Advertisement

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ווייסט פון עפעס א דזאב וואס איז גוט פאר מיר?

מאנטאג אוקטובר 04, 2010 7:54 pm

לעצטענס האט זיך געמאכט אינגעלייט פרעגן מיך די קשיא וואס ענטפער איך זיי?

מען רעדט געוויינליך פון יונגעלייט וואס לערנען נאך אין כולל זיי קענען פיין טרינקן קאווע... האבן ניש די מינדעסטע אנונג וואס א שטייגער אויף דיזען וועלט טוט'צעך. קאמפיוטער קענען מאן דכר שמי'...

הכלל וואס טו איך דא? געווענליך זאגיך א פלענע ניין כ'ווייסניש און פערטיג. יעצט אבער האנדעלט זיך עס פון א גוטע חבר און כ'וויל אים באמת העלפן כ'האב אבער נישט די מינדעסטע איידיע וואס אים צו ראט'ן.

בי עני עדזש פאטא... איניש קיין אפשען. וואס יא?

מלפנים האביך אמאל גע'עצה'ט א יונגערמאן זאל נעמען א קורס אין בעסיק קאמפיוטער'ס, ער האט עס געטאן געצאלט זעקס מאות, כ'ציטער צו כ'האב נישט עובר געווען אויף יעצנו רע. ער האט דערווייל נישט זוכה געווען צו קיין נארמאלע דזאב און וואס ער האט יא וואלט ער געקענט האבן אן די גרויסע הוצאה.

אוואדי זענען די שיעורים גוט פאר עמיציר וואס דארף עס האבן אויף זיין דזאב אדער ער האט די פאר טאלער פארדעם. אבער דעם יונגערמאן האט עס נישט אויפגעראכטן...

הגם מ'קען זאגן אז דאס איז השתדלות וואס א מענטש קען טון, אפגעזען וואס די רעזאלטס זענען. כ'ווייס אסאך מענטשן וואס האבן זיך געלערנט איין זאך און זייער פרנסה קומט פון א אנדערע זאך, דאך איזעס אבער א טייערע השדתלות ווער זאגט דאס פארלאנגט מען פון אים?!

ער האט נישט קיין לייסענס צו דרייווען א קאר באס אדער טרעילער סא דעס איז אויך דערווייל נישט קיין אפשען.

איך האב געטראכט פון אפאר זאכן אבער מען דארף נאך אולי וועט כאטש איינס עפעס ווערן והי' שכרי.

מלמד (ווילער ניש)
מוסד (קען זיין גוט, אבער קאמפיוטער קענער ניש)
שטיין אין א געוועלב רעכענן (ווילער ניש)
שלעפן באקסעס און א ווערהאוז (ניש קיין בעל כח)
שרייבן אויף אייוועלט (מען צאלט גוט דא?) (קודם זאלער וויסן וואס דאס מיינט נעט נאכדעם וועט ער מעגליך פארשטיין וואס אידאס אייוועלט)
אויסגראדן באנאנעס (?)

ערענסט גערעדט האט איר עפעס א גוטע איידיע?

Advertisement

מאנטאג אוקטובר 04, 2010 10:46 pm

יוי, כ'אב מיך שוין דערשראקן אז "דו" זוכסט מיר א זשאב..

מאנטאג אוקטובר 04, 2010 10:53 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
בי עני עדזש פאטא... איניש קיין אפשען


פארוואס נישט?

מאנטאג אוקטובר 04, 2010 11:04 pm

ער וויל ניש אין מאנהעטן. אפשר טאקע אין די ווערהויז אין נעווי יארד? וואס דארף מען קענען דארט צו ארבעטן?

מאנטאג אוקטובר 04, 2010 11:19 pm

קודם זאל ער זיין זיכער אז ער זוכט א דזשאב...

כ'מיין צו זאגן וואס ווילער יא? נישט קיין קאמפיוטער, נישט קיין מאנהעטן, נישט קיין שלעפן, נישט קיין דרייוון, נישט קיין מלמד... אההה, אפשר א כולל יונגערמאן?

