בלאט 1 פון 1

ווי אזוי מאנט מען א חוב?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 12:18 pm
דורך זיס
איך האב געמאכט אן ארבעט פאר א איד אין ווערד פון 2,500.00 דאלער. די מעשה גייט שוין צוריק באלד צוויי און א האלב יאר, למעשה האט דער איד באנקראטירט אין זיין ביזנעס וואס ער האט אויפגעשטעלט און ער טענה'עט "אין לי" - ער האט נישט דאס געלט.

יעדע מאל וואס איך רוף אים, זאגט ער מיר מיטן גרעסטן הכנעה: "ביזט גערעכט, איך דארף דיר געבן געלט, אבער איך האב נישט... וואס זאל איך טון? - איך קום פאר מענטשן גרעסערע געלטער, מענטשן קומען מיר אויך געלט..."

איך האב שוין פראבירט מיט גוטן און מיט בייזן, געשריגן און גע'טענה'עט, אבער ער האט נישט און גיבט נישט.

למען האמת, איך האב מיטלייד מיט אים, עס קוקט אויס ווי ער האט טאקע נישט און יעדע מאל איך רוף אים גיי איך אים אויף די געהירן... אמת, אבער איך דארף האבן מיין געלט, עס איז מיין לעבן און מיין געהארעוועטע געלט.

אלזא, וואס טוט מען? - ווי אזוי זעט מען פון יענעם אפאר דאלער?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 12:44 pm
דורך moshele11211
בתוך שאר ... ישראל, וואס זאל איך דיר זאגן עמי אנכי בצרה, אסאך מאל קען זיין א עסקן וואס נעמט קער פון יענעם וואס יענער באצאלט די חובות, אויסער דעם ....

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 12:47 pm
דורך באמבאסטיש
מאך מיט אים א פעימענט פלען.

למשל $25 א וואך, האסטו ביז 5 יאר דאס געלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 12:52 pm
דורך פלארידא
לאקי יו, אז ער זאגט דיר אז ער איז שולדיג, און און ער איז מודה אז ער האט נישט יעצט. עס קען נאך קומען א טאג ער וועט דיר בעז"ה באצאלן.

די בעסטע עצה עצה איז צו מאכן א פעימענט פלען פון ממש קליין געלט, למשל 20 דאלער א חודש.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 1:39 pm
דורך prowed jew
ס'דא ברייט פארצווייגטע הלכות איבער דעם
צו מ'מעג פאדערען ווען מ'ווייסט אז יענער האט ניש
זארג ניש יענער האט אויך הלכות
למשל אויב האט יענער זילבירווארג איניש דא קיין טענה ''אין לי''.
ווייל ס'ניש קיין ''לעבענסוויכטיגע ארטיקלען''

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 2:16 pm
דורך זיס
איך האב נישט ליב צו גיין דורך אזעלכע מיטלען...

איך געדענק אין מיין קהילה אז א איד איז געווען שולדיג א צווייטן געלט, און יענער איז אנגעקומען צו אים אהיים און מיט כח צוגענומען יענעמ'ס שטריימעל. דער בית-המדרש האט גערידערט.

איך האב נישט ליב צו נוצן אזוינע מיטלען.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 2:37 pm
דורך מי יודע
קודם ווי פלארידא זאגט, וואויל איז דיר אז ער לייקנט עס נישט נאר ער האט פשוט נישט

יעצט אז מען רעדט פון א חוב פון פאר 2 יאר צוריק איז דאך עס נישט יעצט נוגע פאר דיין לחם לפי הטף, איך האב אויך יעצט עטליכע מענטשן וואס זענען שולדיג מיר געלטער, די בעסטע איז אז דו מאכסט א פעמענט פלען ווי דער עולם האט דא פריער דערמאנט, ממילא וועט עס סוכ"ס אנקומען צו דיר

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 5:44 pm
דורך איך וויל פארשטיין
איך האב געהאט כמעט די זעלבע מעשה, איך בין געגאנגען צו אסעיל בערך 4 יאר צוריק און איך האב באצאלט 1000$ פאר א ספרים שאנק דער פלאן איז געווען אז מען גייט מיר עס דערליווערן ביז 2 וואכען, אבער ווי וואס ווען ער האט באנקראטירט און ווען איך קאל איהם וויינט ער אז ער טרינקט זיך אין חובות אזש מיין הארץ גייט אויס פאר איהם און איך קאל איהם נישט פאר די נעקסטע האלב יאר.