפטאפ קאמפיוטערס" איז שוין אביסל א קלענערע, "דעלל לעפטאפ קאמפיוטערס" איז נאך קלענער, ווי מער פרטיותדיג אלץ קלענער איז די ניטש, און אינז זיכן וואס טיפער און פרטיותדיג אריין צוגיין אינם ניטש, און די אויפטוה איז אז די גרויסע חברה, זיי זיכן צו רענקן פאר די גרויסע ניטשעס ווייל ווי פארשטייט זיך ווי גרעסער די ניטש איז אלץ מער סירטשס באקומט עס א חודש, למשל די ווארט קאמפיוטערס באקומט 6,120,000 סירטשס א חודש אבער די ווארט לעפטאפ קאמפיוטער באקומט נאר 246,000 סירטשס א חודש אא"וו ווי מער דעטאלירט די ווארט איז אלץ ווייניגער סירטשעס באקומט עס, ממילא זיכן זיי די ניטשעס וואס באקומען גאר אסאך סירטשעס, וואס א סייט וואס רענקט הויעך פאר דעי ווארט באקומט טויזענטער וויזיטערס א טאג, איז וואס אינז דארפן טוען איז טרעפן דעם ניטש וואס סיי עס באקומט געניג סירטשס א חודש אז מיר זאלן קענען מאכן געלט אויף דעם, אין די זעלבע צייט זאל די קאמפעטישן נישט זיין גרויס אויף דעם אזוי אז אינזער סייט זאל קענען רענקן הויעך, און אזוי אז דו וועסט בויען מערערע סייטס, יעדעס איינס אויף א קליינע ניטש וואס טאקע יעדע סייט פאר זיך וועט נישט פארדינען אזויסאך אבער אלע צוזאמען קענען אריינברענגען שיין געלט
יעצט שטעלט זיך די שאלה וויאזוי טרעף איך דעם גיטן מייקרא ניטש וואס אויף דעם גיי איך בויען א וועבסייט? איז דא דריי עיקר זאכן וואס דו דארפסט זיכער מאכן כדי צו וויסן אז דו קענסט מאכן געלט אויף א ניטש, 1) אז עס איז א זאך וואס מענטשן זענען אינטרעסירט אין דעם און מענטשן קויפן עס 2) אז עס באקומט גענוג סערטשעס א חודש אין גוגל 3) אז דו גייסט קענען רענקן הויעך פאר דעם אין גוגל
לאמיר אנהייבן מיט די ערשטע חלק, וויאזוי קענען מיר וויסן וואסערע פראדאקט מענטשן זענען אינטרעסירט אין דעם? איז דא אויף דעם אסאך וועגן איך וועל דיר דא ווייזן 2 זייער גרינגע וועגן, איך גלייב אז דו ווייסט אז די 2 גרעסטע וועבסייטס וואס פארקויפן זאכן אויפן אינטערנעט זענען "איבעי" און "עמעזאן", די גיטע נייעס איז אז זיי אליינס דערציילן אינז וואסערע פראדאקטס זענען הייס און מענטשן זענען אינטרעסירט אין דעם, לאמיר אנהייבן מיט עמעזאן, גיי דא צו "עמעזאן בעסט סעללערס" דא קענסטו זעהן אין יעדע פון זייערע קעטעגאריס וועלכע פראדאקטס גייען שטארק, אזוי אויך שטייט נעבן יעדע זאך וויפיל "ריוויוס" עס האט באקומען און ווי גיט די מענטשן האבן געהאלטן אז עס איז לויט וויפיל שטערנס עס האט, דו קענסט אויסקלויבן איינע פון די זאכן דא אין מאכן אויף דעם א וועבסייט נאר מאך זיכער אז עס האט כאטשיג 50 ריוויוס און 4 שטערנס אזוי ווייסטו אז סיי עס איז עפעס וואס אסאך מענטשן זיכען דאס ווייל נישט יעדער שטעלט זיך אפ צו שרייבן א ריוויו און אויב האט עס 50 איז א סימן אז זייער אסאך מענטשן האבן דאס געקויפט, אין פון די שטערנס קענסטו זעהן אז די מענטשן זענען געווען צופרידן פון דעם פראדאקט