מאנטאג אוקטובר 04, 2010 11:32 pm

א מענטש דארף אננעמען אזא סארט זשאב וואס ער שפירט אז זיין קערפער טויג דערצו בטבע און האט דערפון א הנאה.

למשל אויב גלייכט ער צו באקן זאל ער גיין ארבעטן אין א בעקעריי,
גלייכט ער צו זינגען זאל ער זיך איינשרייבן ביי המזמרים\שירה,
גלייכט ער צו שפילן זאל ער ווערן א שפילער ביי שמחה ארקעסטרא,
גלייכט ער צו בויען זאל ער ווערן א הענדי מען, וכו ' וכו'.

נאר אזוי קען מען מצליח זיין.

אויב טויג ער צו גארנישט און האט נישט קיין באזונדערע חושים\אייגענשאפטן, זאל ער נעמען יעדע זשאב מכל הבא לידו, ער וועט זיך עווענטועל דערלערנען זיין פאך, אבער א ספק צי ער וועט הנאה האבן דערפון און קריגן סיפוק הנפש.

הצלחה

דינסטאג אוקטובר 05, 2010 12:34 am

איך האב לעצטענ'ס געענפערט פאר א יונגערמאן אזוי ווי שוועמל שרייבט,

קודם נעם אן וואס ס'קומט דיר אונטער, און נאך א 2 יאר אויב ס'פעלט אויס, קענסטע נאכמאל עוועליועטן צו וואס א אנדערע זאך קענסט גיין,
ווייסט שוין וואס די האסט ליעב, קענסט שוין עפעס, ביזט שוין עפעס ווערט, אזוי ווייטער.

אבער צווישן א מלמד און א אפיס ארבעטער אדער א סעיל'ס פערסאן וכדומה, איז פאלג מיר א גאנג, ער דארף וויסן אויב ער איז געמאכט פאר דעם אדער די אנדערע פאר ער זוכט עפעס, א קאמפיוטער איז נישט קיין קינד, און א קינד איז נישט קיין קאמפיוטער..

דינסטאג אוקטובר 05, 2010 12:19 pm

וואס איז אים טאקע שלעכט אין כולל?

דינסטאג אוקטובר 05, 2010 12:47 pm

שוועמל האט געשריבן:יוי, כ'אב מיך שוין דערשראקן אז "דו" זוכסט מיר א זשאב..


איך האב עס אויך געפענט מיט א איינגעהאלטענם אטעם...

---

איך האב טאקע ממש היינט באקומען פון א נאנטן א טעקסט מעסעדזש אז ער זיכט דרינגענד א דזשאב. ער האט אויך בערך די זעלבע קוואליפיקאציעס. (די ווייב וויל נישט צוריקגיין צו די ארבעט נאכן געבורט פון ערשטן קינד).

דינסטאג אוקטובר 05, 2010 12:50 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:ער וויל ניש אין מאנהעטן. אפשר טאקע אין די ווערהויז אין נעווי יארד? וואס דארף מען קענען דארט צו ארבעטן?


מען דארף גארנישט ספציעל קענען ביי B&H און די נעווי יארד, מען דארף נאר זיין רעדי צו ארבעטן

דינסטאג אוקטובר 05, 2010 12:55 pm

דא איז פארהאן נאך א שטארקע פראבלעם ביים זוכן אן ארבעט, דאס איז די נאמען וד"ל.

דער עולם געניסט פון שטאטישע בענעפיטן און אפילו ס'קומט שוין יא אונטער א גוטע זשאב האלט מען זיך אבער צוריק צוליב דעם.
מען דארף רעכענען שכרה כנגד הפסידה, איך קען נישט אריינרעדן ווייל דערווייל בין איך אויך א נוגע בדבר דורך געניסן פון די זאכן.

עס דארף אן ערענסטן שיקול הדעת.

