בלאט 4 פון 8

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 6:12 pm
דורך imzist

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 6:22 pm
דורך גרויזאמער
ווען דו האסט געלעגנהייט קאפי אריין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע אויך, שוין לאנג נישט געחזרט...

האלאו, מען פרעגט דיך קשיות, ענטפער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 6:44 pm
דורך שוועמל
די ריוויוס זעהט מען קלאר אין די קאנטעקסט אז ס'יז נישט קיין ריוויו, עס איז אן אדווערטייזמענט!
ער נוצט שטיקלעך לשונות וואס שטייט אליינס אין טענדאללער קליק.קאם.

אגב, איך קען דיר ברענגען צענדליגער ריוויוס פון מענטשן וואס רעדן זיך אפ זיי האבן נישט באקומען.
אבער לא זו העיקר, דו קליק ווייטער און קום אונז פארציילן אין צוויי חדשים ארום אז דו האסט באקומען א טשעקל פון עשרת אלפים דאן וועט מען זען אז דו ביסט יא גערעכט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 7:05 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
הרב אומזיסט

ווען קען מען ארויפקומען צו "אייך" נאך געלט.

זייער זייער א וויכטיגע צוועק.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 7:29 pm
דורך מאנאגרעמס
האלאו! דו פלאגסט זיך אומזינסט צו איבעררעדן די מענטשן דא אויף אייוועלט. קיינער גלייבט דיר נישט...
אומזינסט איז קיין קונסט!!!

יא, עס קוקט אויס זייער גוט.
הער אבער אויס אנדערע מענטשן מיט עקספיריענס. זיי בעטן זיך צו דיר אז דו זאלסט זיך - און אויך זיי - אפלאזן פון די שטותים!





[די ערשטע שורה איז פאר 'אימזיסט דער שווינדלער', די צווייטע שורה איז פאר 'אימזיסט דער תמימות'דיגער'.]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 7:41 pm
דורך צום זאך
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:הרב אומזיסט

ווען קען מען ארויפקומען צו "אייך" נאך געלט.

זייער זייער א וויכטיגע צוועק.....

ער זאגט אז די געלט איז ביים טיר. מען ברויך ניטאמאל ארויפקומען דערנאך, נעם וויפיל דו ווילסט און לאז עפעס פאר אנדערע אויך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 7:45 pm
דורך שוועמל
;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 9:08 pm
דורך צום זאך
רבותי! קליקט דעם אשכול ווי מער! ווען ס'קומט אן צו 10,000 צפיות זענט איר* די געווינער פונעם מעגא ביליאן לאטארי!

* רעסטריקציעס מעגן אפיעלן. מ'קען עס נישט קויפן פון מעות מעשר ע"פ הוראות אחד הרבנים. די געלט קען נישט ארויסגענומען ווערן אויף איינמאל. אדער א דאלאר א טאג, אדער 40% פונעם געווינס. וועלכע ס'קומט פריער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 10:23 pm
דורך imzist
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:הרב אומזיסט

ווען קען מען ארויפקומען צו "אייך" נאך געלט.

זייער זייער א וויכטיגע צוועק.....



אי"ה א שיין חלק פון די מעשר פונעם ערשטן טשעקל (און מעשר קומט אויס נישט ווייניגער פון טויזענט דאלער - א סכום וואס כ'גלייב אסאך פון - די אינגערע צווישן - אייך וואלטן זיך געווינטשן צו פארדינען וועכנטליך) האב איך געווידמעט בל"נ ארויס צו העלפן "פינטעל" אין זיין שווערן מצב...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 10:31 pm
דורך רעיא מהימנא
אימזיסט, לאז אפ. די עולם איז נישט אינטערסירט אין דיינע דמיונת. זאלסט וויסען אז די טראגסט א מוראדיגע אחריות פין מעגלעך איינארען מענטשען אין די שווינדעל!!
די וועסט קיינמאל ניש קאענען תשיבה טין, ווייל די גייסט קיינמאל נישט וויסען וועמען די האסט אריינגענארט.
חזור בך..!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 10:44 pm
דורך imzist
שוועמל האט געשריבן:די ריוויוס זעהט מען קלאר אין די קאנטעקסט אז ס'יז נישט קיין ריוויו, עס איז אן אדווערטייזמענט!
ער נוצט שטיקלעך לשונות וואס שטייט אליינס אין טענדאללער קליק.קאם.