די זעלבע זאך איז דא פון "איבעי" גיי דא צו די "איבעי פולס" דא וועסטו האבן מערערע וועגן צו זעהן וואס איז הייס אויף איבעי,למשל גיי אראפ צו דארט ווי עס שטייט אז דו קענסט זעהן מער איבעי פולס קעטעגאריס דארט וועסטו זעהן אין יעדע קעטעגארי פון איבעי וועלכע פראדאקטס גייען גוט
איינמאל דו האסט אויסגעקליבן א פראדאקט וואס אויף דעם ווילסטו בויען א וועבסייט למשל דו ווילסט מאכן א סייט אויף "טרעוול הענד בעגס" וואס דאס גייט זיין דיין מעין קיווארד, דארפסטו יעצט זיכער מאכן אז דעי ווארט באקומט געניג סירטשס א חודש אז עס זאל זיך לוינען צו אינוועסטירן אין דעם, כדי דאס צו וויסן דארפסטו גיין צו די "גוגל עדווארדס קיווארד טאלל" דאס איז א פרי סערוויס פון גוגל וואס דארט קענסטו אריין לייגן א ווארט און עס גייט דיר זאגן וויפיל סירטשס עס באקומט א חודש, אזוי אויך זאגט עס דיר ווי שטארק די קאמפעטישן איז אויף דעם קיווארד, און די קאמפעטישן מיינט לגבי גוגל עדס ד.מ. ווי סאך מענטשן ווילן באצאלן פאר גוגל עדס פאר דעי קיווארד, און דעס קען אינז אויך געבן אביסל א איידיע אויב אינז קענען רענקן פאר דעי ווארט ווייל אויב זייער אסאך מענטשן זענען גרייט צו צאהלן פאר גוגל עדס פאר דעם קיווארד, עפ"י רוב זוכען דעי מענטשן אויך צו רענקן הויעך פאר דעם, עכ"פ דא וועסטו קענען זעהן צו דיין קיווארד באקומט געניג סירטשס, און געניג מיינט כאטשיג 250 סירטשס א חודש בערך, און אזוי אויך גייט עס דיר געבן הינדערטער אנדערע קיווארדס ענדליך צו דאס וואס דו האסט אריינגעלייגט וואס אינז גייען שפעטער דאס ניצן פאר די איבעריגע קיווארדס פון די סייט אבער יעצט האלטן אינז ביים אויסקלויבן די מעין קיווארד, איז אויב די זעהסט אז דיין קיווארד באקימט נישט אזויפיל סירטשס אבער א ענדליכע ווארט וואס האט אויך אין זיך דיין קיווארד באקומט יא אסאך קענסטו נעמען יענע ווארט, למשל אז דו האסט אנגעהויבן מיט "טרעוול הענד בעגס" און דו זעהסט אז עס באקומט ווייניג סירטשס אבער "בעסט טרעוול הענד בעגס" אדער "נייס טרעוול הענד בעגס" באקימט יא אסאך סירטשס, גיי מיט דעם אבער מאך אייביג זיכער אז עס האט אין זיך די ווארט פון די פראדאקט וואס דו האסט געזהן אז עס גייט גיט
און איינמאל דו האסט שוין אויסגעקליבן דיין קיווארד, וואס דו ווייסט אז עס גייט גוט און עס באקימט אסאך סירטשס א חודש, דארפסטו נאך זיכער מאכן איין זאך אז דו גייסט קענען רענקן הויעך פאר דעי ווארט אין גוגל, און די וועג דאס צו וויסן איז דורך כאפן א בליק אויף די וועבסייטס וואס קומען ארויף די ערשטע ווען דו סירטשסט פאר דיין קיווארד, און דו דארפסט אפשאצן צו דו גייסט זיי קענען איבערשטייגן, אויב דו געדענקסט האב איך שוין אויסגערעכנט די הויפט זאכן וואס גוגל