בלאט 1 פון 1

מיט וואס איז עמעזאן אנדערש ווי איבעי - פאר פארקויפערס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 06, 2010 4:16 pm
דורך גרויזאמער
וואו לוינט זיך ענדערש צו פארקויפן פראדוקטן? האט עמעזאן אן אנדערע סיסטעם ווי איביעי וויאזוי צו פארקויפן זאכן? (איך רעד נישט פון די פשוטע חילוק אז איבעי איז ליצטאציעס און עמעזאן קען מען סתם פארקויפן).

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 06, 2010 4:26 pm
דורך יהיה כן
לפי מיין עקספיריענס וואלט איך מציע געווען ענדערש עמעזאן ווי איבעי
די סיבות ווי פאלגנד

1) איבעי געווענדליך געט דעם אויסזעהן אז דיין אייטעם איז שוואכע סחורה והא ראיה פארקויפסט עס אויף איבעי...
2) ביי איבעי גייט אראפ אסאך זייטיגע פי'ס וואס מען כאפט זיך נישט (יעדע קליינע טשעינזש אין די ליסטינג טשארשזען זיי נאך געלט) משא"כ עמעזאן איז געבעיסט אויף א פיקסד טשארזש
3) והוא העיקר, ביי איבעי קען מען נישט האלטן קיין זאכן צום פארקויפן פאר צי לאנג, נארמאלערהייט איז פאר דרייסיג טעג, ווי לענגער מען וויל עס האלטן קאסט עס מער, משא"כ עמעזאן ליגט דער אייטעם לעולם דאוויד פאר די זעלבע פרייז

ס'קען זיין אז איך בין מיך טועה, אבער אזוי האב איך מיך איבערצייגט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 06, 2010 4:38 pm
דורך שוועמל
לאמיר נישט רעדן פון די פי'ס.

די עיקר פאר א סעללער צו וויסן איז, וואסערע סארט אייטעם ער האט און וועלכע סארט קלייענטעל איז אינטערסירט אין זיין אייטעם און לויט דעם זאל ער עס ליסטן אויף איבעי, עמעזאן צי גאר א אייגענע סייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 06, 2010 4:42 pm
דורך גרויזאמער
פון אישי:


ביידע האבן היינט די געהעריגע וועג פין פארקויפן אן ליציטאציע, פין אייגענע עקספיריענס האב איך געזעהן אז געוויסע זאכן גייען ביי עמעזאן אין געוויסע זאכן ביי איבעי, אן קיין שום סיבה פארוואס,
נאך איין גרויסע חילוק, ביי איבעי דארפסטו ליסטען יעדע אייטעם עקסטער ארויפלייגן די גאנצע אינפארמעישאן, משא"כ ביי עמעזאן איז שוין כמעט דא יעדע מין אייטעם אין די קענסט נאר צולייגן אז די האסט עס אויך, אבער די אינפארמעישאן קענסטו נישט שרייבן אין אדרבה אויב לייגסטו עס נאכאמאל ארויף קענען זיי דיר ארויסווארפן,
זיי זענען סאך שטרענגער ווי איבעי,
ביי איבעי קומסטו ארויף העכער לויט דיינע רעיטס, ביי עמעזאן ביסטו די ערשטע נאר אויב די האסט די ביליגסטע אין דאס סדר פין די אויסשטעל, זיי האבן נאר 2 קאטאגאריעס אין דעם, דאס הייסט
פיטשערד אין די נייע סעלערס
נאך א זאך ביי עמעזאן קען מען זעהן ווי גוט די אייטעם גייט,

נאך עפעס שווער?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 06, 2010 4:45 pm
דורך שוועמל
גרויזאמער האט געשריבן:פון אישי:


ביי איבעי קומסטו ארויף העכער לויט דיינע רעיטס, ביי עמעזאן ביסטו די ערשטע נאר אויב די האסט די ביליגסטע אין דאס סדר פין די אויסשטעל, זיי האבן נאר 2 קאטאגאריעס אין דעם, דאס הייסט
פיטשערד אין די נייע סעלערס
נאך א זאך ביי עמעזאן קען מען זעהן ווי גוט די אייטעם גייט,

נאך עפעס שווער?