אגב, איך קען דיר ברענגען צענדליגער ריוויוס פון מענטשן וואס רעדן זיך אפ זיי האבן נישט באקומען.
אבער לא זו העיקר, דו קליק ווייטער און קום אונז פארציילן אין צוויי חדשים ארום אז דו האסט באקומען א טשעקל פון עשרת אלפים דאן וועט מען זען אז דו ביסט יא גערעכט.



איך וועל דיר אי"ה ענטפערן על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.

א) יעדער איינגעשריבענער באקומט אביסל הילף פון זיי צו אדווערטייזן ווייטער (א אחריות'דיגע קאמפאני...) במילא נוצן אלע רעפערלס די זעלבע לשונות. אבער דער ערשטער חלק - ווי ער שרייבט אז ער'ט געמאכט אפאר טאלער - דאס איז בכלל נישט די לשון פון קאמפאני.

ב) עיימש"כ בזה לעיל דף ב' ותמצא נחת.

ג) כמובן מאיליו וועט די ערשטע פלאץ ווי כ'וועל מעלדן איבער מיין ערהאלטענע געלט, זיין דא אויף i-velt, נישט לשם ניצחון, נאר בלויז לקיים מה שנאמר: "שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה"... און קנאת סופרים תרבה חכמה...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 10:51 pm
דורך פינטעל
אומזיסט, איך ווארט אויף דיין טשעקל, די האסט נישט מער -ווי זעכציג טעג
און צום עולם דא: איין זאך האט אומזיסט זיכער אויפגעטון, נעמליך אויפפצולעבן דעם עולם, די לעצטע צייט איז די היכל דא געשלאפן (זעהט אויס די עולם ווייסט נאכנישט אז די ווינטער האט זיך געענדיגט)
און זייט אומזיסט האט ענאונסט זיין המצאה האבן זיך אפילו די פארשלאפענסטע ניקס א שטייגער ווי(...) אויפגעוועקט און געווארען שרעקליך ביזי אראפצורייסן אים צוזאמען מיט זיין המצאה
און איבער זיין עסק: ימים ידברו - געב אים זעכציג טעג צו צייגען א בילד פון אים מיט זיין גרויסע קאלירפולע טשעק
אדער נישט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 11:11 pm
דורך וויכטיג מאכער
אומזיסט, איך גלייב דיר אויפן ווארט אז דו גייסט מעלדן וועגן דיין טשעק, נאר זאג אונז ביטע, וואו האלטסטו? ביי וויפיהל טעג, און ביי וויפיהל געלט?

איך וויל פשוט וויסן פון ווען מ'מעג דיר פארהאלטן...

טאמער רעדסטו דיך איין איין רגע אז איך בין דיך מקנה, אדער איך האב נעבעך נישט קיין פרנסה, זאג איך דיר זאלסט וויסן קלאר אז נישט, איך פארגין דיר מיטן גאנצן הארץ, מאך וויפיל געלט די ווילסט, איך האב ב"ה שיין פרנסה, איך דארף נישט ווארטן קיין 60 טעג ארויסצונעמען 10,000, כאב שוין אין 2010 ארויסגענומען אפאר מאל דעם סכום, סאו איך האב נישט קיין שום סיבה דיך מקנה צו זיין.

און איך וויל דיר זאגן, אז אפילו די וואס רעדן יא פערזענליך רעדן אויך נישט אזוי וועגן זיי פארגינען דיך נישט, נאר פשוט ווייל זיי קענען נישט זעהן וויזוי איינער גייט בלינדערהייט מיט די קאפ אין וואנט אריין.

א זייטיגע נאטיץ, לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער, ביסטו פון די וואס נעמען פ.ס. און מעדיקעיד, וכד', נעם אין אכט, אז די געלטער וואס דו "גייסט בלי נדר" מאכן, גייען העכערן דיין אינקאם, און אזוי ארום נידערן דיינע בענעפיטן, און מעגליך העכערן שטייערן.

