בלאט 1 פון 1

באדזשעטינג: וועלכע פראגרעם איז גוט פאר חשבונות

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 2:46 pm
דורך גרויזאמער
א גרויסן יישר כח פאר הרוצה בעילום שמו, הנקוב בניק: leiby פארן מיך שיקן אין אישית די פונקטליכע אינפארמאציע פון די פארלוירענע אשכולות.

****
איך וויל דא בארירן א נושא וואס איך האב נאכנישט געזען געהעריג אויסגעשמועסט. די איינציגסטע פלאץ וואו איך האב געהערט מער ווי געווענליך רעדן דערפון איז ביי די קרן עזר סעמינארן (אין וויליאמסבורג דורך ר' מנחם הארטמאן, און קרית יואל דורך ר' וואלף זילבערשטיין).

יעדע מענטש איז א בעל הבית פון א פירמע, זיין שטוב. חוץ די אלע פרעשאור וואס ער האט דארט - וואו יעדע בעה"ב פון א פירמע האט, איז די געלט חלק א גרויסע פאקטאר וועלכע עס ווערט ביי 90 פראצענט מענטשן געהעריג איגנארירט.

מען ארבעט שווער פאר די געלט, אבער איינמאל עס קומט אריין אין "קאסע" - ביי זיך אין שטוב באקומט עס פליגלען, און עס טוט וואס עס וויל, עס געשעט מיט דעם זאכן וואס נישטאמאל דער "אויסגעבער" וועט געדענקן דערפון א טאג נאכדעם. און כל שכן דער בן זוג.

די קאנסקעווענצן קענען זיין פאטאל, געוואנדן אין די פארדינסטן. אבער אפילו ווען מען מאכט ברייט ב"ה האט מען בכלל נישט קיין חשבון וויפיל עס קאסט דאס לעבן, און ווען עס קומט צו א דעסיזשען ווי מופן וכדומה ווערט די באשלוס באזירט אויף דמיונות וויפיל מען קען זיך יא אדער נישט ערלויבן, און וואס עס הייסט צו סאך פאר אים.

עס קלאפט אויך אויס ביים סעיווען געלט, ווייל מען לייגט אוועק געלט בלויז ווען מען זעט אינעם ענוועלאופ אז מען האט איבריג געלט. מען וואלט געקענט פיל מער ווי דעם אוועקלייגן מיט פשוטע אויפמערקזאמקייט, און איך רעד נישט פון דעם פראדוקט וואס הייסט "שפארן געלט און באקוועמליכקייטן", ניין, איך רעד פון פשוט אז מען זעט ווי געלט גייט און קומט געשעהן אנדערש זאכן.

די פשוטע תירוץ אויף דעם איז אז עס איז פארבינדן מיט אסאך שוועריגקייטן צו פירן די געלט חשבונות אין שטוב.

1) וואו פירט מען די חשבונות? וויאזוי? עקסעל פייל? קאמפיוטער? צעטלעך?

2) אן עקסעל פייל וכדומה קען מען מאכן עס זאל זיך אויסרעכענען די סך הכל, אבער פון די אנדערע זייט וואו קומט מען אן צום עקסעל פייל נאך יעדע דאלער?

3) נאך יעדע נארישע דאלער וואס איך ספענד דארף איך מאכן א גאנצע קאלקיולעישאן? עס באריכטן צום צעטל\קאמפיוטער?

4) וואס טוט מען מיט די עקרת הבית? ווען זי שלעפט זיך מיט קינדער קויפן זאכן, זי שטעלט זיך אפ ביי א שפילצייג געשעפט קויפן עפעס דארף זי עס באריכטן?

5) קוקט דאס נישט אויס ווי מען לייגט פרעשאור אינדערהיים פונקט ווי מען האט געהאט אלץ בחור, "וואס האסטו געטון מיט דעם קוואדער? פארוואס האסטו עס געקויפט"? וכו'

דער אמת איז אז ביי יעדעם זענען די קאמפיוטער מעגליכקייטן אנדערש, אבער ביי רוב היימישע אידן געפונט זיך נישט -לפחות "הענדי" - א קאמפיוטער אין שטוב לכל עת מצוא אויף א אפענעם פארנעם, וואס מאכט פילפאכיג שווערער דעם ענין.

