בלאט 3 פון 5
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:13 pm
דורך קנאפער ידען
מומחה עצום האט געשריבן:!Juicey
Fruities
Squeeze It
די זענען די מערסטע צו מיין טעיסט פון דיין ליסטע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:37 pm
דורך מומחה עצום
מיט גוטע מארקעטינג קען מען האבן עני נאמען (עיין pomegranate), אבער א שיין קלינגעדיגע נאמען גיבט אסאך צו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:56 pm
דורך יואל שווארטץ
כ׳בין זיכער אז דו קומסט נישט ארויס מיט סתם ״נאך״ אן עפל דשוס. איז שייך צו הערן נאך פרטים?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2014 1:44 am
דורך זאל ער קומען
Zaftig
כ'זוך א נאמען פאר מיין ביזנעס
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2014 5:59 pm
דורך בענעפיטס
שלום עליכם!!!
איך האף איר גייט אלע קענען בענעפעטירען פון מיר דא אויפן וועלטל.
איך זוך א נאמען פאר מיין ביזנעס
מאת ה' היתה זאת איז מיין פרנסה צו העלפן אונזערע ברידער צו קענען ארויסנעמען די מאקסימום "בענעפיטס" וואס איז שייך פון אונקעל סעם
יעצט איז געקומען די צייט זיך צו אהערשטעלן א ביזנעס נאמען, סלאגען, לאגא פאר מיין עקזענטירענדע ביזנעס
ווער עס קען ארויסהעלפן זאל מיר עס ביטע שיקען פריוואט צו BenefitsNmore עט גימעיל
יישר כח למפרע
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 1:06 am
דורך AHA
איז עס נאר פאר טעקס ריטוירען אדער אלע בענעפיטס?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 1:31 am
דורך בענעפיטס
איך שטעל נישט צו קיין טעקס ריטוירנס!
איך שטעל צו שטאטישע פראגראמען פאר עסן, (סנעפ-פוד סטעמפס)
דאקטאר, (העלט אינשורענס)
שלאפען, (חלק ח')
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 5:38 am
דורך AHA
אפשר לאזט איר דעם עולם דא ארויפברענגען אזוי זאל מען עס קענען דעבאטירען?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 6:53 am
דורך בענעפיטס
מסכים פאנגט אן שרייבען
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 8:42 am
דורך AHA
וואס גייט זיין דיין ספעשילטי?
עקספיריענסד? מיינט אז מענטשען גייען ערווארטען דיין עדווייז.
עקספרעס?
ביליגע פרייזען?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 1:01 pm
דורך בענעפיטס
מיין ספעשילטי איז די סערוויס און עקספערטיז וואס איך גיב פאר מיינע קליענטען
1) פלעקסיבעל שעות
2) הויז אדער אפיס פיקאפס
3) אימעיל קארעספאנדס
4) קאסטאמער סערוויס
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 1:12 pm
דורך משזר
וואס איז שלעכט מיט BenefitsNmore?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 1:26 pm
דורך AHA
Benefit Pro
Benefit Consultant
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 2:34 pm
דורך green
Max Benefits
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:00 pm
דורך זאל ער קומען
א נאמען פון א קאמפאני איז די זאך וואס מען אדווערטייזד דאס מערסטע, נישט ווייל מ'וויל, נאר פשוט וואס דאס איז דיין אידענטיפיקאציע. אויב לייגט מען אריין אינעם נאמען - וואס מ'קען גרינג זאגן און גרינג געדענקע - אויך די עיקר סיבה פארוואס דו ביזט בכלל אין די ביזנעס, און די סיבה איז באמת גענוג צו מאכן מענטשן דיר זוכן, קומט אויס אז יעדעס מאל וואס איינער זעט בלויז די נאמען פון דיין קאמפאני, באקומט ער אויך אין איינוועגס א רוף, אן אינוויטעישאן.
1) דער נאמען זאל זיין גרינג צו זאגן, געדענקען און אויך אינווייטינג.
ס'פארהאן פיעטשורס וואס א קאמפאני האט, און די קאמפאני רעדט פון זיך און דערציילט עס, דארף דערנאך יעדער פראספעקט און עווענטועלער קאסטומער אנמעסטן די אנגעגעבענע פיעטשורס וואו ס'קען אים זיין צונוץ, און ווי די בענעפיטס וועלן מאניפעסטירט ווערן ביי זיין סיטואציע.
ווידער איז דא בענעפיטס וואס א מענטש באקומט פון די ביזנעס ווען ער ווערט א קאסטומער. דעס דארף מען נישט אנמעסטן, ווייל דאס זענען שוין די געמאסטענע גוטע חלקים וואס דער ענד-יוזער באקומט. און ווען א קאמפאני רעדט פון דעם מער, ברענגט עס אויטאמאטיש מער קליענטן.
דעריבער פרובירן אלע גרויסע סוקסעספול קאמפאניעס צו נוצן דעם "טעג-ליין" ארויסצוברענגען דעם בענעפיט פאר'ן יוזער. נישט ווי גרויס און גוט זיין זענען.
