בלאט 3 פון 4
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 27, 2011 7:06 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
ווען עס וועט זיין ווייס איך נישט,אבער איך ארבעט יעצט אויף די נעקסטע צוויי שיעורים איך האף עס ארויסצולייגן ווי שנעלער
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 27, 2011 8:46 pm
דורך פארדינט
אה שכח, נחמתנו.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 8:52 am
דורך טאבאקא
לובלין האט געשריבן:א גרויסע שכח, מיינע קאמענטס נאכן עס צוויי מאל איבערליינען.
אגב זעה איך ווי די שיקסט דעם עולם צו אונזער אלטע צרה-לייט godaddy...
אינטערנעט מארקעטר האט געשריבן:וואס זענען דיינע קאמענטס . און וואסערע צרות האסטו געהאט מיט גאדעדי
מיר אלע תושבי הקרעטשמע פון פארן קראך זענען אנגעווייטאגט אויף "גאו-דעדי".
פרעג נאר ארענדער וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט אים, און א דאנק אים איז פארשוואונדן געווארן דריי וואכן סחורה.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 10:01 am
דורך אינטערנעט מארקעטר
דו רעדסט פון האוסטן ביי גאו דעדדי? זיכער נישט איך זאג דאך אז מען זאל גיין צו HG
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 2:12 pm
דורך פארדינט
קען מען ערווארטן עפעס אן אפדעיט נאך דעי וואך?
שכח פון פאראויס.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 5:04 pm
דורך babaganush
וואס איז HG?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 9:59 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
HG is hostgator
פארדינט. איך האף צו שרייבן א תשובה מארגן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 7:25 am
דורך פארדינט
שכח
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 8:54 am
דורך אינטערנעט מארקעטר
לכבוד הרב פארדינט און אלע אנדערע חבירים וואס האבן מיר געפרעגט אין אישית וועגן גיין ווייטער
קודם כל וויל איך זאגן אז יא איך ארבעט אויף די קומענדיגע צוויי שיעורים און עס איז נישט גרינג, די נושא פון בעקלינקינג איז זייער וויכטיג און נישט אזוי פשוט, אזוי אויך איז דא זאכן אין די פריערדיגע שיעורים וואס דארפן ווערן איבער געארבעט און עס נעמט צייט.
אבער איך וואלט געוואלט אביסל זיך אויסשמועסן דא מיטן עולם, מיין עיקר ציהל דא איז נישט די פאר דאלאר וואס איך וועל אדער יא אדער נישט מאכן, אויב וויל איך מאכן געלט האב איך אנדערע זאכן ווי איך מאך פיהל מער, נאר וואס דען איך טוה שוין אין אינטערנעט מארקעטינג א שטיקל צייט און איך האב שוין גערעדט מיט אנדערע וואס טוען אין דעם אדער אנדערע וואס ווילן אריינגיין אין דעם און איך האב געזעהן אז עס פעהלט אויס א היימישע פלאץ ווי עס ווערט אויסגעשמועסט דער ענין אויפן ריכטיגן וועג און ווי איינער אזויווי איך וואס טוט שוין און דעם זאל קענען דיסקוסירן אלעס בנוגע צו דעם מיט אנדערע וואס ווייסן אויך אביסל און מען זאל זיך העלפן איינער דעם אנדערן אזויווי עס איז דא אויף אנדערע נושאים דא.
ממילא צו זיצן און שרייבן און אריינלייגן אסאך ארבעט און זיך באגעניגן מיט א שכח איז אביסל שווער איך דארף נישט דעם קאמפלימענט אזוי שטארק ווי איך וואלט געוואלט אז דער עולם וואס איז אינטרעסירט אדער די וואס קענען שוין יא זאלן א טייל נעמען און פרעגן אדער צולייגן אדער זיך קריגן נישט קיין חילוק און אויב האסטו א פראבלעם ווייל אנדערע קענען דיר אזויווי איינער האט מיר געזאגט, מאך דיר אויף א נייעם ניק וואס קיינער קען נאכנישט, אויב ווילט איר איך זאל גיין ווייטער ביטע לאזט זיך הערן.