*

די עצה:

מיר ווירבלט אין מח אזא פראגרעם - איך וואלט געצאלט דערפאר אפילו אויב עס קאסט 30 צו 50 דאלער א יאר - וואס מען קאלט אריין א נומער און יענע נומער פלעגט גלייך: וויפיל האסטו געספענד? - מען לייגט אריין די נומערן אין טעלפאן, און די נעקסטע שאלה איז: פארוואס האסטו עס געספענד? און דא זאל מען קענען אנשטעלן קאטאגאריעס, מען דארף נישט אריינלייגן יעדע פרטית'דיגע ענין, נאר קאטאגאריעס וואס יעדער זאל קענען קאסטומייזן: פאר עסן דרוק 1, פאר קליידונג דרוק 2, פאר שכר לימוד דרוק 3, מען דרוקט די נומער און עס פרעגט נאך איין שאלה: ווער ביסטו דער מאן דרוק 1 דער ווייב דרוק 2. ובזה נגמר הענין.

יעדע חודש קומט אן א "סטעיטמענט" אויפן פאסט מיט די חשבון פון די גאנצע חודש!

דער רעיון עגבערט מיר זייער שטארק, פארוואס איז נאכנישט דא אזא פשוטע זאך? עס קען דאך ראטעווען אזויפיל אידיש געלט!

נאר עס קען זיין עס איז יא דא, ווען מען קוקט אויפן אינטערנעט איז דא אזויפיל סייטס און המצאות פאר פערזענליכע בודזשעטינג אז מען ווערט פארלוירן, קען זיין צווישן די אלע סייטס געפונט זיך שוין אזא זאך, איך ווייס נישט.

ווער עס קען העלפן מיט איידיעס און ידיעות ווערט געבעטן דאס צו טון לצורך הרבים.

יישר כח.


מאנאגרעמס האט געשריבן:שכח גרויזאמער פאר'ן אנהייבן דעם שמועס.
איך וואלט אויך זייער שטארק געוואלט הערן מער בעניני בודשעטינג.





אייער_קיכל האט געשריבן:ס'געפעלט מיר גראדע דיין איידיע... אפשר קען קרן עזר טאקע אהערשטעלן אזא האט ליין?

די אמת איז אז ביי מיר פרובירט מען ווי מער צו נוצן א קרעדיט/דעביט קארד ביים שאפן, אזוי האסטע אלעס אויפן סטעיטמענט סוף חודש,
נאך א שטיקל עצה, סעיוו אלע רעסיטס און איינמאל א וואך אדער חודש מאך די חשבונות, אז דו האסט א רעסיט פאר יעדע זאך איז עס סך גרינגער .

(אין איין וועגס וויל איך טאקע אויסדריקן מיין וויי געשריי קעגן די היימישע געשעפטן וואס געבן נישט קיין "רעסיט'ס", ממש אסאך מאל כ'קויף איין אפאר פראדקוטן אין גראסערי און כ'באצאל, און ווען ס'קומט ארויס די רעסיט פונעם רעכן מאשין געט עס דער קעשיר גלייכגילטיג א צוקנייטש און אריין אין מיסט קאסטן... זיי מאכן אז מ'זאל זיך דארפן שעמען צו פארלאנגן א רעיסט... און דאס איז שוין חוץ מזה וואס רוב געשעפטן האבן נישט קיין פרייז טשעקער'ס)



לוסטיג האט געשריבן:גרויזאמער! א גוטן איידיע, איך האלט גראדע דערפון, אבער איך האב אמאל געהארט פוןן אן אנדערן פראקטישער, אין מער אויספירבארע איידיע.