ענטערפרייז'ס "ווי פיק יו אפ". מעקסוועל'ס קאפי "גוד טו די לעסט דראפ". דאמינאו'ס פיצא'ס "אין די העלף אוער אור איטס פרי".
2) דער טעג ליין זאל ארויסברענגען די בענעפיט פאר'ן ענד יוזער.
הונדערטער סטאטיסטיקס ווייזן אז מענטש וועט אויסגעבן מער צייט, מוח, כוח און געלט צו היטן וואס ער האט, באקומען וואס ס'קומט אים, ווי איידער גיין שאפן בעסערע און נייערע. קאמפאניעס געבן אויס מיליאנען און שטאבן פון עקספערטן אויף נישט צו ווערן אויסגענוצט דורך די קאסטומערס ווי איידער צו נוצן די זעלבע מאס מענטשן און געלט אויף צו ברענגען פרישע קאסטומערס וואס זאלן כסדר איינקויפן נייע סחורה, און דערמיט דעקן אלע דערלייגטע געלט פון די "אויסנוצערס".
3) אויב קענסטו העלפן מענטשן האלטן/באקומען וואס ס'קומט זיי שוין, ביסטו מער ווערד ווי ווען דו קענסט זיין העלפן ערווערבן פרישע ווערד.
געבעיסד אויף די דריי געזעצן וואלט איך פארגעצויגן:
EasyReach
Get what's yours-Easy.
אפילו אויב כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו גייסט מיר העלפן עררייכן, וויל איך דיר שוין רופן זען אויב דו קענסט עס טאן פאר מיר אויך….
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:06 pm
דורך קיווי סטראבערי
..
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:10 pm
דורך AHA
גיט געזאגט זאלער,
איך מיין דיין תגובה איז בעסער אלס מעסעדזש ווי אלס נאמען.
איך וואלט ווען געניצט די ווערטער:
Benefit
Assistance
Social
Experience
Expert
Professional
Consulting
Consultant
Advise
מען דארף נאר זעהן וויאזוי עס אויסצוארבייטען אז עס זאל זיך זאגען גרינג אין נישט זיין צו לאנג.
Benex Pro דארף צו זיין גאנץ גיט.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:21 pm
דורך שנאפס
מומחה עצום האט געשריבן:להגדיל שמו האט געשריבן:איך וויל שוין לאנג וויסען, א אנליין ביזנעס, למשל א עמעזאן סעלער כאפט א נפקא מינה א גיטע נאמען?
יא, אויב איז עס א נאמען וואס ״קליקט״ בלייבט דאס אין זכרון און ווען אסאך סעלערס פארקויפן אן אייטעם וועט מען ענדערש גיין צו די סעלער וואס מען געדענקט (פאר בערך די זעלבע פרייז)
אויף עמעזאן? המממ
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:24 pm
דורך AHA
פרייזען אין פידבעק איז וואס מאכט אויס אלס א עמעזאן סעללער.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 7:45 pm
דורך יואל שווארטץ
איין קלייניגקייט וואס דער עולם פארזעט דא: זיין קליענטעל איז ווייט נישט די פראפעשאנעל טייפ, מילד גערעדט.
א נאמען וואס וועט קלינגען צו פראפעשאנעל וועט ענדערש פארטרייבן דעם עולם און צובלאזן דאס ביסל טראסט מיט וואס נידון דידן הייבט אן.
לדעתי, זענען די שליסל ווערטער:
Community
Trust
Help
וכדומה.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 7:49 pm
דורך קליינקעפיק
Beneflex
Benefast
Benef'ixt
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 7:52 pm
דורך יואל שווארטץ
אויב אזוי, קענסטו דאך שוין גיין צו Benefights...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 10:13 pm
דורך בענעפיטס
יישר כח פאר אלע מגיבים פריוואט אין אויפן וועלטל
סאו פאר האב איך
איי(וועלט)בענעפיטס
בענעפיטס 4 יו
בענעפיטס עקספרעס
בענעפיט פרא
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 10:17 pm
דורך זאל ער קומען
די אלע נעמען קומען פון א קוק-ווינקל אז יעדער כאפט פון וועלכע בענעפיטס ס'רעד זיך דא. למעשה אבער גייען אידן זען דעם עד גלייך נאכ'ן קוקן צענדליגער אנדערע עדס און מודעות, למשל איבער דעם פילטער פאר אן איי-פאון אדער א ספעציעל גוטער פילטער פאר'ן סינק א.ד.ג. און גלייך וועט מען זען בענעפיטס פרא, קען זיין אז דאס זענען גאר די בענעפיטס פון די נייע פילטער, און פרא וועט מיינען אז מ'רעדט פון די פאון און נישט פון סינק…
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2014 11:24 pm
דורך קהת
All benefits
All in benefits
All n' benefits
Your benefit
The benefit expert (maybe there is someone with this name)