בלאט 1 פון 2

הילף מיט א פרינטער

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 12:13 pm
דורך אבי.גערעדט
קען מיר איינער דא ארויסהעלפן? עס איז דא אויפן מארקעט צוויי (אדער מער) סארט קאלער פרינטערס, איינס רופט זיך אינק דשעט אין איינס לעיזער, (ink jet-laiser) קען מיר איינער ארויסהעלפן וועלכע עס לוינט ענדערש צו קויפן? וואס זענען די מעלות און חסרונות פון די צוויי, אין אויך וועלכע פירמע און מאדעל עס לוינט צו קויפן?
יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 12:19 pm
דורך אויפריכטיג
ביי קאלאר פרינטער איז אויך פאראן צוויי סארט?

אגב איך האב א אינק זשעט קאלאר פרינטער פון עפסאן, איך זיך דאס צו פארקויפן.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 12:56 pm
דורך תרנגול
די יודעי דבר זאגן אז צו א אינק-דזשעט קאלאר פרינטער טאר מען נישט צורירן! ואידך זיל גמור...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 12:57 pm
דורך גיט געזאגט
תרנגול איך געב דיר רעכט די זאגסט דאך גיט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 1:39 pm
דורך אבי.גערעדט
אקעי, מסכים, איך שטיי ווייט פון אינק דשעט, אבער וואס יא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 10:49 am
דורך מאנ-יימער
איך זיך צו קויפן א פלאטטער עטליעסט 36", קען מיר איינער העלפן מיט דעטאלן, האט איינער עקספיריענס דערמיט, וועלכע קאמפאני איז גוט וועלכע פאפיר, וועלכע אינק,

יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2012 3:18 pm
דורך גוגל
ווי אזוי קאנעקט מען איין פרינטער צי 2 קאמפיוטערס ווען די פרינטער האט נאר איין פלאג?
און ווי קען איך זוכן די פלאג אבער 45 פיס לאנג פאר ביליג?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2012 3:31 pm
דורך leiby
פשוט שעיר די פרינטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2012 3:44 pm
דורך גוגל
קענסט מיר עס מסביר זיין? וואס הייסט שעיר די פרינטער?
example.jpg
example.jpg (7.12 KiB) געזעהן געווארן 909 מאל

יעצט וואס טוה איך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 12:48 pm
דורך שמן למאור
זענען ביידע קאמפיוטער'ס אויפן זעלבען נעטווארק ? דאס הייסט זיי ניצו די זעלבע אינטערנעט סערווער ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 1:17 pm
דורך גוגל
ניין נאר איין קאמפיוטער האט בכלל אינטערנעט,
עס איז פלעין איין צימער מיט 2 אנדערע קאמפיוטערס קיין שייכית

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 3:37 pm
דורך שמן למאור
דאס איז דעמאלטס היפש קאמפלאצירט און לכאורה אוממעגליך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 3:50 pm
דורך גוגל
עס איז נישט אזא זאך ווי א 2 וועי פלאג פאר א פרינטער?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 21, 2012 9:59 am
דורך מומחה עצום
שמן למאור האט געשריבן:דאס איז דעמאלטס היפש קאמפלאצירט און לכאורה אוממעגליך

אזוי גאר? קוק נאר אהער

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 21, 2012 11:51 am
דורך גוגל
מןמחה עס איז געבלאקט ביי מיר, קענסט מיר זאגען וואס צו טוהן?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 21, 2012 12:43 pm
דורך גוגל
א גרויסען שכח פארן עצומדיגע מומחה פארן העלפן און אישי

קלינען פרינטער

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 2:07 pm
דורך נישט קיין פראבלעם
קען מיר איינער אפשר ארויסהעלפן צו קלינען מיין פרינטער פון מאכן אזעלכע פינטעלעך אויף די פעפערס.
איך האב שוין אריינגעקאלט און זיי האבן מיר געזאגט אז איך ממוז עס קלינען אינטערנעל און מען קען עס נישט מאכן מיט די דיגיטעל סקרין
Brother MFC-7360n

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 29, 2012 9:17 am
דורך משיח
איך זיך צו קויפן א פרינטער/סקעננער/קאפיער וואס פארמאגט צוויי טרעיס (לעדלעך).
קען מיר איינער רעקאמענדירן א גוטע פרינטער?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2012 11:41 am
דורך שמחת החיים
איך זוך א גוטע פרינטער פאר עלעף ביי זיבעצן פאפיר. עני רעקאמענדאציע?

איך וואלס פארשטייצעך פריפערד א לעזער פרינטער. א גוטע פרייז וועט אבער לכאורה איבערשטייגן.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 12:29 pm
דורך גולש
איך האב געקויפט א ווייערלעס ווייפיי פרינטער, קען מיר איינער זאגן וויאזוי איך סעט עס אויף אז איך זאל קענען פרינטען אן איינשטעקן די קארד? און וואס איז דאס eprint
שכח

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 12:57 pm
דורך מומחה עצום
דאס העלפט דיר עפעס?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 1:22 pm
דורך גולש
שכח אבער איך פארשטיי נישט קיין ווארט,
איך האב נישט קיין סקריען אויף מיין פרינטער סאו וויאזוי דארף איך קאנפירמען די איי פי

חוץ דעם האב איך א מעק

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 3:02 pm
דורך מומחה עצום
וועלכע פרינטער האסטו

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 1:34 pm
דורך יהושע
I had a problem with a brother printer which is on a network, i contact brother and they send me a link with troubleshooting steps to follow, one of the steps solved the problem, maybe you'll need it one day so i convert the web page to pdf, enjoy

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 8:19 am
דורך מאנ-יימער
מיין קאמפיוטער האט פארלוירן מיין נעטווארק פרינטער און איך קען עס נישט צוריקלייגן, איך מאך א סוירטש אבער עס קומט נישט ארויף.

עני העלפ ביטע, ס'איז אן עמערדזשענסי.