בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 6:20 pm
דורך oko
געלייזט - ס'זייער שיין ! קיפ איט!
א ישר כח

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 10:06 am
דורך פארדינט
הרב מארקעטער, אונז ווארט מיר אויף נאך. שכח פון פאראויס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 10:45 am
דורך אינטערנעט מארקעטר
איך בין גרייט צו שרייבן ווייטער אבער די זאך איז אזוי, איך זיך נישט מיט מיינע שיעורים צו מהנה זיין דעם עולם מיט אינטרעסאנטע ארטיקלען, איך וויל מיט דעם ארויסהעלפן היימישע אינגעלייט וואס ווילן אנהייבן א אייגענע אנליין ביזנעס אדער אנדערע וואס טוען שוין אין דעם
ממילא וויל איך בעטן דעם עולם מיך צו לאזן וויסן אדער דא, אדער אין פריוואט צו נאכן ליינען די שיעורים טראכסטו אריינצוגיין אין דעם, אדער דו טוסט שוין אין דעם און די לערנסט דא נייע זאכן . און לויט דעם וועל איך זעהן צו איך זאל גיין ווייטער
א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 1:56 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
א גרויסע שכח פאר די דברי חיזוק געשיקט אין פריוואט און יא איך גיי אי"ה שרייבן ווייטער איך ארבעט שוין אויף א הערליכע שיעור באגלייט מיט ווידיאוס אויף "וויאזוי צו בויען א וועבסייט"

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 2:39 pm
דורך גרויזאמער
קודם כל ר' אינטערנעט מארקעטער יישר כח פאר דיינע שיעורים, עס איז זייער גוט פאר מתחילים, און זייער קלאר געשריבן. ממש א מחיה.

אלץ איינער וואס פארשטייט אביסל צו די זאכן, (וועסט מיר פרעגן פארוואס ביים פאריגן אשכול האב איך מיך געמאכט ווי איך ווייס נישט - די תשובה איז נישט פאר יעצט) וויל איך נאר קלאר מאכן פאר די וועלכע מיינען אז ענדליך קומט שוין די "איזי מאני", אז מען רעדט דא ווייט ווייט נישט פון א גאלדען גרוב, מען רעדט דא פון א ארבעט וואס איז שווערער ווי ארבעטן פאר א קאר סערוויס, צו שלעפן באקסעס...

עפ"י רוב, נאכן האבן טויזנטער וויזיטיערס, נאכן ווערן גוט פאפולער, קען עס אנקומען צו "מאקסימום" 20 דאלער א וואך (איר הערט? מאקסימום! נאך אפאר יאר אינוועסטירן שווערע כוחות). די רעדע איז ממש פון פעניס, און אויב וויל מען טאקע מאכן א "שטיקל" אינקאם דערפון מוז מען ביטער ביטער שווער ארבעטן צו מאכן א וועבסייט גענוג פאפולער, און ווען מען רעכנט איינס מיט איינס, קען מען פאר דעם געלט זיך מאכן א וועבסייט וואס פארקויפט זאכן, און אן קיין גוגל עדס צוקומען צו די זעלבע רעזולטאטן, און אין דעם וועבסייט אריינלייגן די כוחות אז עס זאל ווערן גענוג פאפולער.

איך בין נישט דא אויסן אוועקצומאכן די שיינע שיעורים, און זיך נעמען פארלערענען א שיעור קעגן די גאנצע זאך, ווייל עס איז זייער אינטערסאנטע אינפארמאטיווע זאכן. אבער מען דארף געדענקן אז קיינער איז נאכנישט געווארן קיין געהעריגע פארדינער פון גוגל צו עמעזאן עדס. אומוויסענדע מענטשן לייגן אן דערויף זייער גאנצע האפענונג, און זענען גליקליך ביזן הימל יעדע האלבע יאר צו געפונען א פופציגער אין זייער אקאונט. ווען מען כאפט זיך אז מען דמיונט איז שוין צו שפעט.