נישט אזוי זיכער אז די ביליגסטע קומט ארויף, געווענליך קומט ארויף די "עדד טו קארט" אויף די רעכטע זייט ביים פיעטשורד סעללער, כאטש אונטן שטייט "עוועילעבל פראם 24 סעללערס" אויף וואס ווייניג מענטשן קליקן, סא די קינץ איז צו באקומען דעם "עדד טו קארט באטטאן" וועט מען קויפן פון דיר גלייך.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 06, 2010 4:47 pm
דורך יהיה כן
גרויזאמער האט געשריבן:פון אישי:


נאך א זאך ביי עמעזאן קען מען זעהן ווי גוט די אייטעם גייט,



אי בעי האט דאס אויך (עכ"פ מען קען עס נוצן צו זעהן ווי ווייט די דימענד פאר די אייטעם איז)
דורך Advanced search\Complete listings

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 8:23 am
דורך צום זאך
כ'קויף סייווי מער נישט דיינע שמאנצעס אפגעזעהן ווי זאלסט עס נאר נישט וועלן פארקויפן, איבעי עמעזאן צי פארנט פון שומרי שבת שוהל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 8:24 am
דורך גרויזאמער
נאכאמאל פון אישי:


שוועמל האט געשריבן: נישט אזוי זיכער אז די ביליגסטע קומט ארויף, געווענליך קומט ארויף די "עדד טו קארט" אויף די רעכטע זייט ביים פיעטשורד סעללער, כאטש אונטן שטייט "עוועילעבל פראם 24 סעללערס" אויף וואס ווייניג מענטשן קליקן, סא די קינץ איז צו באקומען דעם "עדד טו קארט באטטאן" וועט מען קויפן פון דיר גלייך.


האב איך דאך געשריבן

זיי האבן נאר 2 קאטאגאריעס אין דעם, דאס הייסטפיטשערד אין די נייע סעלערס


אויב ביסטו פיטשערד אין די ביסט די ביליגסטע פין די פיטשערד קומסטו יא ארויף אין די ביי באקס,
נאר צו ווערן פיטעשרד איז נישט דא קיין כלל, ס'ווענד זיך אין זיי, איך בין געווארן ווען מיין אייטעם איז געליגן פאר איבער 4 חדשים, מ'ווערט אבער נאר פיטשערד אין די קאטאגאריע וואס דיין אייטעם איז, למשל עלעקטראניקס, טויס, וכדו'
אינטער די פיטשערד הייבט זיך אן א פרישע ליסט פין די נישט פיטשערד,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 1:07 pm
דורך Yes_or_no
קיין איינס איז נישט גוט. אבער איבעי איז ערגער און אלע הינזיכטן.

אויב די פלאנסט ערנסט צו פארקויפן אנליין מאך אויף א אייגענע וועבסייט. עס איז טאקע הונדרעט מאל שווערער אבער און מיינע אויגן איז דאס פון די בעסטע וועגן מצליח צו זיין אונליין.

אסאך הצלחה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 1:11 pm
דורך שוועמל
טעות מוחלט

עס איז נישט קיין כלל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 2:39 pm
דורך leiby
שוועמל האט געשריבן:טעות מוחלט

עס איז נישט קיין כלל


ג"א מצטרף (פין עקספיריענס)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 2:50 pm
דורך גרויזאמער
געפונען א דעטאלירטע ווידיאו וואס איז מסביר פון אנהייב וויאזוי מען פארקויפט זאכן אויף עמעזאן.

https://amazonservices.s3.amazonaws.com ... _page.html

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:15 pm
דורך אונגארישער
יהי כן כתב
איבעי געווענדליך געט דעם אויסזעהן אז דיין אייטעם איז שוואכע סחורה והא ראיה פארקויפסט עס אויף איבעי...

נישט ריכטיג , די כלל איז ווי שוועמעל שרייבט סווענט זיך וואס אין פארוועם
איך פאקויף א געוויסע אייטעם אויף איבעי פאר אסאך אסאך מער ווי אין די ריטעל סטארס

YES OR NO
כווייס נישט וואס די פארקויפסט אבער 99% איז עס נישט גיט , סקאסט אסאך געלט צי פראמאטן, אין הערשט זעט דיר קיינער נישט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:35 pm
דורך פאקטיש
Yes_or_no האט געשריבן:קיין איינס איז נישט גוט. אבער איבעי איז ערגער און אלע הינזיכטן.

אויב די פלאנסט ערנסט צו פארקויפן אנליין מאך אויף א אייגענע וועבסייט. עס איז טאקע הונדרעט מאל שווערער אבער און מיינע אויגן איז דאס פון די בעסטע וועגן מצליח צו זיין אונליין.

אסאך הצלחה

מ'קען ביטער ארויפצאלן מיט אדווערטייזינג אז מזאל קענען ארויף פאפן גענוג פארענט ביי די סירסש פלעצער. אסאך האבן זיך אפגעבריעט פון קליקערליך מיט שמיקעלעך וואס גאגעל מיט אנדערע גוטע קאמפאניס זענען דיר מהנה. אויף די וועב איז אדווערטייזינג די שטערקסטע אישו