בלאט 1 פון 1

ותצילנו... פון אפיס באזוכער!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 9:48 am
דורך your friend
איך ארבעט אין א ... קאמפאני, ווי עס ארבעט מיין באלבאאס, ר' איך, נאך איין קאלעגע און דער סעקרעטאר/בוך האלטער, איז אזויווי די אינדערסטרי איז נישט אזוי ביזי ווי עס פלעגט זיין, מאכט זיך א פראבלעם אז אונזערע סאבס/ספלייערס האבען זיך איינגעפירט א מנהגא טבא אפצושטאטן א באזוך צו אונז אין אפיס, און פארוויילן, טרינקען קאווע, מאכן זחך באקוועם, בקיצור שטיפען זייער צייט ביי מיר און אפיס! דאס טוט גאר שטארק שטערן די ביסל ארבעט וואס מיר האבן יא,
האט אפשר איינער א עצה וויאזוי זיי אוועק צושיקן אויף א שיינע וועג?
האט איר אפשר אויך דעם פראבלעם? נא, קענען מיר זיך אדורך רעדן.
זענט איר אפשר פון די באזוכער, לאמיר הערן דיין זייט פון די מעשה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 12:29 pm
דורך פאטאקי08
עמו אנכי בצרה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 12:34 pm
דורך thefact
קודם פרעגט מען יענעם איידעלערהייט אויב ער וויל עפעס ספעציעל אסאך מענטשן כאפן אויפן ווינק, אויב יענער פרעגט איך שטער דיר ענטפערט מען א ביסל אויב עס העלפט נישט למשל אויב יענער איז פרעך, ניין איך וויל נאר קוקן מיין אימעיל וכדומה הייבט מען אן יענעם צו בעטן קליינע טובות "זאג נאר קענסט אפשר גיין אין באנק פאר מיר איך זעה האסט עניוועי נישט וואס צו טון"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 1:13 pm
דורך קאמענטאטאר
thefact האט געשריבן:הייבט מען אן יענעם צו בעטן קליינע טובות "זאג נאר קענסט אפשר גיין אין באנק פאר מיר איך זעה האסט עניוועי נישט וואס צו טון"


חחח...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 1:54 pm
דורך שמערי בערי
זכרנו ימים מקדם ווען "דיין פרענד"ס ביזנעס איז געוועזן סלאו און האטער אפגעשטאטעוועט א באזוך ביי שמער'לען...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 2:01 pm
דורך your friend
שמערל, איך בין מיטן צונג אינדרויסן, האסט מיר געלייגט אין פלאץ!

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 8:50 am
דורך משה קארנפעלד
נישט מער געדאכט פלעג איך האבן דעם זעלבן פראבלעם, ביז איך האב מיט שיינעם פשוט מסביר געווען אז עס איז מיר שווער צו ארבייטן ווען מענטשען דרייען זיך מיר אינטער די פיס, מער ווייניגער האט עס געהאלפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 9:18 am
דורך שמערי בערי
"מיין" פרענד, איך בעט דיר איבער...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 9:25 am
דורך be smart
i was in the same problem i had a few empty computers that y they came up & i couldnt get to do the work
so i took away all empty computers within the week nobody came anymore

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 2:56 pm
דורך שטערנדל
יור פרענד, דערצייל די ענד פון די מעשה
האט זיך עס געענדיגט אין פריידען?