אמאל האט מען געמיינט אז די אינטערנעט איז א גאלדן גרוב, די באבל האט שוין געפלאצט. די אינטערנעט איז טאקע א ביזנעס וועלט פאר זיך, אבער געדענקט דעם סלאגאן: די אינטערנעט ביזנעס איז סך הכל "אנדערש", נישט בעסער און נישט גרינגער! עס איז גוט פאר מענטשן וואס האלטן געהעריג ביים ארבעטן, אבער אויף אן אנדערע וועג. אין כולל וועסטו פיל שנעלער מאכן א פופציגער א וואך, ווי דורך די אינטערנעט עדס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 3:17 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
כל הכבוד הרב גרויזאמער און ענדליך ענדליך רופט זיך שוין איינער וואס ווייסט יא אביסל אן

יעצט בנוגע דיין טענה טוט מיר זייער וויי דאס צו הערן עס זעהט אויס אז דו אדער איינער וואס דו ווייסט האט נישט מצליח געווען דא אבער זיי מיר מוחל עס הייבט זיך נישט אן

עס איז אמת אז עס איז נישט אזוי "איזי" ווי אסאך פראבירן עס אראפצולייגן און איך שרייב דאס טאקע אז מען דארף צוגיין צו דעם ווי צו א געהעריגע ביזנעס

אבער אז מען גייט צו דערצו אויפן ריכטיגן וועג און ניין מען דארף נישט ארבעטן ביטער שווער מען קען אנהייבן מיט נישט מער ווי צוויי שעה א טאג און פארדינען שיין געלט אויב מען ווייסט וואס און וויאזוי צו טוען איך בין אין דעם ליין נישט מער ווי א יאהר און איך מאך אסאך געלט פון דעם יעדן חודש און ניין איך ארבעט בכלל נישט אזוי שווער און טאקע דאס וויל איך דא ווייזן מיט מיינע שיעורים וויאזוי מען טוט דאס אויפן ריכטיגן וועג וואס דאס טוה איך און איך בין ב"ה שיין מצליח

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 3:48 pm
דורך משיח
רב אינטערנעט,
א גרויסן ישר כח,
איך האב גרינטלעך אדורכגעליינט דיינע שיעורים, און זייער זייער הנאה געהאט.
קיפ איט אפ.
איך טוה יעצט אביסל אין מאכן געלט אנליין, און כ'האב געטראפן דערין אסאך וויכטיגע חידושים און טיפס.



און א ווארט צו דיר גרויזי,
איך מיין דו טרייבסט איבער מיטן זאגן אז ס'קען אנקומען צו מאקסימום $20 א וואך.
איך ווייס אז אסאך מענטשן מיינען אז אופן אינטערנעט קען מען געבן א דריק איין קנעפל און ס'קומט טוזענטערס וועכענטליך,
אבער $20 א חודש מאקסימום?
אדרבה אונז האמיר דא א איד וואס זאגט קלאר אז ער מאכט מער פון דעם.
נאר מ'ברויך וויסן וואס און וויאזוי, און דערפאר קומט ער אהער אונז ארויסצוהעלפן.

כ'האב אמאל מיטגעהאלטן א קופקע בנוגע פארקויפן זאכן אויף עמעזאן.
ראובן האט געזאגט אז ער פארקויפט פארשידענע אייטעמס און מאכט שיין געלט דארט (אלס א סייד דזאב),
שמעון האט גע'טענה'ט אז ס'קען נישט זיין. ער האט שוין פרובירט מיט 3 אנדערע סארט אייטעמס און ביי קיין איינס נישט מצליח געווען.
נאכן זיך ארומ'טענה'ן איז אויסגעקומען אז שמעון האט גענומען די ראנג אייטעמס, זאכן וואס האבן נישט קיין גרויסע טשענס צו גיין, ממילא איז ער געבליבן ביים אלטען,
ווייטער ראובן האט כסדר געהאט גוטע איידיעס. ווען אימער ער האט געטראפן א קלאוז אוט מיט זאכן וואס ער פארקויפט האט ער זיך איינגעהאנדלט, ממילא האט ער שיין מצליח געווען.

