ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
זונטאג אוקטובר 10, 2010 4:00 pm
איך האב פארברענגט מיט די בעל הבית פון Coffee Circle און ער זאגט מיר ער קען ביישטיין צו וויסן וואס דער עולם האלט.
איז עס א געשמאקע פלאץ?
גוטע פרייזן?
גרינג צו טרעפן וואס מען דארף?
די סערוויס ?
די אויסוואל פון עסן?
די קוואליטעיט פון די עסן?
און צום מערסטענס וואסערע איינדרוק מאכט עס? וועסטו צוריקקומען נאכאמאל?
און וואס האלטסטו קען מען טוישן צו זיין בעסער?
ער וויל עס באמת וויסן איז בעט איך פון ווער עס איז שוין דארט געווען זאל זיך לאזן הערן וויאזוי ער איז צופרידן געווען.
Advertisement
זונטאג אוקטובר 10, 2010 5:00 pm
איך מיין זיין גרעסטע פראבלעם איז אז 99% מענטשן ווייסן נישט בכלל פון אזא געשעפט.
זונטאג אוקטובר 10, 2010 5:39 pm
קען זיין, אבער זונטאג אקטאבער 10 אום 5:00 מיטאג האט זיך דאס אלעס געביטן.
זונטאג אוקטובר 10, 2010 6:02 pm
איך פערזענליך האב שטארק הנאה געהאט פונעם פלאץ. [פארשטייט זיך אז אן ערנסטער יונגערמאן מאכט זיכער נישט זיך זעצן דארט אין צייט פון לאנטש ווען פרויען סעקרעטערי'ס פון די געגנט נוצן אויס זייער פרייע צייט, זיי מעגן עס אויסנוצן פונקט ווי איך], אבער אין אלגעמיין איז עס א מענעריש פלאץ, ועל כולם די עסן איז גוט, דער בעה"ב זעהט נישט אויס צו זיין א אויפגעבלאזענער, נאר זייער א גוטער מענטש,
איך קען אייך איבער זאגן א ווארט פון א שטענדיגע קאסטומער פון דארט, איך האב איהם געפרעגט זיין מיינונג איבער דעם רעסטאראנט אין פארגלייך צו אן אנדערע געלונגענעם רעסטאראנט, האט ער געזאגט: דארט איז קוואנטיטי דא איז קוואליטי, איך מיין עס איז א גוטע קאמפלימענט פארן בעה"ב.
זונטאג אוקטובר 10, 2010 6:40 pm
ווי אויפן כדור געפינט זיך דאס געשעפט און וואס פארקויפט ער?
זונטאג אוקטובר 10, 2010 6:50 pm
זונטאג אוקטובר 10, 2010 6:59 pm
שכוח פאר די אלע וואס האבן געענטפערט. ביזדערווייל זעה איך אז זיין גרעסטע פראבלעם איז אז ער האט נישט אדווערטייזט וואס דאס איז די אלף בית פון איעדע ביזנעס כל שכן אז ער איז שוין אפען אפאר חדשים און רוב עולם ווייסט ניטאמאל אז עס איז דא אזא סטאר.
זונטאג אוקטובר 10, 2010 8:01 pm
איך בין געווען זיכער אז מען רעדט דא פון א נייע מעכטיגע לאגא...
בלויזע קאפי? די קאפי אין מירטל ביהמ"ד פון די מאשין איז די בעסטע וואס כ'אב אימער געהאט!
אויך די ביליגסטע בלויז $0.50 (וואו די "סענט" סימבאל?)
זונטאג אוקטובר 10, 2010 8:36 pm
שוועמל וואס איז שלעכט מיט די קאפי וואס ווערט אלעמאל צוגעשטעלט אומזיסט (נישט די ניק.... וועא"מ)
זונטאג אוקטובר 10, 2010 11:18 pm
בחינם קריגט מען כנים, זיי אויפריכטיג (יא די ניק...)
די אומזיסטע קאפי איז נישט גוט כפשוטו.
זיי טועם איין מאל פון יענע וועסטו וויסן וואס איך מיין.
מאנטאג אוקטובר 11, 2010 12:56 pm
Yes_or_no האט געשריבן:איז עס א געשמאקע פלאץ? יא
גוטע פרייזן? איך ווייס נישט. איך קוק געווענליך נישט אויף קיין פרייזן.
גרינג צו טרעפן וואס מען דארף? יא.
די סערוויס ? זייער זייער גוט.
די אויסוואל פון עסן? קען זיין בעסער.
די קוואליטעיט פון די עסן? גוט.
און צום מערסטענס וואסערע איינדרוק מאכט עס? וועסטו צוריקקומען נאכאמאל? זייער א גוטע איינדרוק! די בעה"ב איז א באטעמטע מענטש. און, יא! איך וועל נאכאמאל צוריקגיין!!
