בלאט 2 פון 5
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2007 5:08 pm
דורך לחיים ולברכה
הע, ביזט שוין גארנישט אזא עמך איד, הא?
א גרויסן שכח פאר די אינפארמאציע. איבער די קאמישאן עסטו מוזן רעדן צו עשיא (וועא"מ), פריי זיך אז כ'בין גרייט צו צאלן 15 טאלער א חודש פאר א באנק אקאונט....
אגב, וויזוי איז מיט טשעקס? סינאך אלץ אזוי ווי שוועמל רעגט זיך? אדער ביליגער?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2007 8:10 pm
דורך איך_הער
פאטאקי08 האט געשריבן:איך_הער האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין
וועלכע באנק איז די בעסטע צו פטר'ן ?COINS
לפי ידיעתי, איז קאמערץ בענק זייער גוט דערפאר. (אין אפסטעיט זיכער.)
גרויסען דאנק כהער
ווי האבן זיי א ברענטש אין אונזער געגענט?
דאכט זיך מיר, אז אויף העוועמייער, איי עם נאט שאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:26 am
דורך פאטאקי08
העוועמייער
ווי איז דאס? אין ווילי?
כא געמיינט די וואוינסט אין ק"י
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 2:46 pm
דורך איך_הער
האבעך געדארפט וויסן אז דו ביסט אין ווילי?
דאס נאנסטע דא, איז אדער אנפאנג סעווענטין, אדער עקזיט 14 B פונעם טראוועי, ווען מ'מאכט א רעכסט ביים עקזיט, און נאך א רעכטס אויפן 59, ממש אנפאנג, ס'הייסט אז דאס נענסטע איז בערך פינף און צוואנציג מינוט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 4:41 pm
דורך פאטאקי08
שכח כער!!
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 12:18 pm
דורך קרעמער
מ'רעדט דא פון בענק.
היינט האב איך צוגעשלאסן מיין פריוואטע באנק אקאונט ביי די HSBC ברענטש אין וויליאמסבורג (ברוכים תהיו!), צוליב דעם וואס עס איז צו ווייט פון מיין נייע געגענט (בעד-סטיי). אנקומענדיג אהין (בראודוועי ברענטש) האב איך צו מיין ערשטוינונג באמערקט אין איינע פון די כמו-פריוואטע שטובלעך זיצן א היימישן איד מיט א בארד און פיאות, זאגאר ארויסגעשטעקטע ציצית(!), נישט אויף די קאסטומער זייט פונעם טישל, נאר טאקע ביים קאמפיוטער! איך האב נישט געוואלט צולויפן צו אים (אלס ראסע פרא-פיילינג..) האב איך זיך אנידערגעזעצט ווארטן ביי די בענקלעך פארענט פון די שטובעלעך. יענער האט אבער באמערקט אז איך וויל גיכער רעדן צו אים ווי צום שווארצן שחור'טע (גארנישט קיין דאפעלט-לשון... פעך שווארץ [אן א פינטל אין די פ"א]) אין די דערנעבנדיגע בודקע, האט ער מיר צוגערופן צו זיך אין סוכה'לע. איך פרעג אים די ערשטע פראגע "אידיש אדער ענגליש"? אנטשולדיגט ער זיך אז ער איז א קנאפער אידיש רעדער, און איך זאל רעדן ענגליש ביטע.
אלזא, איך הייב אן מיין דרשה'לע: איך האב זיך לעצטנס אריבערגעצויגן אין א נייע געגנט, און עס קומט מיר אן צו שווער אנצוהאלטן מיין אקאונט מיט אייך, וואלט איך געוואלט שליסן דאס אקאונט און זאגן א נאך-ברכה דערויף. ער האט זיך אנגעהויבן אנטשולדיגן אז ער איז נאך א גרינער דארטן, און קען זיך נישט אויס מיט אלע פראצעדורן פון שליסן אקאונטס (מסתמא איז דאס נישט פון די ערשטע זאכן וואס מען לערנט אויס א נייעם מענעדזשער), ער זאגט איך זאל זיך ווידער אנידערזעצן אין ווארט-דורכגאנג ביז ער וועט זען ווער עס קען מיר בייהילפיג זיין. ער איז באלד אריין צו די שיקסע אין קאמער און איר געבעטן א געפעליגקייט זי זאל אים צוצייגן וואס צו טאן אין אזא פאל.