די זעלבע זאך דא.
אויף די אינטערנעט איז דא 1000'טע וועגן צו מאכן געלט, און 100000'טע צו דערלייגן געלט. מ'דארף וויסן וואס מ'טוט, וועלכע אייטעמס, וויאזוי צו גיין.
און פון רב אינטערנעטס ווערטער זעט אויס אז דאס איז איינס פון די וועגן - אויב מ'טוט עס ריכטיג.
(עכ"פ אזוי זעט מיר עס אויס, זייענדיג ניי צו דעם איידיע),
און אדרבה אויב קענסטו ארויסברענגן פונקטן פארקערט, למצוה גדולה יחשב, זאלן די וואס קלערן אריינצוגיין דערין וויסן וואס ווען ווי.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 5:17 pm
דורך ווינקל
לאמיר פרעגן א שטיקל שאלה.

ווען איך וויל קויפן, לאמיר זאגן א אדדעסי... (ביי צום זאך איזעס צו טייער, און איך זיך בעסערע סערוויס אויך), גיי איך צו הידען הנפלא הרב גוגל שליט"א, און איך טייפ אריין אדדעסי וכו'.

יעצט וועלכע פון די טויזענטער סייטס גיי איך עפענען? ( ווי איך פארשטיי, דארף דא צו ליגן דער יסוד פון דיין ביזנעס).

איך קוק די ערשטע זאך אויפן וועבסייט אדרעס פונם וועבסייט וואס גייט זיין א פארלעסליכע נאמען וואס וועט מיר זיין אונטערסאנט צו זען זיינע פרייזן, ריוויוס, און טראסטן ביי עם צו קויפן.

אויף די שעידעד עדס קוק איך ניטאמאל! חוץ אויב עס איז נישט דא קיין אנדערע רעזולטאטן. און דאן וועל איך נאר קאפירן די עדרעס און "נישט" קליקן אויף די עד!

איך מיין אז אסאך מענטשן וועלן אזוי טון, סא זע איך נישט וויזוי מען מאכט געלט פון עדווערטייזן א זאך, אן דעם וואס מען פארקויפט עס.

כ'האב מיר "זייער נישט" גוט מסביר געווען, כ'האף אז דו פארשטייסט מיין שאלה און כ'בין נייגעריג צו הערן א הסבר.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 6:48 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
די תשובה אויף דיין שאלה וועט ווערן מבואר מער באריכות אין די קומענדיגע שיעורים אבער אין קורצן וויל איך דיר זאגן אויב דו האסט גוט פארשטאנען די חלק פון אויסקלויבן די ריכטיגע פראדוקט גייען מיר נישט פראבירן צו מאכן וועבסייטס אויף די גרויסע פראדוקטן, איך מאך נישט קיין וועבסייטס אויף "קארס" ענדערש וועל איך מאכן אויף "קאר סיעטס" און ווען איינער לייגט אריין אין גוגל
"BEST CAR SEAT" און מיין וועבסייט קומט ארויף און יענער זעהט אז מיין וועבסייט ברענגט צוזאם די בעסטע קאר סיעטס פאר די ביליגסע פרייזן פון למשל איבעי, פארוואס זאל ער נישט קליקן אויף די פראדוקט וואס עם געפעלט וואס דאן גייט ער אנקומען צו איבעיס וועבסייט און דאס קויפן דארט, און דאס איז די מציאות יעדן טאג איך קען זעהן אויף מיינע סייטס, וואס מענטשן האבן געלייגט אין גוגל וואס דורך דעם זענען זיי אנגעקומען צו מיין סייט און יא מענטשן זוכן צו קויפן זאכן און סירטשן פארדעם אין גוגל און קומען אן צו מיינע סייטס און יא זיי קויפן

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 6:58 pm
דורך געלעגער
הערליך שיין. טאקע יעצט אויף די מינוט נישט נוגע אבער יו נעווער קנאו ווען די אינפארמאציע קען מיר נוגע זיין.
גרויסן יישר כח. מיר ווארטן אויף נאך

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 10:03 am
דורך יהיה כן
איך פארשטיי נישט וויזוי טשעקט מען בעק לינקס איך האב דאך נאך נישט קיין וועבסייד סאו ווער זאל לינקן צו מיין סייד וואס עקזיסטירט נאכנישט? (עפעס איז לכאורה קרום אריין אין מיין קאפ ביטע עס אויסגראדן)

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 10:21 am
דורך פאטאקי08
גרויזאמער האט געשריבן:מען רעדט דא פון א ארבעט וואס איז שווערער ווי ארבעטן פאר א קאר סערוויס, צו שלעפן באקסעס...