דהיינא: מען נעמט אפאר ענוועלאופס אין מען שרייבט ארויף אויף יעדן איינעם פון זיי א נאמען וואספארא געלטער עס גייען זיך געפונען דארט, ווי למשל:

רענט\מארגעטש.
גראסערי.
שכר לימוד.
בילס, לעקטער\געז\טעל וכו'
קרעדיט קארד, אין פארשטייט זיך עס ווערט נישט געספענד גארנישט ביפאר די געלט ווערט אריינגעלייגט אין דעם ענוועלאויב, אזוי איז דא עפעס א חשבון וויפיל מ'וועט ספענדן אויפן קארטל א חודש.
מעשר.
קאר.
סעווינגס.(אויב מעגליך)

אין אזוי ווייטער אלע מינע עקספענסעס, אין דערנאך יעדע וואך ווען מ'ברענגט אהיים די וועיזשעס, צוטיילט מען עס גלייך אין די אלע ענוועלאויב'ס, אין אזוי איז דא עפעס א שטיקל חשבון וויזוי אין וויפיל מספענד אין א מעגליכקייט אוועקצולייגן אביסעל אינדערזייט.

איך האב גערעדט צו געוויסע וואס טוען אזוי און זיי זענען זיער מצליח.

דער עיקר מ'זאל האבן אסאך געלט!
נעע.. נע..נע..נע! נעע.. נע..נע..נע.. אויסדריקלעך!





צים פינטעל האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט



שוועמל האט געשריבן:גרויזי כ'אב שוין געהערט פון קרן עזר צו מאכן חשבונות וכו'. אבער צו וואס העלפט דאס און וואס גייט דאס אויפטון?
די חשבונות פון 50+ 175 וועט טאקע געבן א טאטאל וויפיל האסט געספענדט דעם חודש אבער צו וואס טויג עס ווען דער חודש איז שוין אריבער און דו זעסטוך מיט קרוב צו א לאך.

די עצה איז א-ווי לוסטיג זאגט, ענדערש אוועקלייגן געוויסע סכומים לצורך דעם און דעם צוועק נאך איידער מען נוצט זיי אויס, דאס וועט העלפן פולפאכיג, האסט חשבון אויף יעדן דאלער, גיבסט אויס די געלט אויף פון פריער באשטימטע וויכטיגע צוועקן, דארפסט נישט קאלן\שרייבן נאך יעדן אויסגאבע, וכו'

בין איך גערעכט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 07, 2010 10:13 pm
דורך leiby
--------------------------------------------------------------------------------

דורך פראפעסאר שטארקמאן אום דינסטאג יולי 13, 2010 11:56 am

http://www.mint.com/

http://www.financessoftware.com/index.php

לעצט פאראכטן דורך פראפעסאר שטארקמאן אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:25 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פראפעסאר שטארקמאן
שר מאה
הודעות: 102

--------------------------------------------------------------------------------

דורך סתם_אזוי אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:13 pm

איינער האט דא פריער ארויפגעלייגט די סייט?
https://money.strands.com/

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
סתם_אזוי
שר תשעת אלפים
הודעות: 9558

--------------------------------------------------------------------------------

דורך סתם_אזוי אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:16 pm

קען מען טראסטן די סייטס?
מעג איך אריינלייגן מיין יוזער נעים, פעסווארד פון מיין באנק אקקאונט אין די סייט?

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
סתם_אזוי
שר תשעת אלפים
הודעות: 9558

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פראפעסאר שטארקמאן אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:28 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:איינער האט דא פריער ארויפגעלייגט די סייט?
https://money.strands.com/



יא איך האב עס ארויף געלייגט אין אראפגענומען אין געלייגט א צווייטע ענדליכע וואס האט נישט קיין נישט איידעלע בילדער, אין אויך א סאפטוועיר וואס מען קען דאונלאודען וואס מען זאל נישט דארפען מורא האבען וועגען פרייוועסי

פראפעסאר שטארקמאן
שר מאה
הודעות: 102


--------------------------------------------------------------------------------

דורך סתם_אזוי אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:32 pm

פארוואס ווען עס איז א סאפטוועיר דארף איך נישט מורא האבן וועגן פרייוועסי?

