בלאט 1 פון 1

פעיפאל א באנדע גנבים?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 25, 2010 7:53 pm
דורך לאז געמאכט
היינט האביך באזוכט אויף זייער א אנגעזענע סייט אראפצונידערן זייער סאפטוועיר וואס ווערט באנוצט דורך מיליאנען סאפטוועיר דיוואלפער'ס ארום די וועלט, הכלל ביי זיין דאנעישען בלאט שרייבט ער גאר שארפ קייגן פעיפאל אז זיי האבן אים בא'גנב'ט, כ'בין מעתיק צוויי שטיקל'ך:
Nice, they basically stole my money, because I can't withdraw my money anymore.

Little piece of advice: if you have a PayPal account: withdraw all your money now and close your account. If they can make such brain damaged decisions without giving you the slightest chance to apeal it, your PayPal account isn't safe at all and if they need money, they just close your account and keep your money.

כ'בין געווארן נייגעריג צו דאס איז א אויסנאם פאל אדער דאס איז ביי זיי א געווענדליכע זאך, האביך אריינגע'טייפ'ט אין גאגעל סערטש קעסטעל די ווערטער: paypal closed accounts and keeps the money?, די רעזאלטאט'ן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען... גאר אסאך מענטשן באקלאגן זיך אז פעיפאל האלט צוריק דאס געלט פון זיי. איינער שרייבט:
PayPal is extremely shady company... If they don't like something that goes on in your account they'll terminate it and take your money.. I have $1,500 in one of my accounts they closed out 3 yrs ago.. and i'm still fighting to get it back..
I tell my clients use paypal at your own risk.. and if you do.. take your money out IMMEDIATELY
אזוי איז דא אן א שיעור פאסט'ס פון מענטש'ן וואס מאכן א געוואלד.

פונעם צד שכנגד הערט מען נאר אזויפיל אז אנדערע פראסעסער'ס זענען די זעלבע... (אדער יא אדער ניין). אנדערע זאגן אז אפי' עס מאכט זיך אויך ביי אנדערע זעכע זאכן, קעמען מיט זיי פארהאנדל'ן און אויפווייזן, משא"כ פעיפאל כאפט אוועק דאס געלט און לאזט דעם מענטש'ן הענגן.

אלענפאלס איז כדאי צו וויסן די אינפארמאציע אויב איר דילט מיט פעיפאל'ן. צו פארמיידן איבריגע צער און עגמת נפש חלילה.

קוקט למשל דעי סייט א ריזיגע ליסט מיט לשון הרע אויף פעי פאל: http://www.aboutpaypal.org/paypal_also_closed_account

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 25, 2010 10:07 pm
דורך וואדקע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 25, 2010 10:24 pm
דורך לאז געמאכט
פאר די אלע וואס טראכט'ן אדער פרעג'ן וויזוי קען זיין אז עס אינישטא קייגן זיי קיין קלאס עקשאן און געריכט?! מיר אידאס אויך שווער געווען... נאך א קורצע זוכעניש אויף גאגעל שטעלט זיך ארויס אז ס'איז שוין איינמאל דא עקשאן קעגן זיי... זיי האבן שוין באצאלט שווערע טויזענטער און אזעלכע קלעימ'ס, אדרבא מאכט אליין א סערטש אויף גאגעל און צייגט אייך איבער.

אנדערע ווילן פארשטיין פארוואס אזא פירמע כאפט אוועק געלט פון זייערע קליענט'ן, אויף דעם איז די תירוץ פארשידענארטיג,
איינע פון די סיבות איז ווייל פעי פאל ווערט גענוצט אויף זייער ריזקאלישע טראנזאקציע'ס, דאס הייסט מען מאכט א יאזער נעים און פעסווארד און יאלא מען הייבט אן רעכנען און גרויסן (אנדערש ווי געהעריגע פראסעסינג פירמע'ס מאכן א קרעידט טשעק מיט פארשידענע באווארענינג'ן) יעצט וואס טוט זיך אויב עס קומט אריין א טשארטש-בעיק (איינער מאכט א קלעים אז די צאלונג איניש גערעכט)?
אויב האט נאך פעיפאל דאס געלט (זיי פרובירן עס צו האלטן ווי לענגער וועגן די סיבה) פריר'ן זיי איין דאס געלט תיכף ומיד און אויב מען קען אויפווייזן אז עס איז יא לעגעטים דאן באפרייען זיי די פאנדס. (אסאך שרייען אז זיי האנדלען נישט ריכטיג מיט קלעימ'ס און גיבן ענדערש צוריק דאס געלט פאר'ן קונה און פטור אן עסק) דאס איז ווען דאס געלט אידא.
וואס טוט מען אבער אויב די פעיפאל קאנטע איז ליידיג? דאן פרובירן זיי אלע מיטל'ן ארויס צו שלעפן דאס געלט (וואס זיי דארפן עני וועי באצאלן פארן מענטש וואס קלעימט דורך די קרעדיט קארד פירמע).
אויב עס גייט נישט, דאס הייסט אז דער מענטש האט פארמאכט די אקאנט און פערטיג, דאן פרובירן זיי צו דערגיין פאר יעדן פרייז דעם מענטשן'ס נייע פעיפאל אקאנט..... און גיבן עס א פריר אפ, אן קיין שום קראנטע באווייזן אז ס'איז היינו הך,
דא ווערן מענטשן ווילד... ס'טייטש די פריר'סטעך מיך אפ וועגן עפעס א קאנטע וואס די גיסט מיר נישט קיין שום אינפא. דערוועגן...
כ'בין קיין איין מעשה נישט נאכגעגאנגן צו וויסן ווער ס'גערעכט, אבער געריכטן האבן שוין אסאך מאל גע'פסק'נט לטובות די באטרעפענדע קעגן פעיפאל (מיינט אויך נישט אז ז'זענען גערעכט, אבער עפעס זאגט עס).

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 25, 2010 10:41 pm
דורך וואדקע
ווי איך פארשטיי איז אויך זייער שווער צו מאכען א קלעס עקשען ווייל יעדע פאל קען זיין א קעיס פאר זיך פארוואס זיי האבען עס פארשפארט, ס'טייטשט זיי האבען דאך א סיבה פארוואס זיי האבען עס פארשפארט נאר די טענה'סט אז זיי זענען נישט גערעכט נו, קען מען דאך נישט צוזאמשמעלצען אלע קעיסעס וויבאלט זייערע באוויזען זענען באזורט אויף יעדע קעיס באזונדער,

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 26, 2010 12:23 am
דורך imzist
א שאלה צי זיי זענען גנבים? איך עפן יעדע שטיק צייט אויף מיין אקאונט דארט, און סאיז ליידיג!...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 26, 2010 12:27 am
דורך וואדקע
זאג נאר דיין באנק איז דען נישט די זעלבע רויבער?...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 26, 2010 12:30 am
דורך imzist
גערעכט, גערעכט. איך ווייס נאר נישט פארוואס פונקט אויף מיר האבן זיך די רשעים פארלייגט?...

כהאב זייער מורא צי דאס איז נישט עפעס א קנוניא קעגן מיר, ווער ווייסט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 26, 2010 12:38 am
דורך וואדקע
לכאורה עפעס א שלעכט אויג, איך קען דיר מאכן א לחש דערקעגען, דארפט מיר אבער שיקען די געלט פאראויס מיט פעיפאל,
(אריין און שטותים והבלים אשכול)

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 29, 2010 11:46 am
דורך לאז געמאכט
סארי שטותים האט א עקסטערע אפטיילונג. שכח