אז איך רעדט שוין, ווילעך פרעגן נאך א זאך וואס באדערט מיך, אויב פון יעדע קליק באקומט מען 10 דאללער, פארוואס קעמען נישט מאכן מער וואו 80-90 דאללער א טאג, מ'קעניש קליקן מער וואו איין מאל א שעה?

איך וואלט געקליקט 60 מאל אין א מינוט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 11:22 pm
דורך imzist
רעיא מהימנא האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס מען זאל קריטיקירן אומזינסט פערזענליך, אדרבה עס ווערט נתלבן דא קלאר די זאך, איך האב שטארק הנאה צו זען ווי רוב עולם ווייסט דעם אמת, אבער נאר אויף דעם אופן קלערט מען אויף פאר די אנדערע אויך.

אומזינסט דו ביסט געשטעלט געווארן צום וואנט לכבוד דיין תמימות,


וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך שטעל מיך זייער צו צו גרויזי, ס'האט מיך געבאדערט פארוואס מ'אטאקירט פערזענליך.


איך גלייב ניש אז אימזיסט איז אזא תמימתדיגע שעפעלע. ער האט געשריבען אז ער "ווייסט פין איינע וואס האט פארדינט 30,000$ (אדער אפשר א אנדערע נאמבער) פין דעים געשעפט". יעצט זאגט איר מיר אליין, צי מיינט איר טאקע אז עס איז בכלל דא איינער וואס האט פארדינט דאס געלט? איך גלייב באמינה שלמה אז "נישט". מיז דאך זיין אז אזא מעשה איז נישטא נאר "אימזיסט" זיכט אינז איינצינארען. פינטל.




quote[="רעיא מהימנא"]אימזיסט, לאז אפ. די עולם איז נישט אינטערסירט אין דיינע דמיונת. זאלסט וויסען אז די טראגסט א מוראדיגע אחריות פין מעגלעך איינארען מענטשען אין די שווינדעל!!
די וועסט קיינמאל ניש קאענען תשיבה טין, ווייל די גייסט קיינמאל נישט וויסען וועמען די האסט אריינגענארט.
חזור בך..!![/quote]



מאנאגרעמס האט געשריבן:האלאו! דו פלאגסט זיך אומזינסט צו איבעררעדן די מענטשן דא אויף אייוועלט. קיינער גלייבט דיר נישט...
אומזינסט איז קיין קונסט!!!

יא, עס קוקט אויס זייער גוט.
הער אבער אויס אנדערע מענטשן מיט עקספיריענס. זיי בעטן זיך צו דיר אז דו זאלסט זיך - און אויך זיי - אפלאזן פון די שטותים!





[די ערשטע שורה איז פאר 'אימזיסט דער שווינדלער', די צווייטע שורה איז פאר 'אימזיסט דער תמימות'דיגער'.]




עס זעהט אויס ווי טייל חברים דא ( לויט א פרעמינילערע אפשאצונג די ווייניער אינטעליגענטע... אבער רעזוטאטן קענען זיך נאך טוישן) נעמען זיך ערנסט צום הארצן דעם ענין דא.

מיין הצלחה - בעז"ה- איז זייער פערזענליכער דורך פאל...

ווען - כ'שרייב נישט אויב נאר ווען - איך וועל בעז"ה ארויף לייגן מיין טשעקל, וועט איר קענען דערקענען אין ביהמ"ד: "דער איז א שרייבער אויף i-velt" לויט די טאנען דעפרעסיע און ביטערניש רח"ל אויף יענעמס געזיכט....

וואס איז דער פשט דערפון? כ'האף איך טו נישט וויי קיין שום איד. ס'נישט כדאי די גאנצע זאך אויב יא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 11:34 pm
דורך imzist
פינטעל האט געשריבן:אומזיסט, איך ווארט אויף דיין טשעקל, די האסט נישט מער -ווי זעכציג טעג
און צום עולם דא: איין זאך האט אומזיסט זיכער אויפגעטון, נעמליך אויפפצולעבן דעם עולם, די לעצטע צייט איז די היכל דא געשלאפן (זעהט אויס די עולם ווייסט נאכנישט אז די ווינטער האט זיך געענדיגט)
און זייט אומזיסט האט ענאונסט זיין המצאה האבן זיך אפילו די פארשלאפענסטע ניקס א שטייגער ווי(...) אויפגעוועקט און געווארען שרעקליך ביזי אראפצורייסן אים צוזאמען מיט זיין המצאה
און איבער זיין עסק: ימים ידברו - געב אים זעכציג טעג צו צייגען א בילד פון אים מיט זיין גרויסע קאלירפולע טשעק
אדער נישט...