למעשה האט ער מיר אריינגערופן אהין, און אזוי במעמד שלשתן האבן זיי אינאיינעם מיר פרובירט ארויסצוהעלפן. די שחורה אני ונאשעס האט בשום אופן נישט געוואלט פארשטיין פארוואס איך וויל אוועקגיין פון HSBC. זי האט אנגעהויבן פרעגן פראגעס אויב זייער סערוויס איז נישט גוט געווען. איך האב איר קלארגעשטעלט אז איך בין זייער צופרידן געווען, די שולד איז נישט זייערס, איך האב זיך איינפאך אריבערגעצויגן צו א פרישע באזע און פון דארט ביז אהער קאסט מיר א שפאציר פון דריי פערטל שעה (אדער געלט פאר א טראנספארטאציע מיטל). זי רופט זיך אן מיט ביטול צו דעם איד אין די זייט: שטותים והבלים, איך קען זיי גוט די חברה, תירוצים פאר די גענז, ער האט פשוט אריבערגעטוישט זיין קאנטע צו א צווייטע באנק און וויל מיט אונז שלאגן כפרות.
איך האב אבער ווידערהאולט מיינע רייד: איך וואוין היינט צוטאגס אין בעדפארד סטייוועסענט, וואו איר פארמאגט נישט קיין באנק, איך זאג אייך דעם אמת אז איך האב נאכנישט קיין שום פלאן צו עפענען א קאנטע ביי קיין שום אנדערע באנק (שטילערהייט: פילייכט וועל איך אריינבייסן אין עפל, זיי האבן עפעס א כאטקע אויף פלאשינג ביי סקילמאן; טשעיס רעכנט געלט פאר א פריוואטע אקאונט אויב עס איז נישט דורך דירעקט דעפאזיט). זי האט נאכגעקוקט מיין זיפ-קאוד און זיך טאקע איבערצייגט אז די נאנטסטע באנק איז די בראודוועי ברענטש וואו אונזער געשפרעך איז פארגעקומען.
יעצט האט זי נאר געוואלט וויסן אויב אלע מיינע טשעקס זענען שוין אדורך (אדער איך פלאן אנצוזעצן אפאר חברה מיטן צושפארן דאס אקאונט). האב איך איר געזאגט: אדרבה, קוק עס אויף אין דיין קאמפיוטער, לאמיר זען וואס איז דער באלאנס, און איך וועל זען אויב דאס לעצטע טשעק איז שוין אדורך. די טיפש'טע מרחם האט נישט געהאט קיין אנונג וואס איך רעד צו איר, האט זיך דער אידל אנגערופן: ניתי קאמפיוטער וניחזי, לאמיר זען אינעם באנק סיסטעם וויפיל געלט דער איד האט אויף זיין נאמען, אזוי וועלן מיר וויסן אויב ער איז מסודר. למעשה האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז אלע טשעקס זענען שוין געווען געקלארט, און זיי האבן מיר געהאלפן אויספולן א "וויטדרועל" צעטל אויף די נארישע אלף (מיט אן עי"ן) דאלער מיט פערצן צענט, מיט א גאראנטי אז מארגן אינדערפרי איז דאס פארשלאסן. ונזכה ונחיה ונראה.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 12:24 pm
דורך פאטאקי08
קרעמער
אנטטשולדיגט די תגובה באלאנגט נישט אין רעהו יעזרו עס באלאנגט אין סמעטענע
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 12:46 pm
דורך לחיים ולברכה
קרעמער, אזוי זיס אראפגעלייגט. גראדע די עפל אויף פלאשינג איז היבש געצייטיגט... קלאפ איין מיט דעם סטיוו - דער ווייס פרעזידענט, (כ'דענק שויניש זיין יודיש'ן נאמען), ער אידאך א איד, א תלמיד פון תורה ודעת, און פארשטיי וואדאס מיינט אידיש געלט. יאך בין זייער צופרידן דארט, אויסער זייער משוגע'נע פאליסיס.