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
סתם_אזוי
שר תשעת אלפים
הודעות: 9558


--------------------------------------------------------------------------------

דורך פראפעסאר שטארקמאן אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:35 pm

ווייל ס'איז אויף דיין קאמפיוטער אין ס'האט גארנישט מיט די דרויסענדיגע וועלט, פארשטייט זיך ס'איז אלעמאל דא א מעגליכקייט א קאמפיוטער זאל געהעקט ווערען טאמער ס'איז קאנעקטעד צי די אינטערנעט אבער דאס איז שוין א צווייטע זאך

פראפעסאר שטארקמאן
שר מאה
הודעות: 102

--------------------------------------------------------------------------------

דורך אלף בית אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:44 pm

בקיצור, וועלכע לוינט זיך די בעסטע?
אלעס איז פרי?


אגב, פראפעסער שטארקמאן. מזל טוב צו ווערן א שר המאה.

א גוט ווארט, איז אלעמאל גוט
אלף בית
שר האלף
הודעות: 1615

--------------------------------------------------------------------------------

דורך צים פינטעל אום דינסטאג יולי 13, 2010 11:45 pm

וואס האט מען דא אויפגעטוהן למעשה מוז מען ווייטער צוקומען צו א קאמפיוטער
לויט מיין מיינונג קען מען זיך פאר דעם געלט אויסלערנען די פשוטע א-ב פון קוויק בוקס און עס דארט טוהן
אבער מהאט דאך אנגעהויבן צו רעדן פון א אלטערנעטיווע פלאן דהיינו פון א פאון

ואת האאעעעלללף
צים פינטעל
שר האלף
הודעות: 1012

--------------------------------------------------------------------------------

דורך שוועמל אום מיטוואך יולי 14, 2010 12:18 am

קוויק בוקס איז צו קאמפליצירט פאר אזא זאך.

די גרינגסטע איז QUICKEN, אויך פון די זעלבע קאמפאני INTUIT.

לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7288

--------------------------------------------------------------------------------

דורך זיס אום מיטוואך יולי 14, 2010 3:04 am

שוין עטליכע יאר וואס איך פיר זיך מיט מיין הנהגה און עס ארבעט אויסערגעווענליך גוט.

אנהויב דעם גוי'אישן יאר מאך איך א פונקטליכע חשבון וויפיל מיינע הכנסות זענען במשכ'ן גאנצן יאר. איך מאך א ליסטע פון טעגליכע פארדינסטן, מיין וועידזש ביי די ארבעט, סתם געלט וואס פאלן אריין פון זייטיגע דילס, טעקס ריטערנס וכדומה, אלעס ווערט ביי מיר אראפגעשריבן און איך מאך דעם סך-הכל פארן גאנצן יאר.

דערנאך נעם איך די אלע פארדינסטן און איך צוטייל דאס אין צוועלף, פאר די צוועלעף חדשים אין יאר, אזוי האב איך פונקטליך דעם חשבון וויפיל איך פארדין א חודש (מען מוז קודם איינטיילן לויטן יאר און דערנאך לויט די חדשים, ווייל פיל מאל פארדינט מען געוויסע חדשים מער אדער ווייניגער, מען דארף נעמען דער וויקעישן סעזאן און די ימים טובים סעזאן, יעדער איינער לויט זיין אפמאך ביי די ארבעט).

אצינד האט מען שוין דעם סך-הכל וויפיל מען פארדינט א חודש (טייל מענטשן ווייסן דאס אפילו נישט...).

יעצט גייט מען מיט די הוצאות:

מען נעמט א ליסטע פון אלע הוצאות במשכ'ן גאנצן יאר, אנגעהויבן פון די חודש'ליכע הוצאות, דירה געלט (מארטגעדזש), שכר לימוד, עטילעטיס, גראסערי, פלייש, פיש, קאר, וכולו, און געגאנגען ווייטער מיט די איינמאליגע הוצאות, וויקעישן, תשרי, ניסן (תשרי קאסט טיילמאל מער ווי ניסן), א שמחה וואס ווארט אין די משפחה, נסיעות, און נאך.

אזוי ווי ביי די הכנסות מאכט מען מיט די הוצאות, מען מאכט א סך-הכל אויפן גאנצן יאר און דאן צוטיילט מען דאס אויף צוועלעף לויט די חדשים.

אצינד האט איר דעם סך-הכל, וויפיל איר גיבט אויס א חודש (עס איז נישט ממש יעדע חודש, ווייל איין חודש גיבט מען אויס מער ווי די צווייטע, אבער אין עווריטש איז עס גלייך).

