אויטלוק: איך וויל אימעילן צו א פעקס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:37 pm
וואו איר זעט אינעם קעפעל איז מיין צול דא געוואויר צו ווערן צו עס איז שייך אין אויטלוק צו שיקען אן אימעיל צו א פעקס, איך האב א חבר וואס זאגט מיר קלאר אז עס איז דא אזא זאך, מען גייט ביי די אדרעסע אין מען לייגט אריין די ווארט [FAX] און מען דארף צולייגן נאך א נאמבער אדער צוויי אין עס דארף גיין, וויל איך נאר וויסן איז דא דא איינער וואס קען מיר אנצייגן פינקטליכער וואס איך דארף טוען עס זאל ארבעטן? ועוד וואס קען איך יא שיקן אין וואס נישט? איך פארשטיי אז א בילד וועט נישט גיין, אבער וואס איז די מעשה מיט א פי די עף, וועט דאס יא גיין? לכאורה אויך נישט אבער איך פרעג נאר ווייל איך וויל וויסען אויך נישט נאר זיך פארשטעלן.
א יישר כוח פאר דער וואס נעמט זיך די צייט צו ענטפערן.
א יישר כוח פאר דער וואס נעמט זיך די צייט צו ענטפערן.
