איר זוכט א דזשאב? וועלעכע סארט ארבייט זוכט איר?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 07, 2010 10:20 pm
דורך וויכטיג מאכער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:27 am
זוכט איר א דזשאב?
זענט איר אויף א דזשאב, אבער נישט זיכער צו דאס איז טאקע גוט פאר אייך?
וועלקאם טו דע קלאב...
רוב, און נישט סתם א רוב, נאר א גרויסער פראצענט אמעריקאנער זענען אין די "זוכן" מארקעט, אפילו די וואס זענען למעשה יעצט אויף א דזשאב, זיי קומען טאקע אריין יעדן טאג אין די ארבייט, דאך אבער זענען זיי נישט דארט, זייער קאפ לויפט און טראכט א גאנצן טאג, "וואו קענעך טרעפן עפעס א געהעריגן דזשאב?"
אין א שמועס וואס כאב געהאט אמאל מיט מיין ידיד ר' "משה יצחק שטיין", האטער אויסגעשמועסט דעם פראבלעם וואס באטרעפט ספעציעל שטארק דעם היימישן עולם, נעמליך, אז די בילל'ס דריקן, אבער די דזשאב אויסוואל איז נישט אזוי גרויס, סאו ווען מ'נעמט א דזשאב, איז עס רוב מאל נישט א דזשאב וואס איז געאייגענט פאר דעם אינדעווידזשעל פארשוין, נאר א דזשאב וואס ער האט געטראפן, ווייל דאס איז געווען עוועילעבל.
אין רעזולטאט, טרעפט מען זיך גיין יעדן טאג צו א דזשאב וואס מ'איז נישט געאייגענט דערפאר, אוטאומאטיש איז מען נישט צופרידן דערפון, איז די בעה"ב נישט צופרידן, באקומט מען נישט קיין העכערונג, איז מען נישט צופרידן, איז דער בעה"ב נישט צופרידן, וחוזר חלילה, א גאנצן טאג איז מען נישט צופרידן...
האט מיר משה יצחק מסביר געווען, אז די פראבלעם נעמצעך בעיקר פון דעם וואס רוב יונגעלייט ווייסן נישט וואס זיי זענען געמאכט פאר, אדער בעסער געזאגט, וועלעכע דזשאב איז געאייגנט פאר זיי, ער ווייסט נישט צו ער איז גוט אלץ מארטגידזש בראוקער, צו אלץ ארבייטער אין א אפיס, צו גאר אלץ מלמד, צו א סעיל'ס-מאן, א.א.וו.
ווען א מענטש זאל ווען וויסן וואס איז פאר עם גוט, און ער זאל קענען אויסוועהלן א דזשאב וואס איז ספעציעל געמאכט פאר עם, און ער וואלט נישט גענומען סתם אבי עפעס, וואלטן מענטשן געווען מער צופרידן און די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען, די בעה"ב איז מער צופרידן, באקומט מען א געהאלט העכערונג, און מ'איז אליין מער צופרידן, א.א.וו.
"ס'איז ממש א שאד אויף די יונגעלייט אז ס'איז נישטא איינער וואס זיי אויפקלערן פארוואס זיי זענען געמאכט, זייער לעבן וואלט אסאך בעסער געווען ווען זיי וואלטן געווען צופרידן מיט זייער דזשאב."
אצינד זאגט מיר איינער אז אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויא מיט ר' משה יצחק איבער דעם ענין, כ'האב נישט אויסגעהערט די גאנצע, אבער גענוג אז איך בין געווארן נייגעריג, האב איך מיך פארבינדן מיט משה יצחק, און ער זאגט מיר אז ער גייט מאכן א טעלעקאנפרענץ פאר יונגעלייט איבער דעם ענין פון "וואסערע דזשאב איז די בעסטע געאייגענט פאר מיר", און בעז"ה וועלן נאך אפאר יונגעלייט זיין צופרידן מיט זייער דזשאב, און די רעזולטאטן וועלן אי"ה נאכפאלגן.
מער פרטים? קול מבשר ביי די אינטערוויא'ס #272.
דיסקלעימער, איך האב נישט קיין שום שייכות מיט די קלאסן*, איך באקום נישט באצאלט פון קיינעם, איך נעם נישט קיין אחראיות אויף די אינהאלט און/אדער די רעזולטאטן פון די קלאסן, דאס איז בלויז אינפערמאציע וואס איך האב געהערט, און איך טוה עס צושטעלן לטובת דעם ציבור.
*מיין איינציגסטע שייכות איז - וואו אויבענדערמאנט - אז משה יצחק איז מיר א חבר.
קעפל געטוישט... אמממ... אוועטאר געטוישט.
וויכטיג מאכער
שר ששת אלפים
הודעות: 6781
--------------------------------------------------------------------------------
דורך וויכטיג מאכער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:35 am
אין א זייטיגע נאטיץ.
משה יצחק איז א ביזנעס קאוטש, ער האט געקאוטש אסאך גרויסע און באקאנטע פירמעס, אריינגערעכענט מעריל לינטש, און מעדיסען טייטל, און ביים די היימישע BFG פירמע, און נאך.