דינסטאג אוקטובר 05, 2010 11:15 pm

עס איז דא א שטארקע פארלאנג אין די פעלד פון טייפסעטינג, מען דארף קוים האבן נעט, אפשר אימעיל, מען דארף אבער קענען שנעל טייפן.

דינסטאג אוקטובר 05, 2010 11:46 pm

יעדע דבר יום ביומו בכל שם וחניכא דאית לי' האט איינער וואס איז וויליג צו טייפן כתבי ידות, דרשות, חידושי תורה וכו' וכו', איז נאך אלס דא א שטארקע פארלאנג דערפאר ?

דינסטאג אוקטובר 05, 2010 11:54 pm

קרעמער האט געשריבן:עס איז דא א שטארקע פארלאנג אין די פעלד פון טייפסעטינג, מען דארף קוים האבן נעט, אפשר אימעיל, מען דארף אבער קענען שנעל טייפן.


איך זוף פערצופאל אזא זאך. וואס איז די אדרעס פון דעם שטארקן פארלאנג?

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 9:25 am

דארפסמאן האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:ער וויל ניש אין מאנהעטן. אפשר טאקע אין די ווערהויז אין נעווי יארד? וואס דארף מען קענען דארט צו ארבעטן?


מען דארף גארנישט ספציעל קענען ביי B&H און די נעווי יארד, מען דארף נאר זיין רעדי צו ארבעטן


און אראפצוגיין פון אלע פיי סאמעך און פרק ח' (אדער חלק ח') מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים, דארט קעמען ארבעטן נאר עכט אויף די ביכער......

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 9:28 am

שוועמל האט געשריבן:דא איז פארהאן נאך א שטארקע פראבלעם ביים זוכן אן ארבעט, דאס איז די נאמען וד"ל.

דער עולם געניסט פון שטאטישע בענעפיטן און אפילו ס'קומט שוין יא אונטער א גוטע זשאב האלט מען זיך אבער צוריק צוליב דעם.
מען דארף רעכענען שכרה כנגד הפסידה, איך קען נישט אריינרעדן ווייל דערווייל בין איך אויך א נוגע בדבר דורך געניסן פון די זאכן.

עס דארף אן ערענסטן שיקול הדעת.


און די ביסט מיליאן פראצענט גערעכט, ווייל מיינס א נאנטער חבר האט געהאט א גוטן אפער פון א דזשאב אין א מכובד'דיגן קאמפאני וגו' וכו', מיט א געהאלט פון א פופציגער א יאר.

האמער זיך אוועק געזעצט מיט אן אקאונטענט, און נאכן אראפרעכענען טעקסעס, און וואס ער גייט פארלירן פון פ"ס און מעדיקעיד, און אלע אנדערע זאכן, איז ער געבליבן ביי אזוי ווייניג, אז עס האט זיך פשוט נישט געלוינט. ער מאכט היינט מער.

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 10:07 am

קודם לאמיר אייך מזכה זיין מיט א ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט.
אין פסוק שטייט "עצביהם כסף וזהב מעשה ידי אדם, פה להם ולא ידברו וכו'" האבעך געהערט א טייטשט אזוי: עצביהם, מענטשן זענען צובראכן, פארוואס? (ווייל זיי מיינען אז) כסף וזהב איז מעשה ידי אדם (און פארדעם) פה להם ולא ידברו, דאווענען זיי נישט מיטן מויל צום רבוש"ע!
מילא פאר דעם אינגערמאן וואס זוכט א דזשאב צום ערשטן מאל און ער גרייט זיך צו טוען השתדלות פאר פרנסה: זאלט יר וויסן אז אייער דזשאב און די דזשאב פון יעדן איד איז צו בעטן פונעם שליט על כל משפיע צו זיין פרנסה בדרך כבוד. נאר וואס דען? אין די זייט דארף מען אויך ארבייטן אז ס'זאל זיין א כלי מוכשר לקבל השפעה, אבער מישט נישט אויס דעם עיקר מיטן טפל!

