בלאט 1 פון 5
ביזנעס נאמען: איידיעס און געדאנקען
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 12:15 pm
דורך תרנגול
די דאזיגע אשכול איז מיוחד פאר, לדוגמא, עמיצער וויל עפענען א ביזנעס, למשל א גראסערי,ספרים געשעפט, גראפיק דיזיין, וועב דיזיין וכו' וכו' און ברויך א קנאקעדיגע נאמען וואס זאל ציען מענטשנ'ס אויגן, צו למשל עמיצער וואס פראדוצירט א געוויסע סארט אייטעם און זוכט עפעס א נאמען דערפאר אא"וו, דא וועט מען קענען אנפרעגן און אפשר וועט עמיצן איינפאלן עפעס א גוט'ס.
איך וואלט געראטן אז אויב עמיצער ווערט דא געהאלפן דורך איינעם זאל ער איהם נישט באדאנקען דא ברבים ווייל עס קען אפשר צוקומען לידי גילוי ח"ו וד"ל.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 12:38 pm
דורך משה פאלאפל
פיינע 'איידיע'
איך האב געטראכט אמאל א רעיון פאר א גרעפיק\פרינטינג קאמפעני די נאמען CONTROL P
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 12:43 pm
דורך מאנאגרעמס
משה פאלאפל האט געשריבן:פיינע 'איידיע'
איך האב געטראכט אמאל א רעיון פאר א גרעפיק\פרינטינג קאמפעני די נאמען CONTROL P
פאר אסאך גרעפיקער וועט עס מוזן זיין command p...
א מעכטיגע רעיון פון אן אשכול און ערשטע איידיע.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 12:50 pm
דורך צום זאך
פאר די נייע האטעל וואס מ'גייט בויען ביים איסט ריווער האב איך געקלערט "WATERמלון". (גרויזאמער צאל מיר פול פרייז אויב גייסטעס נוצן)
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 1:39 pm
דורך גרויזאמער
איך מאך עס נישט אוועק, אבער מיר האבן שוין אויסגעקליבן א נאמען "מים שלנו".
אבער איך גלייב אז די הולידיי אין האטעל אינעם שטאט טברי' נעבן די כינרת קען עס מעגליך דארפן, פאריגעס מאל האט ער מיר געזאגט אז ער איז גרייט צו צאלן 1.5 פאר א גוטע נאמען, רוף אים אן און זאג אים אז איך האב דיר געשיקט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 2:05 pm
דורך prowed jew
א מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג
"Wwwww"
W'illiamsburg w'hole w'heat w'ith w'ater
וועב זייט
http://Www.wwwww.com
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 2:33 pm
דורך וויכטיג מאכער
טענקס פארן ארויפברענגען די איידיע דא.
ס'דא א אלטע דעבאטע וואס ס'איז בעסער, א טראדישענעל נאמען ווי למשל "ביג עפל" אדער "עקסלאסיוו", אדער מער א "דיפרענט" נאמען.
ס'דא נעמען וואס אין יעדע ליין איז עס דא, למשל עקסעלענט, עקסלאסיוו, ביג עפל, נעישענווייד, נעשענעל, בעסט, קוואליטי, מעגא ,מעטראו...
ס'דא וואס זענען יוניק פאר זייער ליין, למשל פאר גראפיקס איז דעזיין, ארט, אימעדזש און מידיע א.ד.ג.
מילעכיגע רעסטאראנט איז פיצא אדער קאפעי.
נאכדעם איז דא אלפאביט ווי A&B, S&W, B&H, S&F, S&S.
נאכדעם איז דא וואס האבן שייכות צו זייער לאוקעישן, לי עוו. קאורט סט. 13'TH עוו. ברוקלין, מאנהעטן, ניו יארק. בראדוועי.
נאכדעם זענען דא וואס זענען "דיפרענט" און "קריעיטיוו", למשל "פאמאגראנט" אדער "שלעפערס"...
וואס נאך?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 2:38 pm
דורך צום זאך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס נאך?
מיינסט פאר א באזאר? נישט קיין שלעכטע איידיע.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 2:46 pm
דורך וויכטיג מאכער
חא חא
נישט פאר א וועבסייט...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 2:48 pm
דורך prowed jew

צום זאך lol
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 2:49 pm
דורך משה פאלאפל
וויכטיג מאכער האט געשריבן: "שלעפערס"...