דורך גרויזאמער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:39 am
שרייב וויפיל געלט דו בעטסט אריינצוגיין אינעם קאנפערענץ, גיי נישט ארום און ארום, רעד צום פוינט
לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:44 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
= ס'דאך טויט דא, את החי אנכי מבקש, הגידה נא לי "הגידה נא לי", איפה הם רועים (קרעדיט מ.ב.ד.)
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
הודעות: 2077

דורך אייער_קיכל אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:41 am
כ'הער זאגן אז נאכדעם וואס כ'על שוין וויסן פונקטלעך צו וואס כ'בין געאייגנט גיי איך נעקסטע טאג זיך טרעפן ביי יענע פאסטן...
אז ס'איז סייווי נישט דא קיין דזשאבס וואס א נפק"מ צו וואס כ'טויג נישט?...
אייער_קיכל
שר העשר
הודעות: 39

דורך וויכטיג מאכער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:47 am
חאחאחאחא גרויזי...
ליסען, איך טוה נאך עפעס אויסער שרייבן אין קרעטשמע.
ביידעוועי גרויזי, איך דארף דיר נישט זאגן, די ריעזן פארוואס דו ביסט נישט צופרידן וד"ל, איז וועגן דיין דזשאב, פאר דיין טובה, צאל די 10-15 טויזענט דאללער א חודש, וועסט הנאה האבן.
בעק טו דע נושא...
כאניש געהערט די אינטערוויא ביזן סוף, איך האלט נישט אז די קלאס איז פאר מיר, פשוט ווייל איך פיהל אז איך בין אין די ריכטיגע ליין.
איך גלייב אז ער רעדט דארט פון פרייזן, (אויב ס'קאסט בכלל) אדער וואו מ'קען רופן דערפאר.

דורך וויכטיג מאכער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:54 am
אייער קיכל, איך גלייב אז ס'דא מענטשן וואס האבן יא א ברירה צו טוישן, למשל, ווערן א אינשורענס עידזשענט, אדער גיין ארבייטן ביי B&H, ווייל זיי קענען נישט זיין סעלף עמפלויד, וכד'.
און די וואס האבן נישט קיין ברירה, קענען מאכן א אויסוואהל צו זיי זאלן גיין, און געוואור ווערן אז זיי האבן יא, (אדער טאקע נישט, נאר ווען זיי וועלן האבן, איך ווייס נישט וואס ער גייט זאגן אויף די קאנפרענץ) אדער נישט גיין.
איך בין נישט אין די ליין, סאו איך קעניש ענטפערן געהעריג, אפשר גאר קענסטע פרעגן משה יצחק אליין, אדער אויב ער ליינט דא, זאלער ער אליין קומען ענטפערן.

דורך משה קארנפעלד אום מיטוואך יולי 14, 2010 12:48 pm
מתוך האינטערוויו;
"עס ווערט געגעבן פאר א ספעציעלע ביליגע פרייז פון בלויז 299"
שטעלט אייך פאר ווען עס קאסט ווען 300, ס'וואלט דאך געווען הימל שרייענד...
"אויב האט איר נישט קיין דזשאב דארפט איר קודם גיין צום סעמינאר, אזוי וועט איר א קומען צו וואס עס איז פאסיג פאר אייך"
מאדנע ביז גאר, ביי די פרנסה סעמינאר פון פרנסה ראפעל האט איין 'ריקליינער' געזאגט דארט, אז פון די וויכטיגסטע זאכן איז קודם צו נעמען א דזשאב אפילו די האסט עס נישט ליב, איינמאל די ביסט אן ארבייטער איז אסאך גרינגער צו טרעפן א צווייטע דזשאב.
"בלויז 50 מענטשען גייען קענען אנטייל נעמען דערין, סאו כאפ אריין ווייל עס גייט ביז א קורצע צייט זיין איבערגעפילט"
"ווער עס גייט אנטייל נעמען אין די סעמינאר גייט באקומען א האלבע שעה פערזענליכע קאוטשינג אויפן פאון"
"נאך צוויי סעסיעס אויב איר שפירט אז עס איז נישט ווערד געווען, קענט איר צוריק באקומען אייער געלט"
וואס נאך? איך דענק שוין נישט.
משה קארנפעלד
שר חמישים ומאתים
הודעות: 279

דורך געלעגער אום מיטוואך יולי 14, 2010 2:34 pm
וויכי געדענקסט די ווערטער?
כמה לא חלי ולא מרגיש, גברא דמרי' סייעי'.
געלעגער
שר האלף
הודעות: 1523

דורך וויכטיג מאכער אום מיטוואך יולי 14, 2010 5:47 pm
משה, שכח פאר די דעטאלן.
געלעגער, יא, פארוואס פרעגסטו?
טאמער דו מיינסט אז איך טוה עס פאר פראפעגאנדע, גאו אהעד, גיב אריין א קאמפלעין ביי די מנהלים, און נישט נאר דא, נאר ביי יעדע נייע אלבוים קענסטע אריינגעבן א קאמפלעין אז ס'איז פראפעגאנדע.
דאכצעך אז יעדע ביזנעס קאוטש וואס רעדט אויף קול מבשר ווערט דא אויסגעשמועסט, און ער איז גאניש אנדערש.
און נאך איין מאל, קען זיין אלץ חבר און אלץ איינער וואס געניסט פון זיינע סערוויסעס בין איך איינזייטיג, אויב ס'איז אזוי, גיב אריין א קאמפלעין ביי די הנלה, און זיי וועלן דעסיידן.
איך האב שוין געשריבן אין די ערשטע תגובה, איך האב נישט קיין שום אינטערעסע אין דעם טעלע-סעמינאר חוץ די פאקט אז איך בין א חבר מיט הרב שטיין.

דורך שוועמל אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 4:15 am
איך זוך א נאכט זשאב אויפן קאמפיוטער
עפעס א אפענונג?
לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7312

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קיין איין אשכול איז נישט "מיסטעריעז" פארשווינדן געווארן, מ'האטעס אפגעמעקט ווייל ס'איז נישט געווען געמאכט פאר "אייוועלט", ס'איז געווען פאר פראפעגאנדע צוועקן, און דא איז נישט די פלאץ דערפאר.
אייער קיכל, איך בין נישט קיין מנהל, נאר עקטינג.