עניוועי, צו מיר קומען "זייער אסאך" אינגעלייט און אפי' עלטערע מענטשן וואס זוכן סיי פאר זייערע קינדער און סיי פאר זיך פרעגן צו כ'ווייס פון עפעס א דזשאב, רוב מאל איז דער תירוץ ניין, פשוט ווייל וואס יענער זוכט ווייס איך דערווייל נישט צו ס'דא, אבער כ'האב אביסל אויפגעכאפט דעם מהלך פון א אינגערמאן ווען ער זוכט א דזשאב.

ווען איינער גייט ארויס זוכן א דזשאב איז ער געווענדליך "דעספערט" פאר אפאר דאלער (ווי אין אזא סיטואציע ווען א כולל אינגערמאן וואס די ווייב האט אויפגעהערט ארבייטן, און ווען מ'מאכט אפ אז מ'גייט גיין ארבייטן איז שוין די קעשענע ליידיג) און מ'האט נישט קיין שיקול הדעת צו טראכטן נארמאל וואס איז באמת גוט פאר מיר; וואס ציעט מיר; וואס זענען מיינע כשרנות וכו' וכו' כו'; און איבער אלעם איז דא א ריזיגער פראבלעם מיט ארבייט'ס פלעצער: ווען א אינגערמאן זאל ווען האבן אביסל צייט רואיג צו טראכטן וואספארא דזשאב ער ברויך וואלט ער קודם בודק געווען צו דער מקום עבודה איז אויסגעהאלטן ברוחניות, כ'ווייס פון פעלער ווי אינגעלייט זענען ארויס ארבייטן און זענען קאליע געווארן ל"ע פון א שלעכטע חברותא(/חבר'טע) אויפ'ן דזשאב, ווען מ'איז נישט דעספערט קען מען זוכן מיט שכל ברוחניות ובגשמיות.

און וועגן שטאטישע פראגראמען. מיין חבר מאכט מיט א שיינע פאר אלפים מער פון מיר א יאר, טראץ וואס מיין טשעק יעדע וואך איז פונקט טאפעלט פון זיין געהאלט. זייער פשוט, זיין געהאלט קומט פון מערערע פלעצער ווי באאמטע זיצן און שרייבן אים טשעקליך, ווידער איך דארף אליין זיצן אין מיין ביורא און ארבייטן צו באקומען דעם איין טשעק, איינס און דאס איז עס, און דער איין טשעק דארף קאלעקטאן פאר הוצואות השבוע צו כ'וויל יא צו נישט, ווייל דאס איז עס, און ביים טעקס ריטורן זעמיר די קלענסטע מחותנים, ווייל כ'מאך דאך געלט! ס'איז א אלטע ווייטאליכער ענין, ואכמ"ל. אבער ווען א אינגערמאן גייט ארבייטן דארף ער וויסן צו ער קען זיך ערלויבן צו גיין לעגאל (אזוי ווי ס'איז ביי אונז ב"ה) אדער ער מוז "דערווייל" בלייבן קרום.

דערפאר, ווי פריער מ'מאכט אפ אז "מ'גייט זוכן א דזשאב" איז אלץ בעסער. אויב דיין טאטע האט נישט געלערנט קיין 5 יאר, און דו האלטסט אויך נישט דערביי, זיץ נישט און קוועטש די באנק, נאר זיי מוחל און זיך א ארבייט וואס איז אויסגעהאלטן מיט דיין מצב, און ווי די וועסט זיף קענען קובע זיין עתים לתורה אי"ה.

אקעי, שוין צו לאנג געשריבן, צוריק צו די ארבייט, מיין טשעק שרייבער שיקט נאר אוב מ'ארבייט.

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 11:59 am

קרעמער האט געשריבן:עס איז דא א שטארקע פארלאנג אין די פעלד פון טייפסעטינג, מען דארף קוים האבן נעט, אפשר אימעיל, מען דארף אבער קענען שנעל טייפן.