ערשטנס איז עס 60 אקטיווע ביזנעס טעג.

והשנית, נאך דעם נעמסטו שוין נישט מיין טשעק???

קוקט אויס אז אויב איך שיק דיר דאס געלט שפעטער ווי 60 טעג וועסטו מסתם טראכטן אז כ'לייג עס אויס פון מיין אייגענע (פארארעמטע...) טאש...

כ'האף דו רעכנסט נישט אויף אזא אפציע...

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 6:29 am
דורך געלעגער
רעיא'לע טייערע,
וואס שרייסטו? וואס שרייבסטו אז ער וועט נישט קענען תשובה טוהן?
האט ער עפעס געשריבן שלעכט?
ער האט איין זאך געטון, ער האט געזוכט אויפן אינטערנעט און געטראפן א פלאץ וואס ער רעדט זיך איין אז מ'מאכט געלט פארן נישט ארבעטן, יעצט, אז די האלטס אז ס'איז שטותים דעמאלטס גיי נישט און קליק נישט, אז די האלטס אז ער איז נעבעך ביטער אריינגענארט קענסטו אום קומען זאגן און מסביר זיין אז ס'איז הבל, אזוי וואו אנדערע האבן דא געטון,
אבער וואס באוואשטו אום?
ער האט פון דיר גענומען געלט? ער פארלאנגט דיין סאשעל??
לאז אום פראבירן און ער וועט צוריק קומען זאגן צו ס'איז וואו ער האט געמיינט אדער איז דאס אויך א סקעם פלאץ נאר זיי מאכן ער בעסער..

אימזיסט, שכח פאר די אינפארמאציע,
איך פערזענליך גלייב נישט דעראון אבער אדרבה אז די זעסט אז ס'ארבעט זיך אויס לאז אונז וויסן,

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 7:07 am
דורך רעיא מהימנא
געלעגער האט געשריבן:רעיא'לע טייערע,
וואס שרייסטו? וואס שרייבסטו אז ער וועט נישט קענען תשובה טוהן?
האט ער עפעס געשריבן שלעכט?
ער האט איין זאך געטון, ער האט געזוכט אויפן אינטערנעט און געטראפן א פלאץ וואס ער רעדט זיך איין אז מ'מאכט געלט פארן נישט ארבעטן

ווען דעיס וואלט געוועהן די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטין החרשתי. למעשה האט ער אויך געשריבען:
imzist האט געשריבן:כאב נאך נישט דעגרייכט דעם מינמום. איך ווייס אבער פון אנדערע וואס האבן שוין פארדינט דארטן טויזענטער דאלער

און :
imzist האט געשריבן:כ'ווייס פון איינעם וואס האט שוין געמאכט 30,000 דאלער דא!
,
אין אויף דעם גייט ער ניש קענען תשיבה טין - ווייל עס איז א פרעכע שקר!!!!

דעי פוינט האבעך שוין פריר געשריבען:
רעיא מהימנא האט געשריבן:איך גלייב ניש אז אימזיסט איז אזא תמימתדיגע שעפעלע. ער האט געשריבען אז ער "ווייסט פין איינע וואס האט פארדינט 30,000$ פין דעים געשעפט". יעצט זאגט איר מיר אליין, צי מיינט איר טאקע אז עס איז בכלל דא איינער וואס האט פארדינט דאס געלט? איך גלייב באמינה שלמה אז "נישט". מיז דאך זיין אז אזא מעשה איז נישטא נאר "אימזיסט" זיכט אינז איינצינארען. פינטל.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 7:22 am
דורך אינגערמאן
געווענליך ווען עס איז דא אזא אשכול, מ'רייסט אראפ איינעם מיט 4 גאנצע בלעטער שטעלט זיך אויף גרויזי און ער בעקט יענעם. ער סטראשעט אז ער גייט אויך ברענגען די אנדערע זייט... אבער דא האט נאך קיינער נישט אפיציעל געגעבן זיין שטיצע פאר "אומזיסט".

