בלאט 2 פון 8

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 1:52 pm
דורך שמערי בערי
פארוואס ווען כ'לייג עס אריין אין גוגעל קומט ארויף די ערשטע פאר רעזאלטס אז ס'איז א סקעם?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 1:52 pm
דורך imzist
גראדער האט געשריבן:
imzist האט געשריבן:
מיט ציטערדיגע הענט, עפן איך אויף דעם סודותדיגן סעיף...

וזה מה שהעלה מצודתי:


http://www.tendollarclick.com/index.php?ref=rikki



.


איך ווייס נישט צו די אלע שטותים וואס דו שרייבסט זענען אמת צו נישט, אבער וואס איז זיכער שקר, אינטערן נאמען פארשלאפן האסטו דיך נישט איינגעשריבן, נאר אינטערן נאמען ריקי... קוק ביים סוף פונעם לינק... רעפערל, ריקי, און ווען מ'גייט אריין אינעם סייט קומט טאקע ארויף אז ריקי איז דער רעפערל, אוי וויי, קען זיין איך בין עובר אויפן אל תרבה שיחה...


כשמו כן הוא. א "גראדער" מעכל...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 1:56 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איך האב איבערגעקוקט דע קאמענסט אסאך מענטשען שרייבען אז זיי האבען גארנישט באקומען

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:05 pm
דורך imzist
צו אלע שואלים דא.

ידעתי בני ידעתי. אבער, ביסטו אריין און אפגעליינט וואס סשטייט אינעווייניג??

איך יא.

און כ'האב גארנישט מוסיף צו זיין צו וואס כהאב פריער געשריבן.

imzist האט געשריבן: איך וויל נישט חלילה קיינעם אריין נארן, ניטאמאל בארויבן די צייט לבטלה - time is money, האט יענער געזאגט.

כאב אסאך שעות געזוכט און אויף געטשעקט דעם ענין און וואס זאלעכייך זאגן clean. clean record איז נישט דאס ווארט. נקי מכל.

כ'ווייס פון איינעם וואס האט שוין געמאכט 30,000 דאלער דא!

איין זאך האבעך יא געזען, אז ס'דא א מינימום פון 60 טעג פונעם זיך איינשרייבן ביז מ'קען איינקעשן דאס געלט.
ווער עס וויל זיך נישט איינשרייבן מכח דעם, האט די ברירה צו בלייבן ארבעטן שווער פאר א מינימום - וועידזש.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:09 pm
דורך שאינו יודע לשאול
יא איך בין אריין אין איך האב געזען אז מרעדט זיך אפ אז מהאט נישט באצאלט אין נאך אלעם האט מען סוספעדעט די אקאונט

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:12 pm
דורך imzist
שאינו יודע לשאול האט געשריבן:איך האב איבערגעקוקט דע קאמענסט אסאך מענטשען שרייבען אז זיי האבען גארנישט באקומען


קיינער! קיינער! שרייבט נישט אז זיי האבן נישט באקומען זייער פארדינטע געלט!

דאס וואס כהאב פריער געשריבן.

אודאי אז דא terms and conditions. מען רעדט פון איינעם וואס איז נאך געקומען די רעגולאציעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:19 pm
דורך שמערי בערי
דאן אפשר לייגסטו ארויף די טערמס ענד קאנדישענס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טו מיר א טובה הלואי מאכסטו דיין געלט אין נישט האבען גשזאלעבעט די צייט אומזיסט אבער גיי אריין קוק קלאר אפאר מענשטען וואס רעדן זיך אפ אז זיי האבען נישט געמאכט זייער פארדינטע געלט סשטייט אין זייער אקואנט אז זייער באלאנס צו באצאלען האלט ביי 12000 דאלער אין אזוי ווייטער קוק ווי יענער געט דיעטעלד אינפא איעדע שטיק צייט אין מהאט אים סוספענדעט

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:21 pm
דורך bobke
imzist האט געשריבן:
שאינו יודע לשאול האט געשריבן:איך האב איבערגעקוקט דע קאמענסט אסאך מענטשען שרייבען אז זיי האבען גארנישט באקומען


קיינער! קיינער! שרייבט נישט אז זיי האבן נישט באקומען זייער פארדינטע געלט!