און זענען גליקליך ביזן הימל יעדע האלבע יאר צו געפונען א פופציגער אין זייער אקאונט. ווען מען כאפט זיך אז מען דמיונט איז שוין צו שפעט.

די אינטערנעט ביזנעס איז סך הכל "אנדערש", נישט בעסער און נישט גרינגער!


ביזט זיך סותר מיניה וביה

די רעדטס אויך נישט פון די טויזענטערס וואס מען האט דערלייגט צי מאכען די פופציגער

גראדע קוקט מיר אויס ווי סאיז סאך א גרינגערע ארבעט ווי טעקסי אבער נישט צי מאכען געלט נאר צי דערלייגן געלט..

און סאיז נישט קיין געלכעטער סאיז א ווייטאג צי זען אזויפיל מענטשען דערלייגען שווערע געלטער אויף דעם. ליידער!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 10:44 am
דורך פארדינט
יהיה כן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויזוי טשעקט מען בעק לינקס איך האב דאך נאך נישט קיין וועבסייד סאו ווער זאל לינקן צו מיין סייד וואס עקזיסטירט נאכנישט? (עפעס איז לכאורה קרום אריין אין מיין קאפ ביטע עס אויסגראדן)


צי טשעקן די בעק לינקס האט ער נישט געמיינט זאלסט טשעקן פון דיין נייע וועבסייט, נאר זאלסט טשעקן פון דעי אלע וועבסייטס וואס קומען יעצט ארויף אויפן ערשטן פעדזש - מיט דיין קיווארד - אויף גוגל אין זעהן אויב דו גייסט זיי קענען איבערשטייגן, למשל אויב איינס פון דעי וועבסייטס וואס קומען יעצט ארויף אויפן ערשטן פעידזש האבן ווייניגער ווי 50 בעק לינקס וועט ער דיר ווייזן וויזוי דו קענסט יא האבן מער ווי 50 בעק לינקס אין אזוי ארויסקומען העכער אים.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 11:00 am
דורך אינטערנעט מארקעטר
שכח פארדינט און יא ממש דאס האב איך געמיינט

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 12:39 pm
דורך יהיה כן
שכוח הרב פארדינט
און פאר מיסטער מארקעטער א דאפלטן שכוח קיפ אן מיר ווארטן אויפן המשך

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 1:40 pm
דורך נאפאליאן
פאטאקי08 האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:מען רעדט דא פון א ארבעט וואס איז שווערער ווי ארבעטן פאר א קאר סערוויס, צו שלעפן באקסעס...

און זענען גליקליך ביזן הימל יעדע האלבע יאר צו געפונען א פופציגער אין זייער אקאונט. ווען מען כאפט זיך אז מען דמיונט איז שוין צו שפעט.

די אינטערנעט ביזנעס איז סך הכל "אנדערש", נישט בעסער און נישט גרינגער!


ביזט זיך סותר מיניה וביה

די רעדטס אויך נישט פון די טויזענטערס וואס מען האט דערלייגט צי מאכען די פופציגער

גראדע קוקט מיר אויס ווי סאיז סאך א גרינגערע ארבעט ווי טעקסי אבער נישט צי מאכען געלט נאר צי דערלייגן געלט..

און סאיז נישט קיין געלכעטער סאיז א ווייטאג צי זען אזויפיל מענטשען דערלייגען שווערע געלטער אויף דעם. ליידער!


