בלאט 1 פון 1

אכטונג: באנק אף אמעריקא איז ארויף מיט די חודש'ליכע פרייזן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 20, 2010 4:06 pm
דורך דער קוטשער
אויב צאלט איר מענטינענ'ס פי'ס און באנק אף אמעריקא, קוקט איבער אייער סטעיטמענט אויב איר דארפט נישט מאכן עפעס א טויש, צוליב דעם וואס זיי זענען די לעצטענ'ס ארויף געגאנגען מיט די פרייזן אויף אלע זייערע - אדער כמעט אלע - סארט אקאונט'ס.

רוב מאל קען מען זיך אן עצה געבן אן א פי'ס בכלל, אבער אויב זענט איר געווען ביז היינט פון די וואס האבן אויפגעהאלטן די בענק און יא באצאלט, אפשר איז צייט אריינצוקוקען אין די זאך, און עס אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל, אויב ס'איז אייך מעגליך, און אפילו מ'דארף יא באצאלן, אפשר קען מען באצאלן ביליגער דורך טוישן אקאונט.

מ'קען זיך שפארן אויף די און אנדערע פי'ס אסאאך געלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 20, 2010 11:46 pm
דורך מיליאנער
אויכעט גייען זיי בקרוב אנהייבען צו בעטן א חודשליכע אפצאהל פאר די וואס ווילן באקומען אלט מאדישע פאפירנע סטעיטמעינטס פונעם פאסט טרעגער, בחנם וועט נאר זיין די GO GREEN סטעיטמענטס וואס מען באקומט אין אימעיל, ועוד ועוד נייע טשארדזשעס
איך מיין איך גיי זיכן א נייע באנק

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 1:16 am
דורך שוועמל
נאך גוט אז דו זאגסט מיר.
כ'קלייב מיך יעצט צו עפענען א באנק קאנטע, אזוי איז באנק אף אמעריקע אראפ פון די ליסטע.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 10:59 am
דורך סתם_אזוי
בענק אף אמערקא איז לעצטנס געפערליך. איך האב געסוויטשט צו טשעיס אפאר וואכן צוריק.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 3:40 pm
דורך דער קוטשער
נישט לעצטענ'ס, נאר זענען אלס געווען, נאר יעצט מיט'ן טויש ווערט עס ערגער, ס'נעמט אסאך מאל ווי לאנג מ'כאפט ווי זיי האבן דיך איבערגערעכנט, זיי זענען געפערליכע חברה, און טשארדזשען נאך פאר זאכן וואס בענק האבן שוין אויפגעהערט רעכענען פאר 10 יאר צוריק.

ווי מ'האט שוין גערעדט ערגעץ דא, איז נארמאל פאר ביזנעס און אויך פערסענאל טשעיס די בעסטע באנק, זייער קאסטומער סערוויס צוזאמען מיט זייער אנליין סערוויסעס, שטעלט קיינער נישט אהער.

און ווען מ'רעדט פון בענק אף אמעריקא, ווייס איך נאכנישט וואס די גדולה מיט זיי איז, חוץ פאר איינער וואס מוז זיי האבן פאר סיי וואספארא סיבה, זיי קענען זיך פארשטעקן פאר טשעיס.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 8:02 pm
דורך מיליאנער
גם אני מצטרף להנ"ל אז טשעיס איז די בעסט, הגם זיי האבן אויך לעצטענס ארום געשיקט צעטלעך מיט א גאנצע רייע מיט FEES וואס זיי גייען העכערען, אבער אויב קען מען די סיסטעם קען מען זיך אלץ ארויסדרייען פון רוב פון זיי.
אזוי אויך איז גרינגער צו דיעלן און פארהאנדלען מיט זיי, פאר עקזעמפאל האבעך איינמאהל געוואלט צו מאכן א געוויסע אקאונט פון מיין ווייב צוליב די הויכע און כסדר'דיגע טזשארדזש'ס, אזוי אינמיטן פארהאנדלן צו פארמאכן רופט זיך ער זיך אהן צו מיר אז ער קען מיך WAIVEN די FEE אויפן חשבון אז איך זאל יא לאזן אפן די אקואנט וכך הוה

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 22, 2010 1:22 pm
דורך משה קארנפעלד
איך ווייס נישט פון וועלכע באנק אוו אמעריקא מען רעדט דא אבער ביי מיין באנק אוו אמעריקא בין איך זייער צופרידן.

איבער א יאר צוריק בין איך אוועק פון טשעיס ווייל זיי האבן אנגעהויבן רעכענען א חודש'ליכע פי אבער ביי באנק אוו אמעריקא דארף איך נישט צאלן איך דענק שוין ניטאמאל פארוואס.

און אגב מיין איך אז זייער אסאך בענק גייען יעצט ארויף מיט נייע חודש'ליכע אדער אנדערע פי'ס אריין גערעכענט טשעיס און באנק אוו אמעריקא ווייל די רעגירונג האט שווער געמאכט אווערדרעפט פי'ס אד"ג.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 22, 2010 1:31 pm
דורך פונקטליך