צו זאלן ביזנעסער אינוועסטירן אינעם יעצטיגן עקאנאמיע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 3:18 pm
עס איז דא א גאר דערקוטשענדע טעמע פאר ביזנעס לייט, וואס איז מאז היתה געוועזן אן אישו מיט וואס מען האט זיך דעדארפט אדורכקומען, אבער איצטערט ווען די עקאנאמיע וואקעלט זיך און מען ווייסט נישט וואס די מארגען וועט ברענגען צוזאמען מיט די צוזאמענגעדרוקטע קעש פלאו וואס ביזנעסער שפירן אויף זייער לייב איז עס אסאך מער אקטועל און ברענעדיג.
אז וואס איז די ריכטיגע מהלך פאר א ביזנעס, לגבי ארויסנעמען געלטער יעצט אויף צו אינוועסטירן צום צוקונפט, ווי למשל א מארקעטינג פראיעקט וואס וועט האפענטליך ברענגען מער אין צוקונפט, אדער זיך פארברייטערן כדי צו כאפן מער אן אויג צו פאר געשמאקערע סערוויס.
די צוויי שפיצן פון די פראגע איז ווי פאלגענד: צו ברויך איך רעאליזירן די שוואכע צייט וואס הערשט און די אומציטרוי וואס די מארקעט ווארפט צום אויפבלי און האלטן א גרעסערע סופליי פון קעש כדי נישט זיך טרעפן אין א דרוק אין עטליכע חדשים ארום, אדער דארף איך מיר האלטן צום אלגעמיינעם כלל פון ביזנעס אז מען דארף אלעמאל אראפנעמען א חלק צו אינוועסטירן צום צוקונפט, ווייל אז ביזנעס וואקסט נישט איז עס געפאלן , און מען דארף זען די שפעטערדיגע וואוקס צו בויען.
אנשי קרעטשמע איר זענט געלאדענט!