פאטאקי, כ'בין מיט דיר!
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 1:00 pm
דורך קרעמער
לחיים-ולברכה;
ס'טייטש משוגע'נע פאלעסיס?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 1:13 pm
דורך איזאק
גוט צולייגט קרעמער, איך האב הנאה געהאט.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 4:37 pm
דורך דארפסמאן
קרעמער איך בין דיר מקנא די גייסט שוין נישט דארפן ווארטן א שעה צי מאכען א דיפאזיט פון א פאר דאללער
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 5:17 pm
דורך לחיים ולברכה
על אחרון ראשון.
דארפסמאן; זיי האבן דארט א געשמאקע באקסל אין די זייט וואו מ'קען ארייווארפן די דעפאזיט. אין פאל וואס מ'דארף ווארטן א שעה (ס'איז זעלטן, אבער ס'מאכטסעך) נוצעך די באקסל.
קרעמער; פאליסיס בנוגע טשעקס אויסקלארן (CLEAR) און נאך פארשידענס וואס כ'דענק נישט יעצט. ס'נעמט היבש לאנג פאר טשעקס צו ווערן דעפאזיטעד (כ'רעד פון גרויסע טשעקס, קליינע נעמט 2-3 טעג).
למעשה, ווי געזאגט, בינעך צופרידן דארט, מ'דארף כמעט נישט ווארטן און אז מ'וואטשט קאסטעס נישט קיין געלט...
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 5:22 pm
דורך דארפסמאן
ביי בענק או אמעריקע קלערט אלע טשעקס ביז בערך $2000.00 די אנדערע טאג אפילו אויב מען האט עס אריין געלייגט און די עי.טי.עם. אויך , אין ווען מען מאכט א דיפאזיט אפילו ביינאכט קען מען ארויס נעמען $100.00 גראד נאכן דיפאזיט , העולה על כלנה ביי די עי.טי.עם. קען מען אריין לייגען דאבעל אינדארסט טשעקס
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2007 5:55 pm
דורך איך_הער
קרעמער, הערליך אראפ געלייגט שכוח.
דו שרייבסט אינמיטן, (כאנישט קיין געדולד מצטט צו זיין, האבעך פלעין געקאפיט.) (מסתמא איז דאס נישט פון די ערשטע זאכן וואס מען לערנט אויס א נייעם מענעדזשער), איך וואל געזאגט אז דאס איז פון די ערשטע זאכן וואס מ'לערנט זיי אויס, אז אויב איינער וויל אפשפארן, זאל מען אים מאכן שוועריגקייטן, אפשר וועטער חרטה האבן, און ממילא זאל ער וויסן אז ס'בעסטע איז ווען מ'הייבט אן, איי עם סארי, איך בין ניי דא, און איך קען מעך נאכנישט אויס געהעריג.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 9:38 pm
דורך לחיים ולברכה
צו ענטפערן אויף
פאטאקי'ס פראגע:
לאמיר מיטטיילן מיין אינפארמאציע איבער דעם ענין.
ס'איז פארהאן פארשידענע וועגן צו מאכן א דעפאזיט אין די באנק קאנטע,
'דירעקט דיפאזיט' - ס'ווייערט זיך געלט פון מיין קאסטומער אריין אין מיין באנק אקאונט.
'מערטשענט אקאונט' - א צווייטע קאמפאני ווי למשל א קרעדיט קארד פירמע, פירט אריין געלט אין מיין באנק אקאונט.
'טשעקס' - מיין קאסטומער געט מיר א טשעק און כ'דעפאזיט דאס אין מיין אקאונט. דאס קען געטוהן ווערן אויף פארשידענע אופנים,
1, דער אור-אלטע וועג פון אונזערע עלטער זיידעס, אריינגיין אין באנק מיט טשעקס אדער קעש (נאר אויב נייטיג....) און מ'פילט אויס א דעפאזיט סליפ.
2, מ'שיקט דאס אריין מיט'ן פאסט (געאייגענט פאר קליינע דעפאזיטס, פוילער לייט, אדער שווערע טשעקס....).