מער אינפאו ביטע

ווי קען מען אפלייען פאר א דזשאב?

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 12:19 pm

איידער איר "רייסט-מיר-אן די זייטן" ליינט גוט דורך דאס פאלגענדע:

ווער בין איך:
איך האב ב"ה זעלטענע כשרונות אין לערנען, איך האב געלערענט א שפאר ביסל יאר אין כולל, מיט א געוואלדיגע הצלחה.

און, איך בין זייער מעריץ אידן וואס האבן אויסדערוועלט זיך מוסר נפש זיין בכדי צו זיצן און לערנען.

אבער,
לויט מיין ארימע דעת קוקט אויס, אז די איינציגסטע מענטשליכע השתדלות וואס קען 'ראטעווען' דעם באנףראטירטן פינאנציעלן מצב פונעם לאקאלן חרדי'שן אידענטום.

איז: אז דער אינסטעטוציע וואס הייסט "כולל" זאל. דורכגיין - לפחות - א טאטאלע רעארגעניזאציע, וועלעכענס תוצאות זאלן שיקן אכציג פראצענט פון די אינגעלייט אין דער ארבעט אריין, איידער זיי טרעטן נאך איבער דעם שוועל פון כולל.

וואו קומט כולל אריין אין בילד דא?

הערט מיינע ליבע ברידער א שיינעם חלום וואס איך געזעהן (-פאנטאזירט):

מזל טוב: א ניי פארפאלק האט חתונה געהאט...

דער חתן, משה יענקל, א וואוילער בחור געווען, מער אדער ווייניגער האט ער זיך צוגעשטעלט צו די סדרי הישיבה אין ישיבת "מרא דשמעתא", א פיינער בעל מידות, א אידישער' איד, ווען עס קומט אים ליידער אויס צו דאווענען מנחה אין דארמעטארי, טוט ער דאס מיט א גארטל... בקיצור, יו געט די פיקטשער...

די כלה סאסע ביילא, אן איידעלע א צנועה, געווען א גוטע סטודענט, עווערעיטש 90.. נאך עלעווטע קלאס האט זי געטראפן א גוטע פאזיציע אין א 'טרימינג סטאר' זי ארבעט 'פארט טיים' פון צענע ביז האלב דריי, פארדינט ביז דריי פופציג א וואך, די איבעריגע צייט העלפט זי די מאמען מיט שטוב ארבעט ווי, קאכן באקן און נייען וכדו', פלעטקענענדיג אויפ'ן טעלעפאן מיט חבר'טעס... בקיצור, נישט עפעס ווייסעוואס, פלעין נארמאל...

נאכן שידוך בשעטומ"צ האט משה יענקל - חוץ די ספעציפישע חתונה צוגרייטונגן ווי איינקויפן, באשטעלט אדג. - צוויי גאר וויכטיגע זאכן אויף זיין סדר היום:

איינס צו טרעפען א פאסיגע חברותה אויף פארטאגס, זיך צושטעלן צו א שיעור אויפדערנאכט.

צוויי:
זוכן א פאסיגע פרנסה, נישט קיין גרינגע אויפגאבע, אבער בהחלט א מעגליכע. ברוך השם ער איז סמוך על שולחן אביו, ער דארף נאכנישט קיין געלט אויף צום לעבן, דאס גיבט אים די רואיגקייט צו אוועליואירן זיינע קוואליפיקאציעס וואס דער רבוש"ע האט אים געשענקט טאקע פאר דעם ציל. בנוסף צו דעם באדערט אים נישט אנצוהוויבן אויף א קלענערן געהאלט, ווארום זי ברענגט דאך אויך עפעס אריין...

שוין, מיר האלטן איצטערט א וואך מיט א האלבן נאך די פרייליכע חתונה, עס הערט אין די גאנצע ברכה אחריתא: גילה רינה דיצה... אבער הגיע הזמן, וויקעישאן איז אווער! עס איז מאנטאג אינדערפרי, מען פרישטאגט אינאיינעם, זיי נעמען זיך ביידע די פון פריער צוגעגרייטע לאנטשעס און... גייען ביידע אריין אין די ארבעט.