זיכט אין א וועבסייט וואס דאס געבט די שטארקייט פאר דעי סייט צו רענקן הויעך, און די חלקים וואס זענען וויכטיג פאר יעצט זענען אין קורצן, אויב עס האט אסאך בעקלינקס, אויב עס האט א גיטע פעדזש רענק, אויב עס איז גוט געבויעט פאר די קיווארד, למשל עס האט די קיווארד אין די דאמעין נעים (וועבסייטס נאמען), איז כדאי צו וויסן אויב דו גייסט קענען איבערשטייגן די סייטס וואס רענקן יעצט הויעך אדער עכ"פ אויך זיין צווישן זיי דארפסטו זעהן ווי שטארק זיי זענען ווייל אויב די ערשטע צעהן סייטס האבן אלע הינדערטע בעקלינקס אין זענען איבער פעדזש רענק 3 גייט זיין זייער שווער זיי צו איבערשטייגן
פארדעם דארפסטו האבן א טאלל וואס דאס גייט דיר געבן, נאך יעדע סייט וואס קימט ארויף אין גוגל, פינקטלעך וויפיל בעקלינקס עס האט, און אזוי אויך די פעדזש רענק פון די סייט, און נאך אסאך אינפא. וועגן יעדע סייט, גיי "דא" פאר א פרי טאלל פאר די פייערפאקס בראוזער וואס מיט דעם קענסטו גראד זעהן די אלע אינפא. אויף יעדע וועבסייט וואס דו גייסט אריין, און אזוי אויך אינטער יעדע רעזולטאט אין גוגל שרייבט עס די אלע זאכן פון דעי סייט
אזוי קוקן אויס די גוגל ריזאלטס ווען מען האט דעי טאלל

וואס דו דארפסט קוקן איז קודם צו עס איז דא צווישן די ערשטע רעזולטאטן א סייט מיט די "קיווארד" אין די נאמען, אויב יא קוק וויפיל "בעקלינקס" ער האט, אויב ווייניגער ווי 50 איז נאכנישט געפערליך און אזוי אויך קוק אויף זיין "פעדזש רענק" אויב איז עס נישט מער ווי 2 איז אויך נישט געפערליך, נאכדעם מאך זיכער אז די ערשטע פאר רעזולטאטן זענען נישט חברה מיט איבער 100 "בעקלינקס" אדער מער ווי "פעדזש רענק" 3 אויב די סייטס וואס קומען ארויף די ערשטע שטייען אינטער דעם לעוול ווייסטו אז דיין וועבסייט גייט אויך קענען אנקומען דארט, איין זאך מאך אייביג זיכער אז דו לייגסט אריין אין גוגל דיין קיווארד פינקטליך ווייל יעדע אות אנדערש טוישט די רעזולטאטן
יעצט אז דו האסט שוין דיין מעין קיווארד, וואס דאס איז א פראדאקט וואס דו ווייסט אז מענטשן זענען אינטרעסירט אין דעם, און אזוי אויך באקימט דעי קיווארד געניג סירטשס אין גוגל א חודש, און אויך ווייסטו אז עס וועט נישט זיין שווער צו רענקן הויעך פאר דעם דארפסטו יעצט קאלעקטן די איבריגע קיווארדס פאר דיין סייט און אזוי אויך די קאנטענט (ארטיקלען) פאר דיין סייט
וויאזוי צו קאלעקטן די איבעריגע קיווארדס און אזוי אויך וואס טוט זיך מיט קאנטענט פאר דיין סייט אויף דעם גיי ווייטער צום נעקסטן בלאט "קיווארדס און קאנטענט"
ביטע לאזט אין די באקס אינטן אייער קאמענטארן אדער שאלותhttp://internetmarketinginyiddish.com/?page_id=138
קיווארדס אין קאנטענט
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 5:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