איך פארשטיי נישט ביי וואסארא סתירה איר האט געכאפט גרויזאמער!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 3:56 pm
דורך פאטאקי08
ביסט גערעכט
נישט בעסער און נישט גרינגער
נאר ערגער און שווערער
איך האב פריערט שלעכט אפגעערנט פשט און גרויזי

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 5:29 pm
דורך פארדינט
אקעי רבותי, ס'קומט פרישע זאפטיגע סחורה, איך האב שוין געזען א חלק און ס'איז זייער זייער גוט.
וויכי קענסט שוין אנגרייטן דיין קאפי מאשין אין גלו... אין ווי נאר ס'וועט זיין אוועלעבעל זאלסט עס קענען אהערברענגען.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:31 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
ענדליך איז די נעקסטע שיעור גרייט און דער עולם איז מכובד עס דורך צו גיין און מגיב זיין אויף וואס איז גוט אדער נישט גוט
אזוי אויך קען דעי שיעור זיין אביסל שווער פאר איינער וואס די מושגים זענען ניי צו עם ממילא פרעגטס וואס עס איז נאר שווער מיר שטייען גרייט יעדן צו העלפן
דא האט איר די לינק

internetmarketinginyiddish.com/?p=55

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:37 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:48 pm
דורך לובלין
א גרויסע שכח, מיינע קאמענטס נאכן עס צוויי מאל איבערליינען.
אגב זעה איך ווי די שיקסט דעם עולם צו אונזער אלטע צרה-לייט godaddy...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:59 pm
דורך אינטערנעט מארקעטר
וואס זענען דיינע קאמענטס . און וואסערע צרות האסטו געהאט מיט גאדעדי

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:18 am
דורך שוועמל
זייער שיין.

לגבי קאנטענט, קען מען נוצן א RSS צו אפדעיטן געוויסע פעיזשעס אדער איז בעסער צו לאזן די אריגינעלע קאנטענט דארט לעולם ועד?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 6:57 am
דורך אינטערנעט מארקעטר
כדי דער עולם זאל פארשטיין, הרב שוועמל ברענגט ארויף א וויכטיגע נקודה אז צו האלטן א גוטע רענקינג אין די סירטש ענדזינס פעלט זיך אויס אז די וועבסייט זאל כסדר ווערן געאפדעיט מיט פרישע קאנטענט, יעצט צו ענטפערן דיין שאלה איז אזוי די וועג וואס איך מאך בעיקר געלט און דאס איז וואס איך גיי דא אויסלערנען דעם עולם איז דורך זיין א עפפליעט מיט איבעי און לייגן זייערע עדס אויף מיינע סייטס די סיבה איז ווייל אויב דו וועסט אביסל ריסורטשן וועסטו זעהן אז מיט זיי מאכט מען די מערסטע געלט איך האב שוין געטרייד די אנדערע מען קען מיט זיי אויך מאכן געלט אבער קיינער קומט נישט אין פארגלייך צו איבעי איבעי צאהלט פאר יעדע קליק און אזוי אויך פאר יעדע סעיל איך ווייס אז עס איז שווער צו ווערן אנגענומען ביי זיי אבער פארדעם וועל איך שרייבן א גאנצע שיעור וויאזוי צו אפפלייען צו איבעי, איך בין מאריך ווייל איך ווייס אז דו קענסט זיך אויס מיט די זאכן
עכ"פ היות איך האב די איבעי עדס אויף מיינע פעדזשס און זיי האלטן זיך אין איין טוישן אטאמאטיש ווייל זאכן ווערן פארקויפט, צוגעלייגט, ארפגענומען, וואס איז גורם אז די עדס אויף מיין סייט האלטן זיך אין איין טוישן ממילא ווערט עס אנגעקוקט ביי די סירטש ענדזינס אז מיין סייט באקומט כסדר פרישע קאנטענט און אגב דאס איז אויך איינע פון די סיבות פארוואס איבעי איז די בעסטע ווי עס איז באקאנט אין די אינטערנעט מארקעטינג וועלט אז "גוגל האט ליעב איבעי עדס"

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 27, 2011 5:41 pm
דורך babaganush
ווען איז די נעקסטע שיעור?

מיר ווארטן קוים.....