א דאנק
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 9:46 am
דורך לבנה קריכער
דו שרייבסט אז בעקלינקס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אויף צו קענען רענקן הויעך אין גוגל און ווי איך ווייס דארף מען אסאך און אויך הויעכע קוואליטעט בעקלינקס למשל פון סייטס וואס רענקן הויעך אין גוגל און דעס איז זייער שווער צו באקומען איך מיין אז עס איז ממש כמעט איממעגליך
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 9:52 am
דורך תרנגול
לבנה קריכער האט געשריבן:דו שרייבסט אז בעקלינקס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אויף צו קענען רענקן הויעך אין גוגל און ווי איך ווייס דארף מען אסאך און אויך הויעכע קוואליטעט בעקלינקס למשל פון סייטס וואס רענקן הויעך אין גוגל און דעס איז זייער שווער צו באקומען איך מיין אז עס איז ממש כמעט איממעגליך
לבנה לאמיר ווארטן נאך אביסעלע מיט געדולד ביז אונזער געערטער אינטערנעט מארקעטער וועט דורכטון דעם נושא לארכה ולרחבה, און דאן וועט מען קענען דיסקוסירן ווי שווער און ווי אוממעגליך דאס איז.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 8:26 pm
דורך לבנה קריכער
ער גייט דא מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט און וואס עס טוט,אבער איך זאג דיר איך ווייס אז עס איז שווער צו באקומען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:50 am
דורך שוועמל
עס איז נישט אזוי שווער.
עס זענען דא עטליכע ועגן וויזוי דאס צו עקאמפלישן, אדער דורך צאלן א פרילענסער\בעקלינק סערוויס פראוויידער וכדומה, אדער קען מען מאכן אומזיסט אויב האסטו אסך צייט, אדער איז פארהאן טולס וואס טוען דאס אבער איך ווייס נישט ווי עפעקטיוו עס איז היינט צוטאגס נאכדעם וואס גוגל האט שטארק איינגעצוימט זייער עפעקטיוונעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:41 am
דורך אינטערנעט מארקעטר
קודם א גרויסן שכח הרב שוועמל פארן ארויסהעלפן דא
אין יעצט לאמיר הערן אביסל מער ביטע
שוועמל האט געשריבן:עס איז נישט אזוי שווער.
האסטו שוין אמאל דאס געטוהן אמאל? אויב יא קענסטו טיילן אביסל דיין עקספיריענס
שוועמל האט געשריבן:אדער דורך צאלן א פרילענסער\בעקלינק סערוויס פראוויידער
האסטו שוין געדינגען איינעם אמאל? אויב יא ווי האסטו יענעם געטראפן? איז יענער גוט געווען? וויפיל בעט מען פארדעם
שוועמל האט געשריבן:אדער איז פארהאן טולס וואס טוען דאס
האסטו שוין געניצט א בעקלינקינג טאלל? אויב יא א פרי אדער א באצאלטע? וועלכע?
שוועמל האט געשריבן:אבער איך ווייס נישט ווי עפעקטיוו עס איז היינט צוטאגס נאכדעם וואס גוגל האט שטארק איינגעצוימט זייער עפעקטיוונעס.
פון וואס רעדסטו פון בעקלינקס בכלל אדער פון די וואס מען קען עקאמפלישן מיט טאללס?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 1:36 pm
דורך babaganush
פארוואס האלטסו פון HG?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 2:40 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
איך נוץ זיי זיי מאכן מיר נישט קיין פראבלעמען און זיי האבן זייער שנעלע און גוטע טעק סופפארט איך האב שוין גענוצט אנדערע וואס איז נישט געווען אזוי גוט אבער איין זאך זאגט יעדער, נישט האוסטן ביי גאדעדי זיי זענען זייער נישט גוט, און אדרבא אויב איינער האט עקספיריענס און ווייסט פון אנדערע גוטע האוסטינג קאמפאניס ביטע טיילט דאס דא מיט אנדערע
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 1:53 pm
דורך שוועמל
לגבי האסטינג האב איך שוין אמאל געשריבן אז די קאמפאני איז זייער גוט, גרינג צו אויפסעטן, מיט א גאר שנעלע טעק סופארט.
http://members.softsyshosting.com/aff.php?aff=330אויב גייט איר דורך דעם לינק קריג איך עטוואס קאמישאן, ותודה למפרע.