יעצט האט איר שוין דעם סך-הכל וויפיל זענען אייערע הכנסות פאר א חודש און ווויפיל זענען אייערע הוצאות.

אויב איז די הכנסות מער ווי די הוצאות, מה טוב ומה נעים, איר דארפט דעמאלס שטרעבן און זען נישט צו פאר'תכל'עווען די געלט, און דאס אוועקלייגן אויף גוטע פלעצער אדער טון ביזנעס דערמיט (א שמועס פאר זיך ווי אזוי דאס צו טון), אויב אבער זענען אייערע הוצאות מער ווי די הכנסות, דאן געפינט איר זיך אין א לאך, איר מאכט נישט גענוג געלט און איר דארפט זען צו העכערן אייער פארדינסטן.

יעצט אזוי:

פאראן אמאל מענטשן וואס געפינען זיך באמת אין א לאך, נאר זיי באמערקן עס נישט. פארוואס? - ווייל חודש'ליך קומען זיי שיין דורך, נאר ווען עס מאכט זיך א גרעסערע הוצאה דארפן זיי זיך בארגן. דאס איז זייער א פאלשער חשבון, ווייל גייענדיג אויף דעם אויבנדערמאנטער וועג וועט איר זען אז איר פארמאגט נישט.

דאס זעלבע קען זיין פארקערט: פאראן מענטשן וואס קוקן זיך אן אלס נישט גוטע פארדינער ל"ע, ווייל חודש'ליך זענען די הוצאות מער ווי די הכנסות, אבער דאס איז א טעות, ווייל דער טעקס ריטערן אדער די יערליכע געלט סומע וואס דער באבע שיקט, דעקט די אלע הוצאות, נאר דער מענטש זעענדיג אז ער פארמאגט אזא גרויסער סכום שפירט זיך פלוצלינג באקוועם און תכלעוועט אוועק די געלט אויף אלע זייטן, בשעת ווען אויב וואלט ער געלעבט מיט א חשבון וואלט ער אויסגערעכנט אז די געלט זאל גיין אויף די ריכטיגע פלעצער.

השתא דאתית להכא, נאך וואס מען מאכט דעם חשבון, דארף מען נעמען א פענע מיט א פאפיר און אנהויבן שרייבן מער קלארער

קודם זאלט איר מאכן א פשוט'ן חשבון וויפיל זענען אייערע הוצאות והכנסות אין א פשוטן חודש, ווען עס איז נישטא קיין אויסערגעווענליכע מצבים, למשל אזוי:

חודש רגיל הכנסות הוצאות
6000 5000


אצינד גייט אריבער מער בפרטיות אויף יעדן חודש, זעט וויפיל איר וועט פארדינען במשך דעם חודש, און וויפיל אייערע הוצאות וועט זיין, און פון וועלכע געלטער איר וועט לעבן יעדן חודש.

למשל אזוי:

חודש הכנסות הוצאות
ניסן 5000 6000 (אלף מטעקס ריטערן)
אייר 6000 5000
סיון 6000 5000
תמוז 6000 8000 (עושים שמחה, ליקח שני אלפים מחדשיים שעברו)
אב 5000 (וועקעישן) 7000 (הוצאות הקעמפ והקאנטרי, ליקח מדמי מתנה)
אלול 8000 (6000 מעבודה ו2000 מתנה לכבוד יום טוב) 6000 (אלף לכבוד יום טוב)
תשרי 4500 (זמני ימים טובים) 7000 (הוצאות החג, ליקח מטעקס ריטערן)
חשון 6000 5000
כסלו 17000 (טעקס ריטערן 11000) 5000
טבת 6000 5000
שבט 6000 5000
אדר 6000 5000

יעצט זאל מיר קיינער נישט פארהערן און מיר פרעגן צי דאס זענען מיינע הכנסות והוצאות, אדער אז קעמפ דארף קאסטן מער למשל... איך שרייב דאס אלעס בדרך משל... איך האב אויך נישט אויסגערעכנט אויב לויט דעם חשבון איז די הכנסות מער אדער די הוצאות, אבער דאס איז בערך די וועג ווי אזוי איך רעכן אויס יעדע אנהויב יאר.

