בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 9:52 am
דורך פריילאך
מן הסתם מיט אויסערליכע טעסט.

מיט א געהעריגע אפליקאציע, מען פרעגט זיך נאך אויף יענעם, און מען האט אלע זיינע אינפא.

משא"כ אויב עני ניק רופט אריין נאר איינמאל א סיזען, און בעט א טריפ צום זאך...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 11:44 am
דורך שמערי בערי
רייד יור וועי שטעלט אויך צו טריפס צום נושא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 8:35 am
דורך פארשטיי-נישט
איך בין זייער אינטערעסירט און די פראגראם אלץ איינער וואס קומט זייער אפט אריין און סיטי מיט מיין קאר פון קרית יואל, און אסאך מאל בין איך מסכים מיטצונעמען איינעם און נאכדערצו ווען עס רעדט זיך פאר געלט, אבער איך וויל נאר וויסן וויאזוי טשארדזשט מען מען טשארזשט א הונדערטער אזוי ווי אגעהעריגע קאר סערוויס טשארדזשט, אדער א 50 און אזוי האבן ביידע זייטן א הנאה,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 9:29 am
דורך קנאק אריין
אויב ס'איז אזוי א געהעריגע קאר סערוויס מה הועילו חכמים און ווי אזוי שלעפט מען קאסטומערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 10:17 am
דורך באזעסענער
קאר סערוויס דארף האבן א געהעריגע לייסענס לידעתי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 11:05 am
דורך פישל
דער עד מיט'ן מעסעדזש: א קאר מוז נישט זיין קיין עקספענס, מאכט א רושם ווי א קאר אינשורענס עידזשענסי, און עס ברענגט נישט אז קאר אייגענטומער זאלן רופן פאר פרטים.
דער עד אויף קול מבשר האט אויך נישט קיין הענט און פוס, וואס האט די היטשעס מיט רייד יור וועי?
אלענפאלס איך זוך נישט דא אראפצורייסן קיינעם ח"ו, נאר אדרבה איך וויל אז אזא גוטע איינפאל זאל מצליח זיין בעז"ה, און דעריבער בין איך מעורר אהערצושטעלן אדווערטייזמענטס וואס וועט ציען אויפמערקזאמקייט ביים ברייטן ציבור

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 12:44 pm
דורך JOELHEALTH
its a great idea but the ad is not good

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 2:02 pm
דורך פישל
קנאק אריין האט געשריבן:אויב ס'איז אזוי א געהעריגע קאר סערוויס מה הועילו חכמים און ווי אזוי שלעפט מען קאסטומערס

לעצטנס האבן זיך געעפנט עטליכע היימישע קאר סערוויסעס און ווען איך רוף האבן זיי נישט קיין דרייווערס
אלזא איך מיין אז דרייווערס איז א גרעסערע פראבלעם ווי קאסטומערס, אויב רייד יור וועי וועט אייביג האבן דרייווערס וועט ער אויך האבן קאסטומערס אי"ה
די שאלה איז נאר צו ער וועט טאקע האבן דרייווערס, נו רבותי רופטס ענק אן ווארעם, רייד יור וועי!

פארעפענטליכט: שבת יוני 12, 2010 4:45 pm
דורך קנאק אריין
נו מזל וברכה הלואי זאל עס גיין נאך אזויפיל אדווערטייזמענד אויפן קול מבשר זאלען זיי כאטשיג מאכען א פאר פיאסטער

פארעפענטליכט: שבת יוני 12, 2010 10:24 pm
דורך פינטעל
איז שוין די סיסטעם אין קראפט?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 7:48 am
דורך פריילאך
גם אני אודה לר' פישל,

ווען מען רופט א היימישע קאר סערוויס און ער האט נישט קיין קאר, רוף איך אונזער אלטע פארלעסליכע קאר סערוויס, ברוקלין, וואס האט אייביג (כמעט) א קאר עוועיליבעל.

צוריק צום נושא.

וועט ער האבן סטעדי דרייווערס אויך? אויב נישט הדרא הפראבלעים לדוכתיה.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 12:30 pm
דורך פליגל
פריילאך האט געשריבן:וועט ער האבן סטעדי דרייווערס אויך? אויב נישט הדרא הפראבלעים לדוכתיה.
קנאק אריין האט געשריבן:אויב ס'איז אזוי א געהעריגע קאר סערוויס מה הועילו חכמים און ווי אזוי שלעפט מען קאסטומערס
פישל האט געשריבן:לעצטנס האבן זיך געעפנט עטליכע היימישע קאר סערוויסעס און ווען איך רוף האבן זיי נישט קיין דרייווערס
אלזא איך מיין אז דרייווערס איז א גרעסערע פראבלעם ווי קאסטומערס, אויב רייד יור וועי וועט אייביג האבן דרייווערס וועט ער אויך האבן קאסטומערס אי"ה
די שאלה איז נאר צו ער וועט טאקע האבן דרייווערס, נו רבותי רופטס ענק אן ווארעם, רייד יור וועי!

כ'גיי פרובירן אריינציווארפן מיינע צוויי צענט כ'אף אז כ'על טרעפן צום פינטל (נישט די ניק).