און וואס האלטסטו קען מען טוישן צו זיין בעסער?
מאנטאג אוקטובר 11, 2010 7:06 pm
א פיין פלאץ.
זייער שיין און ארטיסטיש געבויעט. די בעל הבית איז א פריינטליכער.
בקיצור אלע מעלות וואס א עסן פלאץ דארף האבן.
מאנטאג אוקטובר 11, 2010 9:50 pm
היינט דורכגעפארן, קוקט אויס זייער שיין פונדרויסן,
די לאגא איז נאכגעמאכט עטוואס פון סטארבאקס.
מאנטאג אוקטובר 11, 2010 10:49 pm
איך זעה אז די ווילסט הערן די מעלות און אויך וואס ער קען פארבעסערן.
איז אזוי
איז עס א געשמאקע פלאץ? יא
גוטע פרייזן? קלאר אז יא.
גרינג צו טרעפן וואס מען דארף? ניין האט נישט קיין שום צעטיל אדער סיין מיט א אויסוואל סאו וויאזוי קען איך וויסן וואס זיי האבן?.
די סערוויס ? גוט פון די בעה"ב שלעכט פון איין גוי
די אויסוואל פון עסן? קען זיין היפש בעסער.
די קוואליטעיט פון די עסן? גוט.
און צום מערסטענס וואסערע איינדרוק מאכט עס? וועסטו צוריקקומען נאכאמאל? זייער א גוטע איינדרוק. יא! איך וועל נאכאמאל צוריקגיין (איך בין דארט כמעט יעדן טאג)
און וואס האלטסטו קען מען טוישן צו זיין בעסער ?
לאזן וויסן זיין אויסוואל.
מער דרינקס.
און די קאפי מעג זיין בעסער. ער הייסט דאך אזוי!
און רעדי סענדוויטש'ס זייער וויכטיג.
דינסטאג אוקטובר 12, 2010 12:14 pm
איך בין נאכקיינמאל נישט דארט געווען נאר איך פאר דורך זייער אסאך און איך האב מיטגעהאלטן ווי מען בויט עס, און עס און זייער א פארשטיפטע געגענט (טאטע אסאך ביזנעסער אבער עס איז נישט קיין פלאץ ווי מען גייט דורך) ... מיין בנ"ב איז שוין דארט געווען אפאר מאל און זי האט זייער הנאה געהאט סיי פון די עסן און סיי פון די סערווערס
זונטאג אוקטובר 17, 2010 11:44 am
ווער איז דער בעה"ב פון קאפי סירקל?
זונטאג אוקטובר 17, 2010 1:51 pm
כ'זע ער האט שוין פארקלעבט פלאקאטן אויף די ניי וויליאמסבורגער גאסן.
זונטאג אוקטובר 17, 2010 3:58 pm
וואלט מיר איינער אויסגעזאגט ווי דער סטאר שטייט?
זונטאג אוקטובר 17, 2010 4:19 pm
777 קענט עוו
זונטאג אוקטובר 17, 2010 4:20 pm
שכח
מאנטאג אוקטובר 25, 2010 10:49 pm
Coffee Circle, your food is awesome, specially your sushi!
דינסטאג אוקטובר 26, 2010 9:00 am
נישט געווען צופיל.
אבער די פאר מאל, איז די עסן & סערוויס געווען אויפן העכסטן סטאנדארט.
דינסטאג אוקטובר 26, 2010 10:04 am
זאלעך שרייבן מיין עקספיריענס?
אקעי... ווי נאר איך האב געזעהן דעם אשכול, האב איך באשלאסן אז איך גיי עס אויסטשעקן.
די נעקסטע טאג, (אדער א טאג צוויי שפעטער) האבעך אריינשפאצירט אין די סטאר, ס'נישט געווען פול, אבער נישט ליידיג, ביז ממש א סעקונדע פרעגט מיך איינער וואס קענעך דיר געבן, איך זאג עם איך דארף א טונא סענדוויטש.
יא! איך מאך דיר שוין, איין מינוט... אינצווישן האט יענער גענומען א ראלל, ער פרעגט מיך: ווילסט עס טאוסטן? איך זאג עם: יא! ער פרעגט ווייטער: וואס דארפסטו אויף דעם סענדוויטש? איך זאג עם: (מיט א געמאכטע תמימות) א טונא סענדוויטש! ער ענטפערט: דאס ווייסעך, אבער וואס דארפסטו אויף דעם? זאגעכעם: וואס דו ווילסט... וואס איך וויל? פרעגטער. זאגעכעם: יא! מאך די בעסטע טונא סענדוויטש וואס דו קענסט...