איז אזוי מיין שטיצע גיב איך אים אויך נישט, איך ווי איעדער איינער האב מיך אויך אמאל איינגערדט אז יש דברים בגו, ביז איך האב מיר געלערנט אז ס'איז נישט דא אזא זאך. (אגב אין די בולעטין אין ק"י איז געווען לעצטענס א באשרייבונג פון די אלע סקעמס). אבער דא קומט צוגיין א אינגערמאן ויקרא שמו בקרעטשמע "אומזיסט", און ער נאכ'ן זוכן וואכן צו חדשים וויאזוי צו מאכן א גרינגען דאלאר איז ער אנגעקומען צו די סייט, און ער האלט אויף 1000% אז די סייט איז א פארלעסליכע סייט מאיזה סיבה שהוא.
איז וואלט ער געקענט ווערן וועלטס עושר און האלטן די גאנצע זאך פאר זיך, האט דאך דער רבוש"ע אים באשאפן מיט א גוט הארץ האט ער זיך ארויפגעסיינט אהער און אונז מגלה סוד געווען וויאזוי אונז אלע קענען ווערן עשירים. ער האט געבעטן איינעם איינצולייגן געלט? ניין. ער האט איינעם פערזענליך געטשעפעט? ניין. נו אויב אזוי פ"וו ברויך מען אים אזוי אראפרייסן? אז ס'איז א סקעם וועט ער אליינס געוואר ווערן ביז עטליכע חדשים, ער האלט דאך ביי זיך אז ס'איז אמת, נו, הרב "אומזיסט" איך ווייס נישט צו א "ברוכים הבאים" האסטו שוין באקומען פון איינעם. וויל איך דיר אויפנעמען מיט א ברוכים הבאים בשם ה', א יש"כ פאר'ן אויפלעבן די קרעטשמע דא, לויט ווי איך זעה ווערסטו נישט דערשראקן ווען מען אטאקירט דיר, נו, אזעלכע מענטשען דארפן מיר האבן דא! פיל דיך היימיש, קענסטעך וואשן... און די מעגסט אנטייל נעמען אין אנדערע אשכולות אויכעט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 8:27 am
דורך שוועמל
ח"ו טייערער אומזיסט.
אויב ביסטו געווארן געטשעפעט פון מיינע רייד (פון אלע מיינע 70 ניקס, אינקלודינג גרויזאמער) ביטע פארגעב מיר במחילה גמורה, איך מיין נישט אייך פערזענליך ח"ו, בלויז די זינלאזע סקעם סייטס.


איך וואונטש דיר די פולסטע הצלחה, חיי אושר ועושר רב!

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 9:03 am
דורך imzist
ייש"כ שוועמל, החייתנו...

ווי אויבן געשריבן, האבעך שוין געוואלט צוריק ציען פון די גאנצע זאך, אויב שטעכט עס אזוי שטארק פאר אנדערע אידן.

כ'האב שוין געפלאנט אז אפילו זיי שיקן מיר יא געלט, זאלעך ס'ניש נעמען , טאקע ממש ווי די מוסדות עטה"ק צורייסן די טשעקס פון די ציונים אין פנים אריין, ווען צינות שטייט נאך נעבן אים...

איבעריג צו זאגן אז לויט ווי סזעט אויס פון טייל ניקס, וואלטן זיי געווען פרייליכער ווי פורים און שמח"ת צוזאמען...

און דאס איז דאך א ברי, משא"כ דאס געלט -as long כהאב עס נישט באקומען אידעך עס א שמא.