אמת: נישט אלעמאל פארט דער פלאן ווי אזוי מען האט עס אויסגעשטעלט פון פריער, אמאל מאכט זיך אן אומפאראויסגעזעענע הוצאה, הגם מען לייגט דאס אויך אריין אין חשבון, אבער נישט אלעמאל קען מען זיך אויסרעכענען אויפן האר. אבער אכציג פראצענט דערפון שטימט... אויב מען מאכט נישט דעם חשבון, שטימט נישט גארנישט. אז מען מאכט דעם חשבון ווייסט מען בערך וואו מען האלט אויף די וועלט.

דאס איז ווי אזוי איך פיר מיינע חשבונות לעצטע דריי יאר, און איך בין שטארק צופרידן פון דעם וועג. איך ווייס וואו איך האלט און איך ווייס ווי אזוי איך גיי ענדיגן דעם יאר, בערך.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן אלע מאכן ריזיגע געלטער, און לעבן מיט הרחבה און מיט הרחבת הדעת וכל טוב.

זיס
שר חמש מאות
הודעות: 662

--------------------------------------------------------------------------------

דורך זיס אום מיטוואך יולי 14, 2010 3:15 am

איך האב פארגעסן צוצולייגן, אן עצה צו די עצה:

עס איז גוט סתם אזוי, צו האלטן חשבון יעדע חודש וויפיל די הוצאות והכנסות זענען טאקע געווען, און וויפיל מען האט זיך גערעכנט אז עס וועט זיין, עס איז כדאי דאס אפצולערנען אין די קומענדיגע יארן און זען וויפיל מען דארף זיך רעכענען אויף הוצאות והכנסות.

כל טוב.

זיס
שר חמש מאות
הודעות: 662


--------------------------------------------------------------------------------

דורך חיים של פרנסה אום מיטוואך יולי 14, 2010 3:35 am

רבי לעבן, דו טוסט א געוואלדיגע ארבעט.

איך וואלט דיר געהאלפן דאס אראפ שרייבן און מפיץ זיין, כהאב די מעגליכקייטן בעזר ה'.

די הויפט זאך איז, אז מען זאל נעמען די "צייט" פאר ישוב הדעת, דעמאלטס איז נאר די שאלה ווי אזוי דאס מסדר צו זיין, אבער לויט ווי מיר זעהען אין אונזער חסיד'ישע וועלט, איז דער לאך פשוט די טאג טעגליכע ביזינעסס, אונזערע יונגעלייט געבן פשוט נישט די צייט.

דו ווייסט וויפיל אונזערע יונגעלייט צאלן איבער אויף טיקעטס א יאר?
און וויפיל צאלט מען אין באנק פי'ס א יאר?
און ביי וויפיל יאר איז מען מודה אז מען האט למעשה נישט געפייט קיין איין טיקעט?
דאס אלעס קומט ווייל מען געט נישט אוועק צייט פאר מאני מענדזשמענט צו שפארן געלט אין נאך צייט.

דו ווייסט וויפיל טייערע צייט און געלט אני הקטן האב געצאלט פאר געשלעפטע קארס און אום באצאלטע טיקעטס? רעד נישט דערפון ווייל ספאסט מיר נישט צו טראכטן נאכאמאל פון דעם.
שכח.

און נאך אזעלכע פארנאכלעסיגקייטן וואס פאסירן ביי אונזער ציבור, וואס מענטשן (ביי בשמחה'דיגע מענטשן געשעט דאס מערער) מיינען אז אלעס וועט אזוי גוט גיין ווי ביז יעצט , און דערפאר טוען זיי זיך נישט אריין אין דעם עומק הנושא וואס הייסט "מאני מענעדזשמענט".

מען קען קלערן אז מען דארף אנהייבן ביי די חתנים טרעינען וואס דאס מיינט.

און בארא פארק האט א מוסד גע'עפנט "חתן קלאסן" פאר אידישקייט, שלום בית וכו', און צוויי פון זייערע שיעורים איז באזירט אויף געלט טאקע.