איינער האט סינגל'ס? פרעגט דער יעניגער וואס האט מיך געהאלטן אינמיטן סערווען, (ווי לאנג די ראלל איז געווען אין טאוסטער) ווען קיינער האצעך נישט אנגערופן זאג איך עם: הער אויס, איך האב 4 סינגלס, אויב איז עס גענוג צו צאלן פאר מיין טונא סענדוויטש געב איך דיר עס יעצט! זאגט ער מיר: א סענדוויטש קאסט 4.50, אז כעל נישט האבן קיין טשעינדזש ביז דו וועסט זיין פארטיג, וועטעס זיין גוט אזוי...
און ער איז פארשווינדן געווארן...
א צווייטער פרעגט: וועמענס איז די טאסטעד ראלל דא? איך זאגעם אז ס'איז מיינס... איך גיי נישט איבערגיין די גאנצע מעשה, אבער די שפיהל איז געווען ס'זעלבע, ס'איז געבליבן אז איך דארף די בעסטע טונא סענדוויטש וואס ער קען מאכן!
אינצווישן איז דער ערשטער אריין און ארויס, און כאב געמאכט זיכער אז ער גיבט איבער אז איך האב שוין געגעבן 4 דאללער און מיין סענדוויטש איז גרייט, אבער טשעינדזש האטער נישט...
איך האב נישט געוואלט זיין קיין ... האבעך עם געזאגט (לייגט צו קאפ!) אז איך גיי נעמען נאך זאכן פאר די ווערד אז ווען איך געב עם א צעינער זאלער מיר קענען געבן טשעינדזש א פינעווער... ער האט מיר געאפערט אפאר זאכן, למעשה האבעך גענומען 3 שטיקלעך גארליק ברויט וואס קאסט א דאללער, און נאך 3 קענס "סיגרעמס" סעלצער, אינאיינעם איז מיין ארדער געווארן 8.50, פיר האטער שוין געהאט, האב איך געדארפט צוגעבן נאך 4.50, האבעכעם געגעבן א צעינער, האטער מיר געדארפט געבן טשעינדזש א פינעווער, און פיפציג סענט.
(למעשה האטעם געדויערט 5 מינוט צו מאכן דעם חשבון, און זעהענדיג אז ער איז גוט צומישט, און ער קומט נישט ארויס מיט די ריכטיגע נאמבער האטער מיר געזאגט: זאג מיר וואס איך דארף דיר געבן און איך גיב דיר, וכך הוי...)
אינדרויסן האבעך געטראפן דעם ערשטן ארומלויפן זוכן סינגלס...
למעשה איז די גארליק ברויט נישט געווען אין מויל צו נעמען, אבער די טונא סענדוויטש איז געווען עפעס מורא'דיג!!! זייער גוט געווען, און מער פון אלעם, די וואס קענען "סיגרעמס סעלצער" ווייסן אז ס'קומט אן פון די קאמפאני זייער שמוציג, און ער האטעס געהאט אפגעוואשן, די קענס סעלצער וואס איך האב געהאט איז געווען זייער זייער זויבער!
מיין ס"ה, די סטאר איז זייער שיין, זייער קלין, און פרייזן מיינעך איז אקעי. אבער ער איז נאך נישט אהערגעשטעלט מיט א סיסטעם, למשל אנגרייטן טשעינדזש איז ממש אלף בית פון יעדן נארמאלן סטאר, ובפרט א רעסטוראנט ווי זאכן גייען אויפן קוואדער און דאללער.
ווי אויך אז איינער (וואס קען רעכענען) זאל נעמען געלט און די אנדערע מענטשן זאלן סערווען. נישט אז איך זאל דארפן איבערזאגן פאר צוויי אירע וואס איך דארף.
א בעסערע סעלעקשן וואלט נישט געשאדט.
פארבעסערן די גארליק ברויט...
און שטייצעך מער עדוויטייזן.
צו איך וועל צוריקגיין? לכוראה יא, איך וועל צוריקגיין נאך א שטיק צייט זעהן צו זאכן האבן זיך געטוישט.
יויש... מיין מגילה איז שוין אזוי לאנג, ער גייט גראד וויסן ווער איך בין...
דינסטאג אוקטובר 26, 2010 10:08 am
און אז דו גיבסט עם שוין יא איבער, זאגעם אז איינער האט מיר פארציילט אז ער איז אריינגעקומען דארט, ס'געווען א שיינע ליין, און די צוויי יודן וואס זענען דארט געשטאנען האבן איבערגעפרעגט יעדע מינוט: "איינער וויל באצאלן?!!" "איינער וויל באצאלן?!!"... ער זאגט אז אנשטאטס פרעגן ווער ס'וויל צאלן, זאל ער פרעגן וואס מ'דארף. (אדער עט ליסט איינער זאל נעמען געלט אבער די אנדערע זאלן סערווען.) נישט נאר זיין ביזי "ווער וויל צאלן"...
ביי מיר איז נישט אזוי געווען, אבער אזוי האט מיר איינער געזאגט.
מיטוואך ינואר 19, 2011 1:54 pm
where is this store?