http://internetmarketinginyiddish.com/?page_id=158
יעצט אז דו האסט שוין דיין מייקרא ניטש און דיין "מעין" קיווארד האסטו צוויי ברירות אדער קענסטו שוין יעצט שאפן קאנטענט אויף דעם קיווארד און אויפבויען דיין סייט קודם נאר מיט איין פעדזש, און נאכדעם גיין און קאלעקטן די איבעריגע קיווארדס פאר די אנדערע פעדזשס, אדער קענסטו קודם גרייט מאכן חוץ דיין מעין קיווארד אויך די אנדערע קיווארדס פאר דיין סייט, ווייל דו פארשטייסט אליינס אז דיין סייט גייט נישט האבן נאר איין פעדזש, אויף איין פראדאקט, נאר מערערע פעדזשס מיט אנדערע פראדאקטס וואס האבן אבער שייכות צו דיין מעין קיווארד, וואס אויף דעי קיווארדס דארפסטו שוין נישט אזוי שטארק שטודירן זיכער צו מאכן אז דו גייסט קענען רענקן פאר דעם, ווייל היות דו גייסט רענקן הויעך און באקימען גוגל טראסט פאר דיין מעין קיווארד וועסטו שוין אסאך גרינגער רענקן פאר די איבעריגע קיווארדס בשייכות צו דעם, ווייל די רענקינג און די טראסט פון די מעין קיווארד וועט ארויסהעלפן פאר די איבעריגע די עיקר וואס דו דארפסט זיכער מאכן איז אז די אלע קיווארדס באקומען געניג סירטשס א חודש
וויאזוי צו קאלעקטן די איבעריגע קיווארדס אויף דעם זענען דא צעהנדליגע טאללס פאר געלט אדער בחינם אבער איינס פון זיי האב איך שוין אויבן דערמאנט דאס איז די גוגל עדווארדס קיווארד טאלל איין זאך דארפסטו נאר מאכן זיכער ווען דו ניצט דעי טאלל אז די קיווארדס וואס דו ווילסט ניצן זענען "שאפינג קיווארדס" ווייל אסאך פון די קיווארדס דארטן זענען וואס מענטשן האבן אריינגעלייגט אין גוגל זיכענדיג נאר אינפארמעישן, אןן זענען נישט קיין קיווארדס וואס מען ניצט ווען מען זיכט צי קויפן עפעס, ממילא דארפסטו אליינס מחליט זיין אויף יעדע קיווארד צי דאס איז א שאפפינג קיווארד, און אזוי זענען דא נאך גיטע קיווארד טאללס און איך האף צו מאכן א ליסט פון די בעסטע אין עס דא צולייגן
יעצט דארפסטו נאר נאך איין זאך און נאכדעם ביזטו גרייט צו גיין בויען דיין סייט, און דאס איז "קאנטענט" און נישט סתם קאנטענט נאר ארגינעלע אין קוואליטי קאנטענט, ווייל ווי אויבן דערמאנט קוקט גוגל שטארק אויף דעם ווען זיי שאצן אפ די חשיבות פון א סייט, און יא איך ווייס אז מען קען רענקן אין גוגל אויך מיט "דופליקעט קאנטענט" ד.מ. געקאפיעט פון אנדערע וועבסייטס און איך אליין האב אסאך וועבסייטס מיט בלויז דופליקעט קאנטענט וואס מאכן געלט, און געוויסע רענקן אפילו הויעך אין גוגל, אבער ניין דאס איז נישט די וועג צו גיין לכתחלה די בעסטע איז צו האבן ארגינעלע קאנטענט