איך וועל בל"נ ענטפערן די שאלות אויבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 10:40 am
דורך לבנה קריכער
רבותי איך וויל ענק זאגן אז דער "אינטערנעט מארקעטר" קען גאר גוט די נושא, ער האט גאר אסאך קוואליטי אינפארמאציע צו פארקויפן אין עס לוינט זיך צו ווארטן, ער ארבעט יעצט אויך איבער די פאריגע שיעורים, און אזוי אויך אויף די קומענדיגע און יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס נעמט אזוי לאנג ווייל ער לייגט אריין אסאך ארבעט דורכצוטוען און אוסצוקלויבן די בעסטע און קראנטסטע סחורה, אזוי ווי איינער וואס קען זיך אויס האט מיר געזאגט אז איינע פון די מעלות פון די שיעורים דא איז אז ער רוקט ארויס אלע גארבידזש און שרייבט קלאר און צום פאוינט, ממילא וויל איך ענק זאגן צוויי זאכן, איינס האלטס אויס עס גייט געדויערן אביסל אבער עס לוינט זיך,און אגב די קומענדיגע שיעורים וועט זיין נוגע פאר יעדר איינער וואס האט א וועבסייט אפילו נישט פאר אינטערנעט מארקעטינג צווייטנס אויב האט איר שאלות אויף די פריערדיגע שיעורים שרייבטס דאס ווייל ער ארבעט עס איבער יעצט,
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 11:18 am
דורך משה פאלאפל
שכוח לבונה פאר די נייעס. עמיר ווארטן מיט געדולד.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 1:09 pm
דורך פארדינט
שכח.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 10:52 pm
דורך leiby
מיר ווארטן מיט נייגער אויפן פרישן שיעור.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 10:56 am
דורך יענקל עם-הארץ
אויב וויל איך עפענן א וועבסייט ווי איך פארקויף למשל מפ3 פלעירס וויפיל בעקלינקס וועל איך דארפן צו רענקן הויעך אין גוגל
אגב איך האב מוראדיג הנאה פון די שיעורים איך טוה יעצט אביסל אין דעם און דו האסט עס גאר גוט ארויס ווען קומט נאך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 9:08 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
באמת פעלט זיך אויס א לענגערע שמועס געהעריג צו ענטפערן אויף דיין שאלה אבער איך וועל פראבירן צו ענטפערן אין קורצן וויפיל עס איז שייך.
די ערשטע זאך וואס מען דארף טוען בכדי צו וויסן וויפיל בעקלינקס עס וועט זיך אויספעלן אויף צו קענען רענקן הויעך איז צו מעסטן די קאמפעטישען וואס אין דעם איז נכלל אויך דאס אויסקלויבן די ריכטיגע קיווארדס, ווייל דו פארשטייסט אליינס אז צו עפענען היינט א וועבסייט און פראבירן גלייך צו רענקן פאר די ווארט "mp3 player" איז כמעט אוממעגליך עכ"פ זייער זייער שווער ממילא אויב ווילסטו עפענען א וועבסייט און פארקויפן "mp3 players" דארפסטו צוערשט טרעפן אין דעם נושא וועלכע קיווארדס דו קענסט גרינגערהייט רענקן אויף, למשל "SanDisk Sansa Clip" דאס איז נאר א דוגמא איך האב נישט געקוקט אויב מען קען גרינג רענקן אויף דעם אבער איך מיין ארויסצוברענגען די נקודה אז דו דארפסט אנהייבן מיט גרינגע קיווארדס און איינמאל דו וועסט שוין רענקן פאר דעם קענסטו שוין גיין ווייטער מיט שווערע קיווארדס
יעצט בנוגע וויפיל בעקלינקס דו וועסט דארפן איז קודם כל פארשטייט זיך ווי גרינגער די קיווארד איז אלץ ווייניגער בעקלינקס וועסטו דארפן ארויפצושטופן דיין סייט אבער די אמת איז אז עס איז נישט נאר אסאך בעקלינקס וואס קענען דיר ארויפרוקן אין גוגל מקען אמאל מיט ווייניג אבער גוטע לינקס אויך אנקומען די ערשטע אבער דעי חלק וועל איך לאזן אויף שפעטער דערווייל לאמיר הערן אויב דו פארשטייסט וואס איך האב גענטפערט ביז דא
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 26, 2011 1:41 pm
דורך לבנה קריכער
יענקל נעם א טאלל אזויווי xrumer און שיס ארויס אפאר טויזנט לינקס דאס קען דיר ארויפטראגן ווי הויעך דו ווילסט פאר וועלכע קיווארד דו ווילסט !
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 26, 2011 4:47 pm
דורך יענקל עם-הארץ
וואס! דו מיינסט עס ערנסט לבנה קריכער? עס איז טאקע אזוי פשוט און גרינג, איים סאררי אבער עפעס מאכט עס נישט קיין סענס אויב איז עס טאקע אזוי וואלט עס יעדער געטוען