לויטן פלאן עט'ס ארבייטן אזוי:
א מענטש רופט אריין אז ער זיכט א רייד קיין סוואן לעיק דאנערשטאג אנגעהויבן פון 3:00 נ.מ. און ער דארף כך וכך פלאץ,
דער דיספעטשער לייגט דאס אריין אינעם סיסטעם און שיקט ארויס א טעקסט פאר אלע מעמבערס ווער ס'פארט קיין סוואן לעיק דאנערשטאג פון 3:00 און ווייטער זאל זיך אנרופען,
אזוי ווערט דעם שידוך, איי אפשר פארט ער נאר קיין לאק שעלדריק? ני וואס טוט מען נישט פאר א פאר דאללער?
קומט אויס אז ער ברויך נישט האבן קיין דרייווערס איצט שוין (רייט-ע-וועי בלע"ז) עס וועט ארבייטן ווי א סקעדזשולד ארדער.

דיסקלעימער: כ'אב גארניש מיט דאס גאנצע געשעפט ס'יז נאר כנלענ"ד

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 12:35 pm
דורך ציקוועטשטער
פליגל האט געשריבן:קומט אויס אז ער ברויך נישט האבן קיין דרייווערס איצט שוין (רייט-ע-וועי בלע"ז)[/size]

פארדעם הייסט דאס טאקע רייד יור וועי, נישט רייט עי וועי כנלענ"ד (קרעדיט: פליגל)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 12:46 pm
דורך 1x1
salads האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:זייער א פיינע זאך

אבער איין זאך פארשטיי איך נישט. וויאזוי גייט מען באקומען א קאלל? דער וואס קען די שנעלסטע צוריק טעקסטן ער גייט עס באקומען?

נאר דער דרייוער וואס פארט ממילא


ג"א מצטרף לדברי קהת, און ס'זעט מיך נישט אויס ווי דער ענטפער איז וואס רב סאלאטן זאגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 3:51 pm
דורך פארצייטישע
ווייסט איינער אויב זיי גייען זיין אפען דאס יאר. און אויב יא, ווען עפענען זיי זיך. פאריאר האב איך נהנה געווען פון זייער סערוויס.

דערווייל אויף זייער ליין
7186777100
זאגן זיי נאר א מעסעדזש פון נאכן זוממער, אז זיי גייען זיין פארמאכט ווינטער און זיך צוריק עפענען זוממער. עס וואונדערט מיר, ווייל פאריאר די צייט האבן זיי שוין עדווערטייזט אין גרויסן, און געלאזט ווייסן די עולם מ'זאל זיי רופן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 4:18 pm
דורך סאדע_באטל
אויב איך מעג וויסן, וואס האסטו נהנה געווען ?

געווען א דרייווער ? אדער באקומען א רייד ?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 5:14 pm
דורך פארצייטישע
דרייווער,

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 12:03 am
דורך babaganush
מעכטיגע איידיע

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 7:33 am
דורך פארצייטישע
סאדע_באטל האט געשריבן:אויב איך מעג וויסן, וואס האסטו נהנה געווען ?

געווען א דרייווער ? אדער באקומען א רייד ?


אויב איך מעג פרעגן, פארוואס האסטו געוואלט וויסן? אפשר ביסטו פון די קאמפעני?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 8:27 am
דורך סאדע_באטל
איך האב געוואלט וויסן וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, אויב עס איז אזוי פשוט און גראד וואו זיי האבן אראפגעלייגט אויפן עד. אדער האסטו געהאט עטוואס עגמת נפש מיט דעם רייד ?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 9:16 am
דורך פארצייטישע
עגמת נפש?? פארוואס עפעס? זיי זענען געווען זייער ביזי ב"ה, און יא, ממש אזוי ווי זיי האבן געזאגט אויפן עד. זיי האבן געהאט מיין קרעדיט קארד, און נאך איך האב געענדיקט נעמען איינעם, האבן זיי אראפגענומען פון מיין קרעדיט קארד די פראצענט . און איך האב געהאלטן די גאנצע געלד פון די קאסטומער.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 24, 2011 12:44 pm
דורך אייער וועג
א גרויסן ישר כח פאר אלע מגיבים ביז אהער.

ב"ה פאריאר האט זיך עס אויסגעארבייט, עס איז געווען א גוטע ביזנעס מיט גוטע רווחים פאר'ן זומער.

ווי באלד מיר האבן א פול טיים דזשאב, האבן מיר עס ארויסגעשטעלט צום פארקויפן.

זייער געאיינגט איינער וואס זוכט א זומער דזשאב, מיט גאר גוטע פארדינסטן.

ערנסטע פאראינטערסירטע קענען רופן 347-623-0628

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 26, 2011 12:01 pm
דורך פאטאקי08

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 10:15 pm
דורך ד. פריעדמאן
קען מיר איינער זאגן צו עס עגזיסטירט נאך היינט אזא מין זאך? און אויב יא, ווי אזוי קען איך זיי קאנטאקטן?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 9:03 am
דורך פארצייטישע
עס איז דא א טוויטער אקאונט וואס ארבעט אויף די זעלבע מהלך
ride4halfprice@