בלאט 7 פון 8

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 2:29 pm
דורך פאקטיש
אומזיסט האט באקומען זיין געלט ווי איך די פרייע לעפטאפ אויפן אינטערנעט....
אז סאיז בחינם נעמען 'זיי' עס און יאגן אפ. יעצט כאטש האבן זיי דיינע 5 שיפינג און הענדלינג, מעמבערשיפ, א.ד.ג. פיעס...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 2:42 pm
דורך גולש
פאקטיש האט געשריבן:ס'גרינג צו רעדן, אבער הזהר! ווייל די קענסט נישט וויסן וויפיל ווערן קאנווינסד פון דיינע ווערטער און די צייט וואס די פראוויידס נישט קיין שום פראוו אז די ווייסט וואס די רעדסט. און טאמער ס'איז יא גיטע ביזנעס און די האלטס צוריק, האסטו שאדן געמאכט פאר ביידע זייטן געלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 3:35 pm
דורך פאקטיש
אויף דעם זאגט די פסוק, דדא ביה כולה ביה
די פארגלייכסט ביידע ? זיי מוחל, סעמינארס איז אן אויפגעפיקטע מעטאד פון באקומען אינפארמאציע אין די וועלט. און 10,000 $-וועכענטליך-ביזנעסער האט באוויזן היסטאריע זענען געווען אלעמאל א שטיק סקעם מיט דריידלעך.
מאיש סודי האב איך געהערט: צו באקומען געלט דארף מען דעליווערן א פראדוקט וואס איז ווערט די געלט. אנדערש קאן נישט זיין!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 3:45 pm
דורך שמערי בערי
imzist האט געשריבן:נעבעך, שמערי בערי קוקט אויס עכט געענגט...

איבער קוקנדיג דעם אשכול זעה איך אז יעדער וואס האט נאר געשריבן א ווארט וואס האט דיר נישט געשמעקט שרייבסטו אז יענער איז געענגט. הערסט נישט אויף צו אטאקירן..כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט...

יעצט פיינעלי נאך זעכציג... אנטשולדיגט סאך אסאך מער... טעג פרעג איך אפשוט'ע פראגע, צו ס'טאקע אנגעקומען ס'געלט, און... כ'בין ווייטער געענגט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 11:53 am
דורך ווינקל
imzist האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:די ריוויוס זעהט מען קלאר אין די קאנטעקסט אז ס'יז נישט קיין ריוויו, עס איז אן אדווערטייזמענט!
ער נוצט שטיקלעך לשונות וואס שטייט אליינס אין טענדאללער קליק.קאם.

אגב, איך קען דיר ברענגען צענדליגער ריוויוס פון מענטשן וואס רעדן זיך אפ זיי האבן נישט באקומען.
אבער לא זו העיקר, דו קליק ווייטער און קום אונז פארציילן אין צוויי חדשים ארום אז דו האסט באקומען א טשעקל פון עשרת אלפים דאן וועט מען זען אז דו ביסט יא גערעכט.

ג) כמובן מאיליו וועט די ערשטע פלאץ ווי כ'וועל מעלדן איבער מיין ערהאלטענע געלט, זיין דא אויף i-velt, נישט לשם ניצחון, נאר בלויז לקיים מה שנאמר: "שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה"... און קנאת סופרים תרבה חכמה...

עבר קציר כלה קיץ ועדיין לא .... נודענו!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 3:15 pm
דורך טרינקער
אוי וויי איך שוין דיר באמת מיט מיין גאנצע נשמה

נחמו נחמו !!!

המקום ינחם אתכם ואת כל אבילי ציון מרירושלים

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 3:43 pm
דורך שמערי בערי
יעצט גייט ער ענטפערן:
imzist האט געשריבן:נעבעך, (פילט אליינס אריין אייער ניק) קוקט אויס עכט געענגט...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 4:30 pm
דורך באמבאסטיש
נישט די געלט ווארט אייך הינטערן טיר, נאר איר [ליין: אומזיסט] ווארט הינטערן טיר פאר די געלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:12 pm
דורך קורץ און שארף
בקיצור וואס איז געווארן דא?

די געלט איז אנגעקומען? אדער יא?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 1:28 pm
דורך שנאפס
דו פרעגסט נאך אפילו?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 1:54 pm
דורך באמבאסטיש
קורץ און שארף האט געשריבן:בקיצור וואס איז געווארן דא?

די געלט איז אנגעקומען? אדער יא?

די געלט ליגט אונטערן טיר פונעם שמואל שפיצער אינטערוויו אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:33 pm
דורך ניק ניק
איך האלט שוין ביי $100 . פארוואס נישט?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:34 pm
דורך וויכטיג מאכער
100 דאללער באקומען?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:53 pm
דורך ניק ניק
נא. עה. אקאונט באלאנס איז 100, צו באקומען דארף מען האבן עפעס א מינימום סכום.
אבער וויזוי זאגט א איד, וואס קאסט עס? בחינם? נו געב 2.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:55 pm
דורך באמבאסטיש
אומזיסט האט געטוישט ניק[ניק]?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:56 pm
דורך ווינקל
ברודער טייערע! פליז הער שוין אויף!

ליין זיי מוחל איבער די לעצטע 7 זייטן, און פיל אן דיין צייט מט בעסערס.

א דאנק

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 11:42 pm
דורך משנה מקום
יא די אשכול וואלט שוין געמעגט זיין אינטערען טיר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:41 pm
דורך פאטאקי08
היינט געזען אדווערטייזט אין היום יום
אינוועסטירט מינימום 10.000 און באקומט צוריק יעדע חודש 5 פראצענט נאר ערענסט פאראינטערסירטע ביטע רופט....

אויב איינער איז אינטערסירט אין די נומער וועל איך עס ארויפשטעלן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:47 pm
דורך וויכטיג מאכער
פינעף פראצענט? ווער גייט היינט פאר 5 פראצענט?

דאס געלט ווארט אייך הינטערן טיר!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 13, 2012 2:19 pm
דורך ניק ניק
כ'יעצט געקוקט הינטערן טיר און איך האב קיינעם נישט געזען ווארטן דארט!?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 10:46 am
דורך סביב העולם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:16 am
דורך ווינקל
פארוואס האב איך נאר דא אריינגעבלאנדזשעט?... וואטעווער. סתם פאר אונטערסאנטקייט, די וועב דאמעין וואו מען קען מאכן אזויפיל געלט, איז פאר סעיל... כאפט אריין...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:18 am
דורך שנאפס
חחח האסט געזען אומזיסט אינעם פארדינט אין קרעטשמע אשכול...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:19 am
דורך ווינקל
אהה, גערעכט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:33 pm
דורך והמבין יבין
שמיי_דריי האט געשריבן:ליצנות אין א זייט געלייגט.

די געלט האסטע געקריגן צו נישט? איז דער עולם געוועהן גערעכט צו נישט?

ביטע ענטפערן. שכח

כמיין מקען סאשכול לייגן אין פארברענגען