בלאט 1 פון 1

נייע טשעיס בענק טשארטש

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 18, 2011 12:26 pm
דורך moshele11211
ביז יעצט האט טשעיס געטשארטש $10 פאר איינעמ'ס טשעק וואס איז צוריקגעקומען[פון די אקאונט ווי סאיז אריין], די וואך אנגעהויבן טשארטשען זיי שוין $12, [קען זיין ס'איז נאר ביי מיין אקאונט דעמאלטץ לאזט'ס ענג הערן..]

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 1:07 am
דורך דער קוטשער
ס'האט זיך געטוישט אסאך זאכן, מ'האט זיי געדריקט צום וואנט מיט פארשידענע קרעדיט קארד טשארדשעס האבן זיי ליידער געמוזט אויפקומען מיט אנדערע אופנים ווי מ'קען מאכן א דולר.

מ'דארף שטארק אכטונג געבן, ווייל זיי און אנדערע בענק זוכן ווי מ'קען ארויסשלעפן א דולר פונעם קאסטומער,
נאך זאכן וואס איז ארויף,
פון 20 ביז 25 דולר פאר א ווייער טרענספער, אויב געדענק איך גוט,
די וואס האבן א פשוט'ע טשעקינג און דארפן אריינשיקען א דיירעקט דיפאזעט יעדן חודש, האט זיך געטוישט אז נייע קאסטומער'ס דארפן שיקען העכער 500 דולר,
אזוי האבן אסאך בענק געטוישט זייערע טשארדשעס יעצט.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 2:13 am
דורך יואל ווייס
דער קוטשער האט געשריבן:די וואס האבן א פשוט'ע טשעקינג און דארפן אריינשיקען א דיירעקט דיפאזעט יעדן חודש, האט זיך געטוישט אז נייע קאסטומער'ס דארפן שיקען העכער 500 דולר

נישט נאר נייע קאסטומערס, אלטע אויך.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 6:40 pm
דורך ווער בין איך?
א נייע זאך האבעך געזעהן פון טי די באנק TD BANK.

ווען איך נוץ מיין דעביט קארטל אין א רעגולער עי-טי-עם מאשין (נישט אין זייער באנק) גייען זיי מיר אויך טשארדשן דערפאר, נישט נאר דער בעל הבית פון דער ATM.

זיי האבן נישט געשריבן אויפ'ן בריוו וויפיל זיי טשארדשן דערפאר.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 5:07 pm
דורך מיליאנער
ס'איז טאקע ארויף די טשארטש אויף א פערסענאל טשעקינג אקאונט פון 6 צו 12 דאללער, אבער כ'האב יעצט געזעהן אז זיי האבן א נייע וועג צו אראפנעמען דעי טשארטש, נעמליך דורך שטענדיג האלטן אין די אקאונט א מינומים פון 15 מאות, (נישט קיין שווערע זאך זיך אינטערצונעמען אין די יעצטיגע טעקס ריטורן סיזען).

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 5:40 pm
דורך איזעי
לעצטענס האבן זיי אויך ארויפגעלייגט א מעינטענעס טשארדזש צו די פרי סמאל ביזנעס טשעקינג אקאונטס וואס זיי האבן גע'ירשנ'ט פון וואשינגטאן מיוטשאעל (ווער געדענקט נאך?).

איך האב עס נישט אדורכגעטון, איך מיין אז אויב מען האלט א מינימום באלאנס פון פופצן טויזנט דאללער אין אקאונט איז מען פטור, בכל אופן איז עס נאך א טשארדזש וואס האט נישט עקזיסטירט ביז היינט.

(דאכט זיך אז די לכתחילה'דיגע טשעיס ביזנעס אקאונטס האבן אייביג געהאט אזא טשארדזש)

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 8:33 am
דורך מיליאנער
די ביזנעס אקאונט האט אלעמאהל געהאט א טשארטש אבער מ'קען זיך געווענליך גרינגערהייט א עצה געבן מיט דאס, מ'דארף זיך מאכן היימיש מיט איינע פון זיי און זיי קענען עס אראפנעמען,
די גרינגסטע איז עס צו טוהן בשעת מ'עעפענט די אקאונט ווייל דעמאלסט דארפן זיי דיך וויכטיג האבן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 8:57 am
דורך פריילאך
אמאל געקענט, היינט זאגן זיי אז אלעס גייט אויטאמאטיש דורכן קאמפיוטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 1:29 pm
דורך איזעי
מיליאנער האט געשריבן:די ביזנעס אקאונט האט אלעמאהל געהאט א טשארטש


איך האב געשריבן אז איך רעד נאר פון די אקאונטס וואס זיי האבן גע'ירשנ'ט פון וואשינגטאן מיוטשעל, ווייל די זענען געווען אומזיסטע.

טשעיס וועבסייט ארבעט נישט

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 01, 2011 10:13 am
דורך ראמני 08
This website is temporarily unavailable.

We're working quickly to restore access, and we encourage you to log on later.

Thanks for your patience.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 01, 2011 10:41 am
דורך דער קוטשער
יאפ, ס'טויג נישט די מעשה.

אבער ענדערש לייג עס דא.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 01, 2011 10:43 am
דורך דער קוטשער
מ'קען זיך אריינכאפן דא דארט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 5:05 pm
דורך moshele11211
ביז יעצט ווען איך האב געמאכט א טרענספער זונטאג, איז עס נישט געווען עווליבעל אין די אנדערע אקאונט נאר די נעקסטע טאג מאנטאג, משא''כ דע זונטאג האב איך געמאכט א טרענספער און עס איז גראד געווארן א עווליבעל.
איך בין נייגעריג אויב עס איז א נייע זאך אדער איך עס נאר יעצט באמערקט?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 5:51 pm
דורך דער קוטשער
א טרענספער דארף מען צו זעהן גלייך.