3, עלעקטראנישע דעפאזיטס, איז דורך סקענען די טשעקס און אזוי מאכט מען די דעפאזיט. ס'קען גיין דורך מערטשענט אקאונטס, פריוואטע קאמפאניס וואס שטעלן צו די סערוויס פון וועריפייען די געסקענטער טשעקס, און זיי שטעלן דאס אריין אינעם באנק אקאונט, אדער טוט דאס דער באנק צושטעלן.
אין פלעטבוש, ווי אויך אין די פיינענשאל דיסטריקט אין מאנהעטן איז דא א באנק וואס רופט זיך
'ליבערטי פוינט', ס'געהער פאר א חרדי'שע איד הרב בוימגארטן. ער שטעלט צו די סערוויס בחינם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 12:56 pm
דורך פאטאקי08
א גרויסען דאנק לחיים!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
קיינמאל נישט געוואוסט פון אזא זאך
מיין באלעבוס וועט מיך שוין לאזן אפטער באזיכען אין קרעטשצע לכבוד דיר!!!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2008 1:17 am
דורך salads
כ' בין אנגעקימען ממש צום סוף, נאך דער גאנצער געטומל. אבער כ'וועל מיך נישט ציריקהאלטן אריין צו ווארף'ן אפאר דיבורים, לטובת הציבור, פון מיין קוק-ווינקל.
לפי מיין עקספיריענס, איז "נארט פארק" NORTH FORK באנק, אויף בראדוועי,זייער גיט אין די קלירן די טשעקס. אין מיין גאנצן גלארייכן ביזנעס קאריערע, האט זיך נאכנישט געמאכט אז ס'זאל נישט געקלירט ווערן דעם קימענדיגע טאג.
נאך מעלת זיינען, אז זיי זענען זייער פריינטליך, אין געווענטליך האבן זיי גאר קליינע רייע'ס. נאר ביי "דריט פארטי" טשעקס, קענען זיי מאכן פראבלעמען, אז ס'זאל זיך ברויכן א אינטערשריפט, פון איינער פון די העכערע איינגעשטעלטע. אבער זיי טיען דאס זייער גערן, אין געוויסע מאל קיקן זיי ניטאמאל ווער ס'פארלאנגט עס.(ווייל די טעלער בעיט אליינס פארן אינטערשריפט, אן מיין פארמיטלונג.)
אבער ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן, ווייס איך נישט. ווייל לעצטענס לאזט זיך הערן גלאנגען מאחורי הפרגוד, אז זיי האבן "געמורדזשט" MERGED מיט קעפיטל-וואן, אין וואס זיי האבן צי פארקויפן, האב איך נאך נישט עקספיריענסירט.
פאטאקי דער אכטער:
די קאמערס בענק, האבן ספיציעלע מאשינען ווי מ'קען אריין גיסן קליין-געלט, אין ס'קימט ארויס א רעסיט, וואס מ'קעשט איין ביים טעלער פאר גרעסער'ס.
די פיטשער איז אפי' מ'האט נישט קיין אקאונט ביי זיי.
ס'האט זיך שוין געהערט מיינונגען, אז די מאשינען זיינען נישט פינקליך, אין די רעסיטס זיינען צימאל קלענער ווי דאס געלט וואס מ'האט אריין געלייגט. אבער ס'לייגט זיך אויף'ן געדאנק אז די וואס האבן גאנצעטע זעקלעך אומגעציילטע טשענדזש, קען זיך זיי דאכטן גרינג, אז ס'איז זיכער ממער ווי ס'איז. (ווייל ס'וועיגט דאך אזוי סאך...) דעריבער איז מעגליך אז די קלאנגען זענען נישט מער ווי שטויב-האפטע אין לופט-ריינע.
נאך דערצוווען די לעגאלע שטראפן זענען מסתם סאך גרעסערע ווי וואס זיי קענען פראפיטירן(טאקע?..., ווי די פאר קלינגענדע מטבעות.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2008 1:28 am
דורך salads
המשך פון מיין פריערדיגע תגיבה.
נאך איבער "נארט פארק באנק"
והעולה על כולנה.
