בלאט 1 פון 1
איז טאקע נישטא קיין איין נארמאלע drop shipping company?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 1:02 pm
דורך מר. קליען
וויפיל איך האב שוין געטוהן דערין און געקלעטערט פון איין קאפאני צום צווייטן,האב איך נישט געטראפן קיין איינע וואס זאל מיר כאפן,דהיינו קודם קיינער לאזט דיר נישט אריין אן קיין איינטריט געלט,אויב איז עס טאקע א מעכטיגע קאמפאני טא וואס דארף ער מיין מאה'לע,איך קום דאך מאכן ביזנעס וואס גייט זיך לוינען פאר אים אויכעט,סאמטינג פישי
אויכעט די פרייזן איז נישטא קיינער וואס ביעט איבעי,אויב שוין יא איז די ריוח גוט פאר נעגל וואסער.
ווייסט איינער פון א ריכטיגע גוטע קאפאני?????
ווואס הייסט פאר וואס? נישט קיין חילוק!!! אויב איז עס דראפ שיפפינג, וואס חילוק צו עס איז טאמעטאס צו פריזידער'ס?
ישר כח
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 1:17 pm
דורך טהור-עיניים
איך האב קיינמאל נישט געטון אין דעם, סאו אפשר פרעג איך ווי אן מן הארץ, אבער וואס איז נישט מיט יו פי עס און פעדעקס?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 1:52 pm
דורך leiby
דראפ שיפינג מיינט אז זיי האלטן די סחורה(זייערע סחורה), אין די ליסט עס וויל ווילסט, צו אויף עמעזאן/איבעי צו אפילו דיין אייגענע וועבסייט אין ווען די באקומסט א ארדער שיקסטו פאר זיי די אדרעס פאר וועם זיי דארפן עס ארויסשיקן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 4:16 pm
דורך פאטאקי08
אלעזר לאנדא רודערט א וועלט וועגן אנליין ביזנעס
איך האב שוין דערווייל געזען מער מענטשן דערלייגן די הויזן מיט אנליין ביזנעס ווי מענטשען וואס האבן פארדינט געלט פינטל.
איך ווייס אז סגייט יעצט פליען אייער
בנוגע דראפ שיפינג
מברויך זייער אכטונג געבן אין די זאכען ווייל די אלע קאמפאניעס האבן יעדער זייער וועג ווי אזוי דיר אויסצי'נער'ן און נאכדעם ווען די באקומסט שוין די ביל איז שוין דערנאך
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 4:20 pm
דורך יהיה כן
כ'האב פאר א ציייט צוריק געזוכט אזוינע זאך ווי דראפ שיפינג, אדרבא איך שטעל מיך צו צי די אינפארמאציע זוכער'ס אויף דעם נושא, ווער ס'ווייסט מער בנוגע דראפ שיפינג זאל מוחל זיין אויף שטעלן
פאטקי
אז ס'יז נישט דערווייל נאך נישט געפלויגן אייער אויף דעם אלעזר לאנדא (כ'האב שוין כמ"פ געוואלט ווארפן, כ'האמיך אבער איינגעהאלטן צוליב תקנות הקרעטשמע.....), זעה איך נישט דערווייל עס זאל פליען די אייער אויף דיר, האסטאך גוט געזאגט.....
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 5:10 pm
דורך קרעמער
יהיה כן האט געשריבן:כ'האב פאר א ציייט צוריק געזוכט אזוינע זאך ווי דראפ שיפינג, אדרבא איך שטעל מיך צו צי די אינפארמאציע זוכער'ס אויף דעם נושא, ווער ס'ווייסט מער בנוגע דראפ שיפינג זאל מוחל זיין אויף שטעלן
פאטקי
אז ס'יז נישט דערווייל נאך נישט געפלויגן אייער אויף דעם אלעזר לאנדא (כ'האב שוין כמ"פ געוואלט ווארפן, כ'האמיך אבער איינגעהאלטן צוליב תקנות הקרעטשמע.....), זעה איך נישט דערווייל עס זאל פליען די אייער אויף דיר, האסטאך גוט געזאגט.....
