בלאט 1 פון 1

cash basis vs accrual basis

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 12:58 am
דורך בן יועזר
cash basis vs accrual basis

קען דא איינער מסביר זיין קלאר די חילוק צווישן די צוויי

זיי מיר מסביר אויף מאמע לשון

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 1:56 am
דורך והוא פלאי
אויב מיינט איר ממש עיברי טייטש איז דער פשט אזוי
ווען מען רעכנט הוצאות והכנסות איז דא צווי וועגן צו רעכענען
איינס אן הוצאה הייסט ווען מען האט באצאלט בפועל און אן הכנסה הייסט ווען מען האט באקומען דאס געלט בפועל, דאס הייסט קעש בעיסעס, דאס הייסט אז דער חשבון איס געבעיסט אויף קעש
רוב געשעפטן קענען ע"פ חוק למען טעקס נישט אזוי רעכענן
נאר מען רעכענט פון ווען מען איז שולדיג דאס געלט
דהיינו למשל דער בעל הגראסערי האט דער לעצטע טאג פון יאר פארקויפט אסאך סחורה, אבער יעדער האט אויפגעשריבן, איז קעש האט ער א מכה, אבער דאס געלט האט ער שוין פארדינט, דארף ער היי יאר באצאלן מכס דערויף
ולאידך גיסא ער האט באקומען א לעקטער ביל סוף יאר, ער באצאלט עס ערשט דאס יאר, רעכענט ער עס פאר א הוצאה דאס יאר וואס ער האט באקומען די ביל
ד. ה. אקרואל עס איז באזירט אויף ווען דאס געלט איז אנגעהויפענט
איך גלייב אבער. נישט אז די מיינסט אזוי פשוט, ממילא זיי קלארער מסביר דיין שאלה

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 12:00 pm
דורך קעלנער
מען קען סעלעקטן אויף די טעקס ריטוירן צו מ'וויל פיילן אויף אקרועל אדער אויף קעש בעסיס.
וויאזוי מ'האט איינמאל סעלעקטעד דארף מען אלץ אזוי פיילן חוץ אויב מ'האט א געהעריגע תירוץ פארוואס מ'וויל טוישן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 2:37 pm
דורך והוא פלאי
לאו דווקא
עי' כאן, אז אויב איז דא אינווענטארי חשבונות קען מען נישט
http://www.irs.gov/publications/p334/ch ... k100025090

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 2:43 pm
דורך ווינקל
און נאך עטליכע פאקטארן וואס פארלאנגן צו פיילן מיט די אקרועל בעסיס עיי"ש.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 2:48 pm
דורך קעלנער
דארט שטייט אז אויב ס'איז דא אינווענטארי חשבונות קען מען נאר אקרועל.
אבער ס'איז דא אפאר עקסעפשאנס און רוב היימישע ביזנעסער קומען נאך די תנאים פון די עקסעפשאנס, און זיי קענען פיילן וועלכע וועג זיי ווילן.