ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
מאנטאג אוקטובר 11, 2010 10:01 pm
זייער אן אקטועלע טעמע, מען הערט כסדר אינגעלייט טאנצן אריין אין א ביזנעס און מען נעמט א שותף, רוב מאל איז עס א געלט-שותף און צומאל א ארבעטער-שותף. נאך א שטיקל צייט זענען זיי ווידער אויף די נייעס, האסט נישט געהערט? יואב האט זיך מיאוס צעאמפערט מיט מהללאל, יוי סי ממש געגאנגען פעטש דארטן!
טא וואס איז געשען אז פון די צוויי געשוואוירענע פריינט זענען געבליבן א גל של עצמות?
פארוואס האט יואב בכלל גענומען א שותף, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?
דאס איז מעשים בכלל יום, און אפילו לאנג יעריגע שותפים האבן זיך איין שיינעם טאג צעקריגט און צעהרג'ט און אנגעמאכט א משפחה מחלוקה.
טא וואס איז די סוד אין א הצלחה'דיגע שותפות?
ווען זאל א מענטש נעמען א שותף?
וויפיל רעכטן זאל דער שותף האבן?
אויף ווילאנג זאל ער זיין א שותף?
וכו' וכו'.
רבותי לאזט אייך הערן, איך ווייס נישט צי כ'על אנקומען באשרייבן אבער יעדער קען שרייבן זיינע אייגענע צענט.
Advertisement
דינסטאג אוקטובר 12, 2010 6:42 am
ווי האט יענער געזאגט, ביי מיר האט זיך עס אויך אזוי אנגעהויבן
קודם זוכט מען א שטיקל דזשאב ביינאכט
און דערנאך גייט עס צו ביזנעס שותפות
נו שוועמל, זאל עס זיין מיט א באנטש הצלחה
ראשית כל ווען מען זעצט זיך מיט א שותף, ובפרט א גוטע פריינט, מאכט מען זיך א צעטל פריוואט צווישן זיך חוץ די אפיצעלע צעטל, און מען שמועסט זיך אויס און מען פרובירט זיך אונטערצונעמען אז וואס ס'זאל נאר נישט זיין און וויפיל ס'זאל נאר נישט קאסטן, זאל עס אונזער פריינטשאפט נישט קאסטן
וה' יעזור
דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:46 am
א שותפות איז גאר א שווערע ענין און איך האב נישט קיין צייט צו אריינגין דערין. אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן. אכציג פראצענט גרויסע ביזנעסער וואס האבן מצליח געווען האבן געהאט שותפים. איך פערזענליך וואלט נישט גענומען א שותף. און עס ווענדעט זיך אסאך און דיינע מידות בכלל. מען דארף קענען זיך האלטן רואיג און די שווערסטע מינוטן ווען מען פילט ווי מען וויל צורייסן די שותף. ווייל עס איז נישט מעגליך צו האבן א שותף אן זיך ארומקריגן איעדע שטיק צייט. צוויי אידן פיר מיינונגען.
דאנערשטאג אוקטובר 14, 2010 10:16 am
ווי איך ווייס, ברויך מען איינטיילן די אויפגאבעס אינערהאלב די ביזנעס צווישן זיך, A/R, A/P, TECHNICAL WORK, CUSTOMER SERVICE , BOOKKEEPING.
אפמאכן צווישן זיך וואספארא הויכע שטעלע יעדער נעמט געוואנדן לויט די אייגענארטיגע קוואליפיקאציעס, אדורכדעם פארמיידט מען אינעם צוקונפט אמפערייען, ווייל יעדע ענין האט זיין עקזעקעטיוו וואס איז ענטייטעלט צו לאזן הערן די לעצטע דעסיזשען.
און פארשטענדליך אדורכדעם קען מען בענעפעטירן פונעם שותפות, ווייל יעדער ארבעט אויף די ביזנעס מיט זיינע טאלאנטן.
פרייטאג אוקטובר 15, 2010 10:51 am
דשאסט פאר די וויהאסטעס:
ס'איז דא א ביזנעס זיי רופן זיך The Grounds Crew די בעלי בתים דערפון זענען פערצן!.. געשוויסטער!..
