בלאט 1 פון 1
נאמבער אויב מקען דיפאזיטן יענעמס טשעיס טשעק
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 11:24 pm
דורך moshele11211
איך האב פון איינעם א טשעיס טשעק וואס האט שוין געקראכט צוויי מאל, יענער זאגט לייג עס אריין נאכאמאל, האב איך געהערט פון איינעם אז עס איז דא נאמבער וואס מען קאלט אריין און מען קען וויסן אויב יענער האט יעצט געלט אין די אקאונט , ווייסט איינער די נאמבער ? א יישר כח פון פאראויס
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 7:36 am
דורך שקר_הדייעט
איך וויל די זעלבע זאך וויסן אויך מיט טשעקס פון אנדערע בענק. איינער קען דא ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 9:58 am
דורך jkup50
איך האב עס שוין כמה פעמים געטון מיט פארשידענע בענק סאיז נישט קיין ספעשיל נאמבער נאר די מעין נאמבער פון די באנק איך האב זיי געזאגט די באנק אקאנט מיט די טשעק נאמבער אין אמאנט אין זיי האבן מיר געזאגט צי סאיז אוועלבול. נאך א עצה אויב סאיז נישט קיין גרויסע טשעק קענסטו אריין גיין אין יענע באנק אין עס קעשן אויב די געלט איז אוועלבול
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 12:24 pm
דורך שוועמל
און ביים קעשן א טשעק רעכענט מען נישט אויב סקראכט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 12:41 pm
דורך מיליאנער
זיי געבן דיר די קעש נאר אויב ס'איז טאקע דא די געלט אין די אקאונט, און אויב ס'איז נישט עוועליבעל רעכנען זיי נישט כאילו ס'וואלט געקראכט
ב.ד.וו. געוויסע בענק רעכענען געלט פארן קעשן א טשעק אויב מען האט נישט קיין אקאונט ביי זיי
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 1:02 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
א גרויסן יישר כח JKUP גענוצט דיין איידיע, און וואס מיינסטו יענער האט נישט געהאט קיין געלט, אבער כאטש געשפארט 15 דאללער וואס וואלט מיר געקאסט א צוריקגעקומענע טשעק,
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 1:11 pm
דורך jkup50
רוב מאל וואס איך האב א חשד טי איך עס אין ב"ה איך קיין טשעקס קראכן נישט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 1:21 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
נייגעריג בין איך אויב מען קען עס טוהן מיט יעדע באנק?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 3:27 pm
דורך jkup50
וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:נייגעריג בין איך אויב מען קען עס טוהן מיט יעדע באנק?
קענסט פראבירן וועסט נישט באקומען קיין פאטש
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 5:02 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
שקויעך איך האב נישט אזוי מורא פון א פאטש ווי פון א שטויס. אבער אז די זאגסט אז מען באקומט נישט בין איך רואיג
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 5:07 pm
דורך משיח
לפי ידיעתי וועט די באנק נאר קעשן א טשעק פאר דיר אויב דו האסט אן אקאונט ביי זיי,
למשל אויב קומסטו אריין מיט א טשעיס טשעק, וועלן זיי עס נאר קען אויב דו האסט אויך א טשעיס אקאונט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 5:09 pm
דורך jkup50
איך האב שוין געקעשט אין hsbc אן א אקאנט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 10:06 pm
דורך מיליאנער
איך האב שוין געקעשט אין APPLE און אין TD אהן קיין אקאונט
APPLE האט געבעטן פינף טאללער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 10:37 am
דורך moshele11211
1800-935-9935
1-1-1-
4
021#
021000021#
021000021#
account number#
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 10:45 am
דורך SPUSMN
jkup50 האט געשריבן:וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:נייגעריג בין איך אויב מען קען עס טוהן מיט יעדע באנק?
קענסט פראבירן וועסט נישט באקומען קיין פאטש
ער וועט נישט באקומען א פאטש פונעם באנק, אבער איך האב שוין געהערט אז דער וואס האט אינטערגעשריבען דער טשעק האט געמאכט א ויצעקו, היתכן דער באנק האט אויסגעזאגט
קען אויך זיין אז עס איז נישט קאנסטיטושענעל, און גייט אריין און גדר פון פריווייטע אינפורמעשאן וואס דער באנק האט נישט קיין רעכט ארויסצוגעבען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 12:35 pm
דורך דארפסמאן
געווענטליך זאגען זיי נישט אז עס איז נישט שא קיין געלט נאר זיי זאגען אויב זיי קענען עס קעשן אדער נישט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 12:43 pm
דורך דארפסמאן
אז מען רעדט שוין וועל איך דערציילען א מעשה וואס איז אמת (איך קען דעם יוד), א יוד האט געבארגט פאר א צדקה ארגענעזציע$50,000.00 און זיי האבען אים געגעבען א פאסט דעטעד טשעק פאר אפאר חדשים שפעטער און די טשעק האט פארשטייט זיך געקראכט, אזוי האט ער געטרייט חדשים יעדן טאג און זיי האבען קיינמאל נישט געהאט קיין 50 אלפים, ביז ער איז גיט געווארען מיט א טעללער דארט און באנק. און איינמאל האט זי אים געזאגט אז היינט איז דא איבער 40 אלפים (וואס געווענטליך איז עס כמעט ליידיג) האט דער יוד ציגעלייגט 10 אלפים און געקעשט זיין טשעק (טאקע דערלייגט 10 , אבער געמאכט 40 )און די צדקה ארגענעזציע האט אים געוואלט הארגענען און זיי האבען גארנישט געקענט טיען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 12:59 pm
דורך משה קארנפעלד
דאס איז א פיינער מעשה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:10 pm
דורך שאלת_חכם
דער קאפ שטייט אים אויפן ריכטיגן פלאץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:14 pm
דורך moshele11211
דארפסמאן האט געשריבן:געווענטליך זאגען זיי נישט אז עס איז נישט שא קיין געלט נאר זיי זאגען אויב זיי קענען עס קעשן אדער נישט
אבער אויף די אויבערדערמאנטע נומער זאגן זיי יא, צו יענער האט פאנט'ס אדער נישט פאר דעם טשעק.
----
די מעשה דא קען נאר א איד טוהן יוא האט ער שכל !
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:32 pm
דורך SPUSMN
דארפסמאן, דערפאר דארף מען סיינען א צעטל ווען מען מאכט א גרויסע דיפאזיט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 4:45 pm
דורך אונגארישער
דראפסמאן אזעלעכע אידן וויל איך אויכעט קענען ,דער האט א פיינע גמרא קעפעלע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 5:46 pm
דורך דארפסמאן
SPUSMN האט געשריבן:דארפסמאן, דערפאר דארף מען סיינען א צעטל ווען מען מאכט א גרויסע דיפאזיט
נאר איבער 10 אלפים,און דאס איז נאר פאר די IRS אויב זיי די באנק האט א אודיט