ער האט געטראפן א געשמאקע דשזאב אין די הארדוועיר דעפט פונעם לאמבער יארד, שוין יארן וואס ער איז אנטציקט פון פארשידענע סארט פאטענטישע בוי געצייג, אלע סארטן נעגל און טשוואקעס, ווייער מיט פייפס, א פאטענט ארויף א פאטענט אראפ... און ווער רעדט נאך פונעם געשמאק פון אפלאדענען פאכמאניש די טרעילערס מיט א היי לאו...

בקיצור, ער לעבט ביים שיעור, ביים דאווענען, אין שטוב, אין דער ארבעט... א מחי' ממש.

אקעי, ער מאכט נישט די גרויסע וועידזש, ער קומט אבער אהיים מיט א נעט פון פינעף מייקעס (די מעכטיגע בחורים אין ישיבה פלעגן עס אזוי אנרופן...) פלאס אינשורענס. מיט די צייט, אז ער וועט געטריי ארבעטן, וועט ער שטייגן אין ראנג און געהאלט.

משה יאנקל קען נישט גענוג אפדאנקן דעם באשעפער פאר דעם וואס סאסע ביילע פירט אזא געסעטלטע בודזשעט, ער וואלט נאך געווען געשפענדעוועט אויף שטותים, אבער זיך האט דאך אזא 'בינה יתירה' אין די זאכן.

נו, ליבע פריינט, לאמיר זיך שטילערהייט אריינרוקן דארט, א קוק טוהן אופן בודזשעט צעטל, פלינקט.. גע'טובל'ט און ארויס...

הכנסות:
משה יאנקל: 500.00
סאסע ביילע: 350:00
טעקס ריטוירן: 2400.00 אויפ'ן יאר 50.00 אויפ'ן וואך.

ס"ה לחודש: 3600.00

הוצאות:

רענט: 1450.00
גראסערי 150.00
יוטילעטיס: 200.00
סעלפאנס: 91.00
טאשן געלט: 300.00
קהל: 18.00
מקוה געלט: 20.00
---- ----: 18.00
עקסטרעס: 350.00

ס"ה לחודש: 2597.00

בלייבט. אלזא איבער, אוועקצולייגן חודש'ליך א סכום פון
1003.00

ניש-קשה, איבער א צוועלעווער א יאר, און דאס איז מיט גאנץ א באקוועמע בודזשזעט דאכט זיך, נישט געקארגט...

אן אמת'ן האט פעטער יושע געהאט אנגעטראגן פאר משה יענקל אים צו ארלעדיגן די שטאטישע זאכן, אבער משה יענקל איז נישט דער סארט מענטש, איז דען נישט געשמאקער אריינצוקומען אין גראסערי און באצאלן מיט אייגן געהארעוועט געלט, עס איז דאך אזא ריינע געפיהל, מילא אז מען מוז איז דאך נישטא קיין ברירה, אבער אז מען לייגט אוועק א צוועלעווער א יאר? סתם זיין א ח+++?

קוקענדיג אויפ'ן צוקונפט זעט זיך א הערליכער בילד.

מיט'ן אייבערשטענס הילף וועט די משפחה גרעסער ווערען, משה יענקל וועט ווארשיינליך שטייגן אין ראנג, זיין וועידזש וועט זיך פארגרעסערן אי"ה.

זייערע סעיווינגס וועט מען אוועקלייגן אויף גוטע פלעצער ווי א לייף אינשורענס וכדו'. אדער וועט זיך משה יענקל לערנען א פאך אדער אינוועסטן אין אן אייגענעם ביזנעס מיט דעם געלט.