ווער רופט זיך שלעפערס?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 2:50 pm
דורך וויכטיג מאכער
מאווינג און סטארידזש קאמפאני.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 2:51 pm
דורך prowed jew
ס'דא א מאווינג קאמפעני מיטן נאמען ''בנימין השלעפער''
זוכט איר א שרייבער???
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 6:04 pm
דורך נייעס דערציילער
און וואס פאר א נאמען וואלט איר געגעבן פאר א שרייבער? איך טו אין שרייבעריי, ראפאטאזשן, איבערזעצן, נייעס, ארטיקלן וכדו' איך זוך א נאמען מיט ואוס זיך צו אדווערטייזן
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 6:08 pm
דורך איזעי
פרי העט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 6:08 pm
דורך קרעמער
נייעס דערציילער האט געשריבן:און וואס פאר א נאמען וואלט איר געגעבן פאר א שרייבער? איך טו אין שרייבעריי, ראפאטאזשן, איבערזעצן, נייעס, ארטיקלן וכדו' איך זוך א נאמען מיט ואוס זיך צו אדווערטייזן
"פיינע נייעס"
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 6:12 pm
דורך מאנאגרעמס
האו אבאוט "תא שמע"?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 8:00 pm
דורך משה פאלאפל
קרי וכתיב
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 9:41 pm
דורך נייעס דערציילער
ש'כח פאר אייערע פארשלאגן, אלע זענען אויסגעצייכנט, אבער איך מיין אז דער בעל האקרעטשמע האט געגעבן די בעסטע "פיינע נייעס". איך מיין אז א נאמען פון א פירמע דארף כאפן די אודיענץ און ארויף ברענגן א שמייכל אויף זייערע געזיכטער אזוי אז די פירמע מיט איר נאמען וועלן שטענדיג בלייבן איינגעקריצט אין זייער זכרון. טען פוינטס פארן קרעטשמער!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 10:04 pm
דורך קרעמער
נייעס דערציילער האט געשריבן:ש'כח פאר אייערע פארשלאגן, אלע זענען אויסגעצייכנט, אבער איך מיין אז דער בעל האקרעטשמע האט געגעבן די בעסטע "פיינע נייעס". איך מיין אז א נאמען פון א פירמע דארף כאפן די אודיענץ און ארויף ברענגן א שמייכל אויף זייערע געזיכטער אזוי אז די פירמע מיט איר נאמען וועלן שטענדיג בלייבן איינגעקריצט אין זייער זכרון. טען פוינטס פארן קרעטשמער!!!
טענקס!
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 23, 2011 9:23 am
דורך פלארידא
די נאמען פון א פרוכט איז זייער פאפעלער, און ווערט אריינגעברענגט מער און מער. קודם די גרויסע "עפל" פירמע מיט די ביס אריין. אויף פארט העמילטאן איז דא א גראסערי מיט'ן נאמען "פיינעפל" אויף זייער סיין איז דא א גרויסע פיינעפעל, פיינעפל איז א געשמאקע פרוכט, וואס די נאמען גיט צו אסאך צום געשעפט. עס איז דא "קאוטש פעטעטיטע", וואס רעפלעקטירט זייער גוט דאס זיך אויסשפרייטן אויף א קאוטש. עס איז דא א פעטעיטע סופלייער וואס רופט זיך "מר. פעטעיטע". עס איז דא די "פאמיגרענט" סטאר אין פלעטבוש, און לעצטנס די "טשסענאט" סטאר אין וויליאמסבורג. אזוי איז דא נאך אסאך וואס רופן זיך מיט פראוכט נעמען, וואס איך געדענק נישט אויף דער מינוט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 23, 2011 10:32 am
דורך משה פאלאפל
פון אונזער באליבטן "בלעקבעררי" האסטו פארגעסן
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 12:05 am
דורך טהור-עיניים
prowed jew האט געשריבן:א מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג
"Wwwww"
W'illiamsburg w'hole w'heat w'ith w'ater
וועב זייט
http://Www.wwwww.com
איך כאפ נישט די דשאוק, עס קומט נישט אן צום סייט פון א מצה בעקערי, נאר א סייט וואס טרייט דיר צו פארקויפן "אלעס"
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 1:20 pm
דורך באמבאסטיש
"גלוסקא" אדער "גלוסקא יפה" פאר א קאמפאני אדער בעקעריי וואס פאבריצירט פיינע געשמאקע קיכלעך.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 1:26 pm
דורך תרנגול
...