זיי בעיטן $15 א חודש פאר א ביזנעס אקאונט, אויב ס'איז נישט דא אינעם אקאונט מער ווי טויזענט דולר, אדער אויב ס'איז געווען ווייניגער ווי 300 דריי הינדערט טראנזעקציעס.
נאך קען זיך מאכן, אז ווען מ'גיט אריין אסאך טשעקס זאלן זיי עס נישט איבער קיקן אויף'ן פלאץ, דאמאלט ווערט געלעזט דער פראבלעם פון "דריט פארטי טשעקס".
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2008 12:43 pm
דורך לאז געמאכט
salads האט געשריבן:פאטאקי דער אכטער:
די קאמערס בענק, האבן ספיציעלע מאשינען ווי מ'קען אריין גיסן קליין-געלט, אין ס'קימט ארויס א רעסיט, וואס מ'קעשט איין ביים טעלער פאר גרעסער'ס.
די פיטשער איז אפי' מ'האט נישט קיין אקאונט ביי זיי.
ס'האט זיך שוין געהערט מיינונגען, אז די מאשינען זיינען נישט פינקליך, אין די רעסיטס זיינען צימאל קלענער ווי דאס געלט וואס מ'האט אריין געלייגט. אבער ס'לייגט זיך אויף'ן געדאנק אז די וואס האבן גאנצעטע זעקלעך אומגעציילטע טשענדזש, קען זיך זיי דאכטן גרינג, אז ס'איז זיכער ממער ווי ס'איז. (ווייל ס'וועיגט דאך אזוי סאך...) דעריבער איז מעגליך אז די קלאנגען זענען נישט מער ווי שטויב-האפטע אין לופט-ריינע.
נאך דערצוווען די לעגאלע שטראפן זענען מסתם סאך גרעסערע ווי וואס זיי קענען פראפיטירן(טאקע?..., ווי די פאר קלינגענדע מטבעות.
ס'איז דא אין ווימ"ס ערגעץ ווי מען קען דעס טאן אדער ענדליכס פטור צו ווערן פון טשענש?
(אבער באקומען גרעסערס די עצה עס אוועקצוווארפן ווייס איך...)
עס איז מיר שטארק נוגע איינער ווייסט?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2008 1:25 am
דורך salads
יא יא.
אין דאונטאון ברוקלין, דיכט זיך קעגן די סאפרים קארט בילדינג, (SUPREME COURT BUILDINGע ) איז אויך דא אזא איינע. אין מיט גאר א ווארעמע סטעף.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2008 1:29 am
דורך salads
דירעקציעס:
פארט אויף'ן BQE נעמט דעם טילערי סט. עקסיט, פארט גלייך ביז ווי איר וועט עס זעין, אויף אייער רעכטע זייט.
אפי' די ראוד וועט זיך דרייען אויף לינקס, שרעקט אייך נישט, א איד גיט זיך א עצה.. מ'דרייעט זיך מיט.
א מינוט'קעלע נאך די מאנהעטן, אין ברוקלין בריקן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2008 11:10 am
דורך לאז געמאכט
א גרויסן יישר כח סאלאט
דארט איז דא א קאמערס באנק?
(איך זיך לאו דווקא א קאמערס באנק סיי וועלעכע באנק עס האט די סירוועס איז גוט) ווי נענטער צו די היימישע געגענט יאן וויילימסבורג איז בעסער
איך האב געזען אז קאמערס גייט עפענן א באנק אויף בעדפארד עווינו קארנאר נארט פייוו אבער דאס איז אויך היפש ווייט אין עס עפענט זיך ערשט אין זאליי July
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 12:52 am
דורך salads
לאז געמאכט.
יא אויף דעם אויבן דערמאנטן אדרעסע, איז דא א קאמערס באנק.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 12:03 am
דורך צום זאך
געהערט אז 'קעפיטאל וואן' גייט אפקויפן 'סיגנאטשור באנק', איינער ווייסט מער פרטים?
(כ'האף ס'נישט אמת.)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 8:31 am
דורך גרוש
סךף הכל ווי זאל איך עפענען מיין ביזנעס אקאונט?