וויאזוי צו שאפן ארגינעלע קאנטענט איז דא צוויי וועגן, אדער אויב דו קענסט אליין מאכן אביסל ריסורטש אויף דיין קיווארד און אליין שרייבן די ארטיקלען איז זייער גיט, און איך גיי נאך צולייגן דא אביסל עצות און טיפס וויאזוי עס צו גרינג מאכן, אדער קענסטו קויפן ארטיקלס, די פרייז גייט צווישן 5 אין 15 $ פער ארטיקל פון בערך400 - 500 ווערטער, עס זענען דא פריוואטע מענטשן וואס דו קענסט טרעפן וואס טוען דאס אדער קענסטו גיין צו אזעלכע וועבסייטס אזויווי "פייווער" אדער "זשאבס פאר 10" ווי דו וועסט טרעפן צעהנדליגע מענטשן וואס זענען גרייט צו שרייבן ארטיקלס אויף וואס דו ווילסט פאר די פרייז פון $5 אדער$10 פער ארטיקל, אבער דארט דארפסטו זייער שטארק קוקן אויף וואס די פריערדיגע קאסטומערס האבן געזאגט קוק אויב יענער האט אסאך פאזיטיווע רעטינגס,
און אויב דו ווילסט גיין אביסל ביליגער איז דא צו קויפן גאנצע פעקעדזשעס פון ארטיקלען וואס רופט זיך "פרייוועט לעבל" ארטיקלס אדער אין קורצן פל"ר ארטיקלס דעי זענען נישט די העכסטע קוואליטעט אבער אויב איז עס א פעקעדזש וואס גייט נישט צו צופיהל מענטשן קען עס זיין ווערט ווייל ווי ווייניגער מענטשן נוצן די ארטיקלס אלץ מער ארגינעל איז עס אין די אויגן פון גוגל
און אויב די ווילסט נישט ספענדן געלט בכלל פאר ארטיקלס, וואס איינמאל דו הייבסט שוין אן צו מאכן געלט דא וואלט איך דיר ג'עצהט יא צו טוען, קענסטו נעמען ארטיקלס פון די גרויסע ארטיקל דיירעקטאריס אזויווי "איזיין ארטיקלס" אדער "ארטיקל בעיס" וואס דארט קענסטו טרעפן כמעט אויף יעדע נושא געניג און נאך שיינע ארטיקלס, די זאך איז נאר אז די ארטיקלס פון דארט ווערן באניצט דורך צעהנדליגע אנדערע וועבסייטס אויך וואס ווי געזאגט האט נישט גוגל ליעב אזעלכע קאנטענט אבער דאס מיינט נישט אז דו קענסט נישט מצליח זיין מיט אזעלכע קאנטענט ווייל למעשה אינז גייען דאך מיט מייקרא ניטשעס, וואס מיינט אז עס זענען נישט דא צופיהל סייטס, און אודאי נישט שטארקע סייטס וואס רענקן אדער אפילו זיכן צו רענקן פאר דעם ממילא אז דו וועסט האבן א וועבסייט אויף דעם וואס וועט זיין גוט אפטימייזט אזויווי איך וועל דיר ווייזן שפעטער איז אפילו דיין קאנטענט וועט זיין דופליקעט קאנטענט וועט נאך אלץ דיין סייט ארויפקומען הויעך ווען איינער וועט סירטשן פאר דיין קיווארד אין גוגל ווייל ווי געזאגט וועסטו זיין פון די איינציגסע סייטס וואס זענען גיט אהערגעשטעלט פאר דעם קיווארד
עס איז דא נאך א וועג צו שאפן ארגינעלע קאנטענט און דאס איז דורך "ספיננען" א ארטיקל ד.מ. נעמען א ארטיקל און טוישן אסאך פון די ווערטער וואס קענען ארויסגעברענגט ווערן אנדערש, און נאך אלץ בלייבט די תוכן פונם ארטיקל די זעלבע, עס זענען דא פראגרעמס פאר דעם איין זייער גיטע פראגרעם וואס איז פרי און זיי שטעלן אויך צו שיינע ווידיאוס אויף וויאזוי עס צו ניצן איז די "ספיננער טשיף", אבער אמאל איז ענדערש צו נעמען די צייט וואס עס נעמט צו ספיננען א ארטיקל און אנשטאט נוצן דעי צייט צוצילייגן מער פעדזשס מיט מער פראדאקטס צו דיין סייט אפילו עס איז מיט דופליקעט קאנטענט, אבער איין זאך איז יא כדאי אז כאטשיג די מעין ארטיקל וואס איז אויף דיין מעין קיווארד וואס דאס גייט זיין דיין פראנט פעדזש דאס זאל אויב מעגליך זיין ארגינעל