צוויי נעגאטיווס איז געווענליך א פאזעטיוו, אבער וואו קומט פאזעטיווס אין א יהיה-כן תגובה?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 5:15 pm
דורך יהיה כן
אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות.....
ואם אינו ענין לגופו תנהו לענין אחר......
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 6:10 pm
דורך שוועמל
עס איז דא גוטע קאמפאניס, מען דארף האבן די ריכטיגע קאנעקשענס
יעדע ליין האט זיך זיינע פאר גוטע.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 7:32 pm
דורך מיליאנער
שוועמל האט געשריבן:עס איז דא גוטע קאמפאניס, מען דארף האבן די ריכטיגע קאנעקשענס
יעדע ליין האט זיך זיינע פאר גוטע.
נו לאמיר הערן דיין עקספעריענס הייב אהן אויסצופאקן די אינפארמעישאן פליז
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 27, 2010 12:12 am
דורך לאז געמאכט
מיליאנער קיינער פאקט ניש קיין אינפארמאציע סתם אזוי... אלעזר לאנדא קלעימט אז ער טוט דאס און פארדעם רעכנט ער אפאר טאלער. הפנים אומזינסט זאל איינער דאס גיבן?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 27, 2010 1:02 am
דורך מיליאנער
שוין כ'על מוזן גיין צו די גאר וויכטיגע אנליין סעמינאר וכדו', אדער כ'האב א אנדערע עצה כ'גיי מאכן גיטע קאנעקשענס מיט שוועמעל
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 27, 2010 1:58 am
דורך שוועמל
ווען דו האסט ווען שכל, קענסטו ווערן א מיליאנער פון מר. קליען אויכעט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 27, 2010 7:48 am
דורך מיליאנער
אקעי כ'גיי מיך אנהייבן צו אינטערסירן אין די ליין
וועלכע פלעווער מר. קליען איז גיט צו דילען מיט? וועלכע האבן די פוילישע גויטעס מער ליב?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 27, 2010 10:07 am
דורך Yes_or_no
איך האב שוין לאנג געוואלט אויפקלערן אביסל דעם עולם בנוגע אנליין ביזנעס. איך האב אליינס א אנליין ביזנעס און איך ריר נישט צו צו עמעזאן און איבעי
אבער אזוי ווי איך בין נישט קיין שרייבער וועלכעס לאזן פאר אנדערע אבער סכדאי צו וויסן לאז אפ דראפשיפ און לאז אפ עמעזאן און איבעי ס'נישט ווערט
אפשר זאל איך מאכן א סעמינאר ? פשוט אויפצוקלערן ווי שווער עס איז און וואסערע ארבעט מען דארף אריינלייגן?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 12:45 pm
דורך פאקטיש
Yes_or_no האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט אויפקלערן אביסל דעם עולם בנוגע אנליין ביזנעס. איך האב אליינס א אנליין ביזנעס און איך ריר נישט צו צו עמעזאן און איבעי
אבער אזוי ווי איך בין נישט קיין שרייבער וועלכעס לאזן פאר אנדערע אבער סכדאי צו וויסן לאז אפ דראפשיפ און לאז אפ עמעזאן און איבעי ס'נישט ווערט
אפשר זאל איך מאכן א סעמינאר ? פשוט אויפצוקלערן ווי שווער עס איז און וואסערע ארבעט מען דארף אריינלייגן?
קיינער פארלאנגט נישט דא קיין פראפשענאליזים אין שרייבעריי. אז די האסט וואס צו פארקויפן, לייג עס ארויס.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 23, 2011 6:01 pm
דורך שוועמל
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 2:00 pm
דורך מר. קליען
למעשה האב איך געזוכט און געזוכט,און נאך אלס נישט געפונען עפעס א גוטס,איז דא וואס קען מיטטיילן עפעס?
ישר כח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 11:50 am
דורך שנאפס
www.smartwarehousing.comהאט שוין איינער אנגעטראפן אמאל? אויף זייער סייט שרייבן זיי אז זיי ווערהאוזן פאר עמעזאן, וואלמארט, לעגא, און נאך גרויסע קאמפאניס
http://www.smartwarehousing.com/clients.html