סיי ווי אזוי, דו טוסט א ארבעט וואס כלל ישראל דארף האבן, חזק חזק ונתחזק.

חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
חיים של פרנסה
שר חמישים
הודעות: 87

וועלכע פראגרעם איז גוט פאר חשבונות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:32 am
דורך מי יודע
איז דא א גרינגע פראגראם ווי מען קען האלטן חשבונות אויף די הוצאות והכנסות, איך וויל קענען אריינלייגן יעדן דאלער וואס קומט אריין, און האלטן חשבון אויף יעדן דאלער וואס גייט ארויס סיי אין די ביזנעס און סיי אייגענע אויסגאבן, נישט זיין צופלויגן און צופארן נישט צו וויסן וואס דער מארגנדיגן טאג (און הוצאות) וועלן ברענגן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:47 am
דורך האלץ האקער
פאר א ביזנעם איז quick books זייער גיט אבער פאר זיך איז Quicken אויך גיט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:42 am
דורך שמן זית
פאר דזשאסט הוצאות והכנסות איז עקסעל די בעסטע, צו קאטאגרייזן די די אויסגאבן און די איינקופטן איז קוויק בוקס די בעסטע, קוויק בוקס האט נאך א מעלה אז דו דו דארפסט גארנישט קענען, דארפסט נאר וויסן יעדע זאך אין וועלכע קאטאגאריע עס גייט אריין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:06 am
דורך מי יודע
יישר כח

אמנם דא עקא איני יודע וואס איז דאס קוויק בוקס, איך קען דעם נאמען אבער איך האב דעם פראגראם נישט געזען אין מיין לעבן, דאס דארף איך קויפן דאונלאדן? די זעלבע זאך קוויקען, מה זה? מי יודע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:13 am
דורך מאנ-יימער
דא האסטו א עקסעל שיט פאר באדשזעטינג פון חבירינו שמעלקא טויב
viewtopic.php?p=384547#p384547

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:27 am
דורך geek
האלץ האקער האט געשריבן:פאר א ביזנעם איז quick books זייער גיט אבער פאר זיך איז Quicken אויך גיט

אמאל געווען דא בחינם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 2:36 pm
דורך שאינו יודע

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 9:40 am
דורך מי יודע
יישר כח פארן מיך צופירן צו שמעלקא'ס עקסעל שיט, ס'קוקט אויס גוט, איין שאלה נאר, וואס מיינט PROJECTED MONTHLY INCOME און וואס מיינט ACTUAL MONTHLY INCOME

און שפעטער איז אויך צוטיילט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2012 1:21 am
דורך ליהודים
Projected איז וועלכע מען לייגט צום ערשט אריין וויפל די שטעלסט זיך פאר (אומגעפער) עס גייט דיך קאסטן.
דערנאך שטעלסטו אריין וויפל עס האט דיך באמת אפגעקאסט. דערנאך גענסטו צושטעלן די צוויי און זעהן צו דיין לעבן קאסט דיך מער ווי דו שטעלסט זיך פאר אדער גאר ווייניגער.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2012 2:48 am
דורך leiby
ווי איז עס שייך ביי חודש'ליכע עקספענסעס ווי רענט וכדו'?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2012 11:38 am
דורך ליהודים
אין הכי נמי. די חודשליכע הוצאות וועלן גאנץ מעגליך בלייבן אייניג צווישן דעם "פראדזעקטעד" סכום און דער אקטועלער סכום. עס וועט אבער מעגליך כאפן א נפקא מינה ביי די אנדערע הוצאות ווי למשל גראסערי, גאזאלין, עלעקטעריציטעט, א.ד.ג.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2012 7:00 pm
דורך מי יודע
יישר כח

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2012 8:26 pm
דורך DotCom
Quicken איז אוודאי דאס בעסטע ווען עס קומט צו פערסאנאל פיינענסעס, צוליב וואס מען קען קאטעגארייזן, דאונלאודן דירעקט פון די באנק, רעפארטס, ועוד ועוד.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 12, 2012 11:28 am
דורך מאנ-יימער
געטראפן אן אלטע אשכול
viewtopic.php?f=26&t=11919