אבער דו האסט געראטעוועט דעם מצב. אדאנק דיין תגובה וועלעך נאך אביסל קענען קוואוטן וויכיס ווערטער

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זאג איך דיר זאלסט וויסן קלאר אז נישט, איך פארגין דיר מיטן גאנצן הארץ, מאך וויפיל געלט די ווילסט, איך האב ב"ה שיין פרנסה, איך דארף נישט ווארטן קיין 60 טעג ארויסצונעמען 10,000, כאב שוין אין 2010 ארויסגענומען אפאר מאל דעם סכום,


אונטער מיין אייגענע נאמען, בעז"ה, ובס"ד.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 9:06 am
דורך מאנאגרעמס
טייערער אימזיסט.
איך וועל מיך באמת פרייען אויב דו וועסט מאכן א טאלער פון יענעם סייט. איך קען פארנעמען אז איך בין נישט גערעכט.
פארוואס איך האב געשריבן אזוי שארף איז ווייל איך האב מיך שוין אפגעבריהט פון אזוינע סייטס און איך האב געמיינט אז איך וועל דיר קענען איבערצייגן אז דו זעצט זיך אריין אין צואה.
אז דו ווילסט דוקא ווייטער גיין דערמיט, נאו פראבלעם. איך זאג דיר צו אז ווען איך וועל דא זען ווי דו שרייבסט אז דו האסט באקומען דעם טשעק, וועל איך אפאטעמען און זיך באמת מיטפרייען - אן קיין שום קנאה.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 9:12 am
דורך imzist
קנאה דארפסטו סייווי נישט האבן, ס'נישט מיין סייט קענסט טון אקוראט די זעלבע זאך וואס איך.

און וועגן דיין ברי נעבעך וואס כאף ס'שוין פארהיילט.
האלטסט עכט אז כ'האב איינגעצאלט געלט, אדער ארויס געגעבן פריוואטע אינפא.?
ליין איבער די ערשטע בלאט פונעם אשכול.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 9:15 am
דורך bobke
שוועמל האט געשריבן:ח"ו טייערער אומזיסט.
אויב ביסטו געווארן געטשעפעט פון מיינע רייד (פון אלע מיינע 70 ניקס, אינקלודינג גרויזאמער) ביטע פארגעב מיר במחילה גמורה, איך מיין נישט אייך פערזענליך ח"ו, בלויז די זינלאזע סקעם סייטס.


איך וואונטש דיר די פולסטע הצלחה, חיי אושר ועושר רב!



ג"א מצטרף לדברי שוועמל

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:17 am
דורך רעיא מהימנא
אימזיסט,
די שטעלסט יעצט א פנים פין א תם - אנפאנג האסטי אבער געשריבען אז די ווייסט פאר א פאקט אז מען מאכט געלט -יעצט שרייבסטי נאר א די וועסט אויסווארטען אוף די זעכציג טעג.. איך האב דיך שוין פריר געקוואט, אבער דערוואל איגנארסטי עס, אין עס קיקט אויס אז אנדערע כאפען אויך ניש וואס די האסט דא געטין. איך ברענג נאך א מאל דיינע ווערטער, ווי מען זעט אז די האסט אינז געוואלט פארפירען מיט ליגענט:
imzist האט געשריבן:כאב נאך נישט דעגרייכט דעם מינמום. איך ווייס אבער פון אנדערע וואס האבן שוין פארדינט דארטן טויזענטער דאלער


imzist האט געשריבן:כ'ווייס פון איינעם וואס האט שוין געמאכט 30,000 דאלער דא!
,
קענסטי אינז אפשר זאגען איבער דעים? וואסערע אינטערעס האסטי געהאט מיטען זאגען ליגענט??

[ -צי שטייסטי נאך אינטער דיינע ווערטער אז די קענסט איינער וואס האט געמאכט דרייסיג טויזעננט דאלער אין דעי סייט???

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 11:08 am
דורך imzist
רעיא מהימנא טייערער,

כאב קיינמאל נישט געשריבן אז כ'קען איינעם!

וואסטו געמיינט, אז יענער אימיין שוואגער?

צי אז יענער וואוינט אין מאנסי?

כאב געשריבן בסה"כ אז איך ווייס פוניינעם, און איך שטיי 100 פראצענט אונטער מיינע ווערטער.

און ניין, כווייס נישט צו יענער איז א שומתומ"צ, כהאב מיך סה"כ באקענט מיט אים אנליין.

ובזה יצאתי יד"ח רעיא מהימנא. האפנטליך.