זונטאג ינואר 15, 2012 3:13 am
שותף... א ווארט וואס מיינט אסאך, אין ברענגט ארויף געוויסע געדאנקען
ביי געוויסע מיינט שותף,
הילף
געלט
תחלית
פריינטשאפט
א נושא וואס פאר פיל ברענגט עס אבער ארויף,
מחלוקת
דין תורה
פירוד לבבות
שווערע געפילען
גאווה
די אשכול האב איך געפענט אויסצעלופטערען די נושא פון האבן א שותף, די מעלות חסרונות אין וויאזוי מען קען דאס מאכן ארבעטן.
זונטאג ינואר 15, 2012 6:30 am
וואס איז די אפ-טייטש אין די לשון הגמ' דאכציך, קדירה דבי שותפי לא קרירי ולא חמימי ?!?
זונטאג ינואר 15, 2012 9:16 am
ס'איז דא א טייטש אז דאס איז גאר א גוטע זאך, ווייל אזוי ווערט אלעס באלאנסירט.
זונטאג ינואר 15, 2012 9:38 am
זונטאג ינואר 15, 2012 12:03 pm
לאז געמאכט האסט מיר אויסגעכאפט..........
א בחינה פון ועמדו זרים וראו צאנכם....
זונטאג ינואר 15, 2012 12:48 pm
די גאנצע בריאה איז אויסגעשטעלט אויף א שותפות. קיין שום זאך אין די וועלט קען נישט געמאכט ווערן דורך איינעם אליין. דער איין איינציגער וואס האט אלעס אראפגעשטעלט אליין איז דער הייליגע בורא כל עולמים הוא בורא ומנהיג לכל הבריאים והוא לבד"ו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, וואס אנבאלאנגט דעם מענטש מוז אלעס גיין מיט א שותפות.
דערנאך קומט אריין די מידות פונעם מענטש, א מענטש מיט שווערע מידות וועט זיך שווער פארטראגן מיט א שותף, און דאס איז דער עיקר שוועריקייט פון א שווערע מענטש, נעמליך אז ביי יעדן טריט אין לעבן קלאפט ער זיך אן מיט זיינע שווערער מידות. והחוש מעיד על כך.
זונטאג ינואר 15, 2012 4:04 pm
יא צומאל איז עס שווערע מידות וואס מאכן א שותפות גיין קראכן, אבער צומאל איז עס צוויי מענטשען מיט קעגנזייטיגע נאטורן וואס זעהן זאכן גענצליך אנדערש אין וואס איינער זעט ווייס זעט דער אנדערער ווייס אין אזוי אויך פארקערט.
אבער לכאורה דארף מען קערעקטערייזען ווי עס קומט ארויס די דיפערענצן.
צומאל אויף שטותים ווי למשל ווי מען זאל זיצן וויאזוי די מעסידש זאל אויף הייבן אד״ג.
אויב אריינגיין אין א שותפות דארף מען זיין גרייט אוועקצוגעבן האלב באקוועמליכקייט פארן צווייטן ווי למשל סטים עיר קאנדישען פלאץ, עס זעט אויס ווי קינדערישע זאכן און יעדער זאגט צו זיך איך??? נעה איך וואלט מיך קיינמאל געשלאגן מיט א שותוף אויף אפאר דעגריס ארויף אדער אראפ, אהובי ידידי גדולים וטובים ממך גרויסע ביזנעס לייט האבן זיך שוין צושלאגען אויף שטותים אין דערביי דערלייגט שווערע געלטער.
איז אויף זאכן וואס האט צוטאן מיט מענטשליכע באקוועמליכקייט דארף מען זיין גרייט אוועקצוגעבן מער ווי האלב, און אויב קענט איר נישט דאן שטייט ווייט פון א שותף כרחוק ממזרח למערב.
יעצט קום איך אן צו זאכן וואס זענען נוגע צו ביזנעס ענינים
דא ווערט עס קאמפלעצירט.
ווען געט מען אויף א צד אויף א ביזנעס דעזישען אין ווען נישט...
זונטאג ינואר 15, 2012 5:21 pm
דאס וויכטיגסטע איז 1) קלארקייט, 2) אראפגעשריבן, וואס טו איך און וואס דו וכו'
זונטאג ינואר 15, 2012 8:03 pm
וואס טו איך און וואס טוסט די ווען די ביזנעס ראנט,
און וואס נעם איך און וואס נעמסטו ווען מ'צוטיילט זיך.