דאס וואס כהאב פריער געשריבן.

אודאי אז דא terms and conditions. מען רעדט פון איינעם וואס איז נאך געקומען די רעגולאציעס.


קודם זאלסטו טרעפן איינעם וואס האט יא באקומען די געלט . אבער מיט געהעריגע פראף

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:22 pm
דורך שמערי בערי
גוט פאר אים, נעקסטיים זאל ער זיך נישט אפרעדן אז ער באקומט נישט זיין געלט... ער מאכט נאך ח"ו ס'זאל אויסקוקן ווי א סקעם...
---
באבקע האקט...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:23 pm
דורך imzist
bobke האט געשריבן:check out this http://ptc-investgations.blogspot.com/2 ... -scam.html


אויב איז א קונץ צו טרעפן חכמים וואס שרייבן אז סאיז א scam, איז דא קעגן דעם פיל מער וואס שרייבן אז ס'איז יא אמת. נאדיר איינס

http://www.articlesbase.com/affiliate-p ... 63755.html


אגב, וואל-מארט האט 9 מיליאן review'ס וואס שרייבן דערויף scam דא:

http://www.google.com/search?client=qsb ... lmart+scam

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:28 pm
דורך bobke
דער מענטש אויף וועמענס נאמען די וועבסייט איז רעגיסטריט איז א סקעמער און ער האט נאך סקעם וועבסייטס רעגיסטרירט אויף זיין נאמען ,
און רוב וועבסייטס  צו וואו ער הייסט קליקען איז צו זיינע אייגענע אנדערע סקעם וועבסייטס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:38 pm
דורך imzist
באבקע און אינו יודע לשאול:
אנטשודיגט אבער איר קוקט אויס די מערסטע אנגעווזן אויף דעם.
אין די ביזנעס וועלט האלט מן אינמיטן ארבעטן...

די ארבעט איז ממש פאר אייך געמאכט געווארן...
שארצט ארויף די ארבל און הייבט אן ארבעטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:41 pm
דורך קהת
Imzist אוי עם... RIKKI וויפיל געלט האסטו שוין אויף דיין ACCOUNT?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:45 pm
דורך שמערי בערי
איך זע שוין.

זיי נעמען נישט אן קיין משוגעים, און מסתמא איינער וואס שרייבט זיך דא איין און קליקט צען טויזענט מאל איז משוגע... ממילא פארמאכן זיי דעם אקאונט...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:48 pm
דורך פאטאקי08
דער אימזינסט האט זיך איינגעשריבען אין אייוועלט נאר פאר די אשכול?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אימזיסט

אנטשודיגט אבער איר קוקט אויס די מערסטע אנגעווזן אויף דעם.
אין די ביזנעס וועלט האלט מן אינמיטן ארבעטן...

די ארבעט איז ממש פאר אייך געמאכט געווארן...
שארצט ארויף די ארבל און הייבט אן ארבעטן...

איך מיין אז ביז אפאר טעג ביסטו אויך אויף מיין זייט טיים וויל טעל

אגב וועגן מיין סוטואציע: איך בין בה מסודר מיט א ביזנעס איך מאך בה אויך אפאר גרינגע דאללער איך ארבעט נישט מער ווי 4 5 שעה אין טאג אין איך קום בה אויס גוט מיט אלעם איך בין נאך גאנץ פון אנהייב אין מיין קריער אבער לויט ווי סזעט אויס וועט נישט לאנג דויערען אין איך וועל קענען זיין פריי פון דעם אויך איך וועל נישט מער דארפען ארבעטען ווי א שעה צוויי א טאג מיט שיינע פארדינסטען טיים וויל טעל אז איך וועל זען מיט פראוו אז איך קען טאקע מאכען דאס געלט אזוי ווי איך האב מיך פארגעשטעלט וועל איך מיטטיילען מיטן עולם אז א יעדער זאל קענען הנאה האבען אבער ביזדערווייל האלט איך מיר איין ......

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 2:53 pm
דורך bobke
I'm sorry but I asked 2 questions & I didn't get any answer
1) Bring proof of someone that got already money from them
2) The man to whom the website belongs is a scammer
Please answer me on this 2 questions & don't attack me personally
Btw I have B"h parnosa

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 3:05 pm
דורך שטארק זיך
אומזיסט ע"ש הכתוב 'ותם ל'ריק' כוחכם'..