לויט דעם איצטיגן אויסקוק וועט משה יענקל, גאנץ מעגליך, קענען חתונה מאכן זיינע קינדערלעך ווען די צייט וועט קומען, אנעם דארפן דרייען מיט חובות עמו"ש.
......
ויקץ והנה חלום!

איך וועק זיך אויף, איך בליק ארויס פון פענסטער,

איך זעה משה יענקל ללללויפט...
כאפן דעם צייכו אין כולל...

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 2:33 pm

שטארק זיך האט געשריבן:איידער איר "רייסט-מיר-אן די זייטן" ליינט גוט דורך דאס פאלגענדע

נישטא פארוואס אנצורייסן קיין זייטן. פערפעקט.

כ'האב לעצטנס אויפגעפאסט א (נישט אזוי) אינטערעסאנטע זאך. איך האב מיך היבש געפלאגט צו טרעפן א דשאב און ממילא אויך אויפן בודשעט. כשטייגער משפחה און גוטע פריינט ווען מ'הערט פונעם מצב, פרובירט מען געבן עצות און צוצוטרעפן ווער אין ביהמ"ד ס'וואלט דיר ווען געקענט צושטעלן פרנסה בכבוד.. לעצטנס אבער זענען די ערשטע שאלות געווען, פארוואס האסטו נאכנישט געמאכט פ"ס/מעדיקעיד וכדו'. וואס?! דו האסט נאכנישט די אלע פראגראמען? ביסט עפעס נישט קיין איד!!

וויסט איר וואס, מיינע פריינט? איך בין טאקע נישט קיין איד! איך האב "ליידער" נישט קיין שטאטישע פראגראמען און נישט קיין האנדא אדיססי אדער טאיאטא קעמרי און גראדע אויך נישט קיין בלעקבעררי!!!
גיב מיר א רגע, לאמיר זיך אויסטאן דאס קאפל...

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 2:49 pm

קיינער ליינט סיי ווי נישט, סאו לאמיך זאגן מיין מיינונג אויך...

וירא שמים יוצא ידי שניהם
מען זאל מאכן געלט אבער אסאך, און אויך נעמען פון וואו מען טיילט נאר.....
נעוואדע, סי'ז שווער צו זיין א ירא שמים...

איין זאך דארף מען געדענקן
די גאנצע עולם הזה איז נישט כדאי מען זאל זיך צופיל אנשטרענגען דערפאר, יא, ארויס נעמען דערפון הכל ריווח וויפיל מען קען נאר....

נו יעצט זאג איך ווי שטארקיינו
"רייסט מיך אן די זייטן"

יא נאך איין זאך
כ'האב יא שטאטישע פראגראמען, אבער נישט קיין האנדע אדיססי טאיאטא קעמרי אויך נישט קיין שווארץ בערעלע
נו וואסערע איד בינעך????

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 3:58 pm

איך וויל זיך באציען צום אנהויב פונעם אשכול, וואו ער פרעגט וואס מען קען ראטן פאר א יונגערמאן וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער טויג און צו וואס ער זאל זיך נעמען. מאנכע קומען פון כולל און פרעגן: "זאל איך ארבעטן אונטער איינעם? - זאל איך ענדערש זיך לערנען א פאך? - אפשר בין איך גוט פאר כלי-קודש? - אפשר סעילסמען?.. זאל איך צאלן 1200 דאלער פאר א גרעפיק קורס? - און וואס וועט זיין אויב איך טויג נישט דערצו? - אה, איך מיין אז איך בין גוט אלס זינגער.... אפשר זאל איך ווערן חזן אין א שוהל????????????????? (איר געדענקט נאך יאסעלע פון קול מבשר? - וואס יעדע מינוט זאגט ער פארן שווער אז ער גייט טון עפעס אנדערש... נאך די פלאן פון טרי לעוול מארקעטינג...).

