בלאט 1 פון 1

וואס מיינט self employed

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 11:42 pm
דורך שוועמל
קודם די מציאות דערפון, צי מיינט עס ווען דער באטרעפענדער נעמט ארויס וועיזשעס פון זיין אייגענע קארפארעשאן, LLC אד"ג? [אייגענע מיינט ער איז CEO אדער אייגענטומער].
אדער מיינט עס מען ארבעט פאר עני קארפארעשן [אריינגערעכענט די אייגענע] אונטער די אייגענע נאמען אן קיין קארפארעשן למשל ביים געבן א 1099?
ובכלל מעג מען לעגאל אזוי פארדינען געלט אויף א רעגולער בעסיס?


וואס זענען די עדווענטעזשעס אדער דיסעדווענטעזשעס פון זיין סעלף עמפלויעד?
לגבי טעקס, צאלט מען ווייניגער וויבאלד ס'יז נישט קיין קארפ.?
אין די לומדות דערפון, מיט וואס איז עס אנדערש פון א LLC?

איז דא עפעס בענעפיטן לגבי שטאטישע פראגראמען ווען מ'איז סעלף עמפלויעד?
איז חל די זעלבע הלכות ווי אין אלגעמיין לגבי אינקאם, קינדער וכו'?
וויאזוי ווייזט מען אויף אינקאם? וויבאלד די סכום איז נישט באשטימט אמאל מער אמאל ווייניג וכדו' אמאל טשעקס אמאל קעש [מיר רעדן לעגאל! ביטע נישט רעדן קיינע איבריגע רייד]?


א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 7:09 am
דורך בן בוזי
סעלף עמפלאימענט איז דער פשט אז מ'ארבעט פאר זיך נישט אונטער א קערפערשאפט, אויף וואס מ'פיילט דערויף א 1099 פאר טעקסעס, איך וועל רעדן בלויז לגבי שטאטישע בענעפיטן, דער דיסעדווענטעדזש דערפון איז אז ס'פלאקטשועיט ד.ה. אז ס'נישט יעדע חודש דער זעלבע ממילא איז שווער זיך אויסצורעכענען וויפיל עס זענען די אמת'ע וועידזשעס, משא"כ ווען מ'איז אונטער א קאראפארעישאן נעמט מען דעמאלטס ארויס א באשטימטע וועידזש, אויב איז מען סעלף עמפלאיד דאן דארף מען גיין אחת בשנה פאר אן אודיט ד.ה. אז דער אקאונטענט פון סאשעל סערוויסעס וועט איבער גיין אייער ביזנעס דורך אריין קוקן אין די לעצטע 6 חדשים'דיגע באנק סטעיטמענטס דורך קוקן אייער פאריעריגע ריטוירן און דורך קוקן אייערע אינוואיסעס דורך דעים וועט ער מאכן אן עוורידזש ד.ה. אז ער וועט צוטיילן דער אינקאם וואס איז אריין געקומען אין משך פון די לעצטע 6 מאנאטן אויף 6 חלקים און דאס וועט זיין דער מאנאטליכע אינקאם, (ביים האבן אן אייגענע קארפארעישאן דארף מען אויך איבער גיין אן אודיט אבער דעמאלטס איז עס צו מאכן זיכער אז די באשטימטע וועידזשעס זענען טאקע דאס וואס ער האט איינגעגעבן און גארנישט חוץ דעם גייט פאר איהם).

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 15, 2010 7:47 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איינס פון די גרעסטע בענעפיטס פון סעלף עמפלויד איז אז מקען שרייבן אויף אייוועלט א גאנצן טאג (און נאכט).

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 8:10 pm
דורך שוועמל
בן בוזי האט געשריבן:(ביים האבן אן אייגענע קארפארעישאן דארף מען אויך איבער גיין אן אודיט אבער דעמאלטס איז עס צו מאכן זיכער אז די באשטימטע וועידזשעס זענען טאקע דאס וואס ער האט איינגעגעבן און גארנישט חוץ דעם גייט פאר איהם).

הייסטעס אז ווען איינער איז עמפלאויד ביי זיין אייגענע קארפארעשאן דארף ער דורכגיין א אודיט ביי סאשעל סערוויס?
דאס איז א געוואלדיגער חידוש וואס איך הער!

מיט וואס איז דאס אנדערש פון אן עמפלויאי ביי סתם א קארפארעשאן?
און פון וואנעט ווייסן זיי בכלל אז דער זעלבער מענטש איז OWNER פון די קארפארעשאן ביי וועם ער ארבעט?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:46 pm
דורך פונקטליך
בפשטות סעלף עמפלאויד איז ווען מ'ארבעט ביי א קאמפעני נישט אויף עמטליכע וועידשעס נאר א איינמאליגע ארבעט (למשל איין מאל אויפגעקלינט א בילדונג), ס'טייטשט 'די ארבעטסט פאר יענעם נאר נישט אלץ זיין ארבעטער נאר אלץ דיין אייגענע בעה"ב', אויף דעם פיילט מען א 1099 און בשעת'ן פיילן צאלט מען די טעקסעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 3:29 pm
דורך בן בוזי
שוועמל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:(ביים האבן אן אייגענע קארפארעישאן דארף מען אויך איבער גיין אן אודיט אבער דעמאלטס איז עס צו מאכן זיכער אז די באשטימטע וועידזשעס זענען טאקע דאס וואס ער האט איינגעגעבן און גארנישט חוץ דעם גייט פאר איהם).

הייסטעס אז ווען איינער איז עמפלאויד ביי זיין אייגענע קארפארעשאן דארף ער דורכגיין א אודיט ביי סאשעל סערוויס?
דאס איז א געוואלדיגער חידוש וואס איך הער!

מיט וואס איז דאס אנדערש פון אן עמפלויאי ביי סתם א קארפארעשאן?
און פון וואנעט ווייסן זיי בכלל אז דער זעלבער מענטש איז OWNER פון די קארפארעשאן ביי וועם ער ארבעט?

ס'איז פאר מאנכע א חידוש אבער דאס איז דער פאקט, מען מוז זאגן פאר סאשעל סערוויסעס אז ס'איז אן אייגענע קאראפאראציע, און מ'דארף האבן אן אודיט.

אויב וועט איר באמערקן, דארף מען שוין נישט אריין שיקען ביי ריסערטיפיקעישאן פאר מעדיקעיד (עכ"פ אין ראקלענד קאונטי) די פעי סטאבס, ווייל זיי קוקן דאס אליינס נאך!

דעריבער וועלן זיי זעהן צו מ'האט פארדינט מער געלט פון דאס וואס מען האט איינגעגעבן (זיי זעהען נאר ביזן לעצטן פערטל-יאהר).
זיי וועלן זעהן אין די סטעיט ווער עס איז דער באלעבאס פון דער קארפארעישאן.

אויב זאגט מען נישט אויס אז מען איז דער אייגנטומער פונעם קארפארעישען, און זיי געפונען דאס אויס אליינס קענען זיי מאכן היבש פראבלעמען, ווי צב"ש זיי וועלן נעמען די גאנצע אינקאם פון די ביזנעס און זאגן אז דאס איז אייערס אהן דעם וואס זיי זאלן זיך רעכענען מיט עקספענסעס וכדו' אין רעזולטאט אויב זענט איר נישט געווען קוואליפיצירט פאר מעדיקעיד לויט דעם אינקאם וועט זיך פארלאנגען צוריק צו באצאלן דאס גאנצע געלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 9:34 pm
דורך שוועמל
מאכסט מיר שלשול