כ'האף דו וועסט זיך ארויסזעהן פון דאס משוגעת מיט גאנצע גלידער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 3:20 pm
דורך פארצייטישע
עס איז אומזיסט איבערציצייגן דער אומזיסטער ניק אז ס'איז אומזיסט זיין פלאגעניש צי מאכן געלד אומזיסט,
אדער מאכט ער גאר פון אונז אלע אפריל פאהלס,

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 3:32 pm
דורך מאנאגרעמס
איך האב א כלל: אויב איז טאקע דא א גאלד-גרוב, וועט דיר קיינער נישט אויסזאגן אז ער האט דאס געפונען. ער וועט פרובירן צו נעמען אלע רווחים פאר זיך.
וועלכע צעדרייטער וועט דיר אויסזאגן פון א גוט געשעפט פאר ער האט עס אינגאנצן אויסגעקוועטשט???

איך האב מיך שוין אמאל אפגעבריעט פון אזוינע זאכן, און למען הקרעפל האב איך אפן געלאזט מיין אלטע אימעיל אדרעסס. איך באקום טעגליך כל ערליי אימעילס. אלע זענען אייניג מיט צוויי זאכן, דאס ערשטע אז זיי פארקויפן אז דאס איז א מעכטיגע ביזנעס און צווייטנס אז זיי זענען מעכטיגע סקעמס!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 3:50 pm
דורך וויכטיג מאכער
אימזיסט, וואו האלסטו? ביי וויפיהל טעג? און ביי וויפיל געלט? אויב איז דאס טאקע א לעדזשיד ביזנעס, קענעכדעך ווארטן נאך א חודש צוויי...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 4:04 pm
דורך פרייליכערהייט
שאינו יודע לשאול האט געשריבן:אגב וועגן מיין סוטואציע: איך בין בה מסודר מיט א ביזנעס איך מאך בה אויך אפאר גרינגע דאללער איך ארבעט נישט מער ווי 4 5 שעה אין טאג אין איך קום בה אויס גוט מיט אלעם איך בין נאך גאנץ פון אנהייב אין מיין קריער אבער לויט ווי סזעט אויס וועט נישט לאנג דויערען אין איך וועל קענען זיין פריי פון דעם אויך איך וועל נישט מער דארפען ארבעטען ווי א שעה צוויי א טאג מיט שיינע פארדינסטען טיים וויל טעל אז איך וועל זען מיט פראוו אז איך קען טאקע מאכען דאס געלט אזוי ווי איך האב מיך פארגעשטעלט וועל איך מיטטיילען מיטן עולם אז א יעדער זאל קענען הנאה האבען אבער ביזדערווייל האלט איך מיר איין ......


וועגן אומזיסט מיט זיינע קליקס-ווייסעך נישט, אבער דו שאינו יודע'לע, געפעלסט מיר עפעס...ממש אפאר שעה א טאג, און אין די נאנטע צוקונפט דאס אויך נישט.

אפשר טיילט איר מיט אייער ווערסיע פון מאכן א גרינגע דאללער!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 4:20 pm
דורך פינטעל
תודה רבה אומזוסט, ספעציעל פאר די אפיל
איך זעה טאקע ווי מיינע ציפערן הייבן זיך מיט יעדן קליק, אבער נאך אזויפיל קאפ-ווי מיט אנדערע וועב סייטס קען איך שווער אראפשלינגען אז מען קען טאקע מאכן אזויפיל געלט אזוי גרונג
לויט ווי איך זעה קען מען נישט ארויסנעמן דאס געלט אונטער 10,000 , ווייסטו פון איינעם וואס איז אנגעקומען ביז דעם געפאדערטן סכום און ארויסגענומען ס'געלט?
לוינט זיך אויפצוסיינען פאר די "גאלדען מעמבערשיפ"?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 4:22 pm
דורך שמערי בערי
פינטעל האט געשריבן:לוינט זיך אויפצוסיינען פאר די "גאלדען מעמבערשיפ"?

ווי לאנג ס'איז אימזיסט קליק ביז'ן קאפ, מ'שמועס מיר אז ס'קאסט ניטאמאל איין קוואדער! געדענק!