נאכדעם איז גוט צו לייגן פיקטשורס אין דיינע ארטיקלס אין דעיס קענסטו נעמען פון ווי דו ווילסט צו גוגל אימעדזשס אדער יאהאא נישט קיין חילוק די עיקר גייט זיין אז עס זאל האבן די קיווארד אלץ די אלט טעג אין איך וועל שפעטער דעס מער מסביר זיין
און איינמאל דו האסט שוין דיינע קיווארדס מיט קאנטענט קען מען צוגיין צום בויען די וועבסייט, אין די נעקסטע בלאט וועל איך דיר ווייזן וויאזוי צו בויען א וועבסייט.http://internetmarketinginyiddish.com/?page_id=158
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 6:00 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
נו חברה לאמיר הערן וואס עטס זאגטס איז עס גוט, האט איינער עפעס זיך געלערנט פון דעם, זאל איך גיין ווייטער
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 6:21 pm
דורך וויכטיג מאכער
א גרויסן דאנק פאר "זייער נייגעריג" פארן ארויסהעלפן מיט די לינקס און אימעדזשעס.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 7:12 pm
דורך זכר באנדל
יא, הרב מארקעטער,
זייער אינפארמאטיוו, איך האב שטארק הנאה געהאט, זאלסט דעפיניטלי גיין ווייטער...
יישר כח
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 8:13 pm
דורך babaganush
פיינע שיער!
keep up your good work!
א קליינע הערה:
לייג קאמע'ס און פונטליך.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 9:15 pm
דורך זייער נייגעריג
זייער א שיינער שיעור, ביסט גוט מסביר, ס'קוקט אויס אז אויב העט מען מיטהאלטן דיינע שיעורים קען מען זיך טאקע עס דערלערנען, האלט אן אונז האלט מיר אלע מיט,
כ'זעה גארנישט ראנג אין ספעלינג.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 7:46 am
דורך פארדינט
הרב מארקעטער,
גאר גוט, גיי ווייטער מיר האלטן מיט, עס איז זייער אינטערעסאנט אין אנפארמאטיוו. שכח פאר ביז יעצט און פאר די קימענדיגע.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 7:50 am
דורך פארדינט
אוי! פארגעסן צי געבן א שכח פאר ש"ב כבוד הרב וויכי זז"ג פארן אהערברענגען די ארטיקלען, אזוי האט מען אלעס אויף איין פלאץ אין מ'דארף נישט קריכן אויף אנדערע פלעצער.
וויכי קיפ איט אפ. שכח.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:10 pm
דורך פונקטליך
יעצט געליינט
הערליך שיין צולייגט! באמת שטארק הנאה געהאט!
כ'זעה נישט קיין שום פראבלעם מיטן אויסשטעל אדער פאנט, אדרבה ס'איז זייער שיין (קען זיין מ'האט עס שוין געטוישט).
(קליינע ספעלינג הערה: פראדוקט (נישט פראדאקט), פעיסבוק (נישט פעיסבאק), וכדו'.)
א יישר כוח
כ'קוק ארויס אויף די קומענדע.