דער אמת איז אז יעדער מענטש טויג און קען מצליח זיין: פאראן וואס זענען גוט אין מענעדזשן, אנדערע זענען גוט און טון אנדערע זאכן. א שטודיע ווייזט אז רוב מענטשן וואס זענען נישט מצליח, קומט דאס פשוט דערפאר ווייל זיי זענען עוסק אין זאכן וואס זיי זענען נישט געמאכט דערפאר, אבער זיי פארמאגן כשרונות וואס אויב וואלטן זיי עוסק געווען אין אנדערע זאכן וואלטן זיי 1. מער מצליח געווען. 2. פארמאגט מער סיפוק אין לעבן.

איך ווייס אז אין די גוי'אישע וועלט ווערט יעצט געעפנט א קאמפאני וואס וועט זיין א דורכבראך אינעם ענין פון זוכן ארבעט און וועט פיל ארויסהעלפן ארבעטער (עס זענען אויך פאראן אידישע שותפים דערין).

עס איז היינט א וועלט פון עוועליועיטן: יעדע פראבלעמאטיש קינד ווערט עוועליועיטעט, גרויסע פסיכאלאגן וואס טוען אין שלום בית וכדומה, עוועליועטיטן זייערע קאסטומערס צו זען אויף וועלכע אופן מען דארף ארבעטן מיט זיי, ווייל יעדער מענטש איז אנדערש געבויט.

אצינד עפנט זיך א קאמפאני וואס וועט ארבעטן ווי פאלגענד: יעדע מענטש וואס וויל אנהויבן עפעס טון פאר פרנסה (אין די גוי'אישע וועלט וועט עס קומען אינאיינעם מיט קאלעדזש), וועט זיך איינגעבן אין דער קאמפאני, און פאר 2000 דאלער וועט ער מאכן אן אפוינטמענט מיט א פסיכאלאג וואס וועט אים אויספרעגן געוויסע שאלות און לויט דעם אים קענען זאגן אויף וואס ער איז געמאכט און מיט וואס ער וועט מצליח זיין.

דער קאמפאני פלאנט צו גיין וואלד-ווייז, אין אלע מדינות אין די וועלט, און צושטעלן פסיכאלאגן פאר יעדע ראסע און לאנד.

זיי פלאנען נאך א שטאפל ווייטער: צו מאכן דערפון א ביזנעס פארמיטלונג. א געווענליכע ביזנעס פארמיטלונג איז נישט אלעמאל מצליח, צוליב דעם וואס זיי ווייסן נישט ריכטיג וואס יענער זוכט, מען שטעלט צוזאמען זאכן לויט האלבע אינפארמאציע וואס מען הערט, א בחינה פון דער מטרוניתא פון מדרש וואס האט צוזאמענגעשטעלט 100 שידוכים אין איין טאג, גענומען א יונגל מיט א מיידל און זיי צוזאמענגעשטעלט. דערפאר האלט זיך עס נישט. אבער יעצט אז עס גייט דורך פסיכאלאגיע, מיט א פונקטליכע רעקארד פון יעדן איינעם, וועט מען קענען גרינג צושטעלן דזשאבס פאר יעדן איינעם לויט זיין געברויך.

צו דאס וועט מצליח זיין? - ונזכה ונחיה ונראה.

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 4:06 pm

ר' זיס, זייער שיין אראפגעשטעלט די זאך.

אגב דער געדאנק זיך צו אוועליואירן אויף וואס מען טויג איז כלל נישט קיין נייע זאך, די וואס טוען דאס רופן זיך career counsellors איך קען פערזענליך עטליכע וואס טוען דאס זייער סוקסעספול, און עס דארף געווענליך נישט אפקאסן קיין צוויי אלפים.

יישר כח.

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 5:07 pm

שטארק זיך,
די מערסטע איז מיר געפאלן.....
שטארק זיך האט געשריבן:---- ----: 18.00

מיטוואך אוקטובר 06, 2010 7:25 pm

זאג מיר נישט אז סקאסט נאר 18 ווייל איך צאל יעדע חודש נישט וואוסענדיג וויפיל סקאסט עטליכע און צוואנציג...
שרייב א תגובה

Advertisement