א גאלדנגרוב אדער נאך א סקעם?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:29 pm

לאקשן קיגל האט געשריבן:כנ"ל שתי חברים אבדו איטלעכע אלף מיט א סגול ביי עמבעט, בכלל וואס איז עמבעט בעסער ווי שעקלי?



ביי עמביט דארף מען אינוועסטן בלויז 400 דאללער, סאו די וואס האבן פארלוירן אפאר טויזענט דאללער ביי עמביט זאלן טשעקן זייער טאש צו ס'האט א לאך, ווייל ביי עמביט האבן זיי עס נישט פארלוירן.

ביי עמביט איז דא א אינקאם פאר א לאנגע צייט נאכדעם וואס דו טוסט שוין גארניש, ווייל דו מאכסט קאמישן אויף יעדע מענטש וואס דו האסט אריינגעברענגט און וואס זיי האבן אריינגעברענגט און אויף יעדע בילל וואס איז אריין דורך דיר ביז א געוויסע דזשענערעישן, משא"כ ביי שעקלי ווען דו פארקויפסט א זאך מאכסטו געלט, אויב פארקויפסטו מער נישט מארכסטו נישט.

סאו ביי עמביט איינמאל דו סיינסט אויף איינעם מאכסטו געלט ווי לאנג יענער צאלט, און ביי שעקלי נישט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » זונטאג אוגוסט 07, 2011 4:35 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביי עמביט דארף מען אינוועסטן בלויז 400 דאללער,


ביי שעקלי נאר 300 $

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו די וואס האבן פארלוירן אפאר טויזענט דאללער ביי עמביט זאלן טשעקן זייער טאש צו ס'האט א לאך,


אזוי ווי זיי האבן געזען אז די הבטחות וואס זיי האבן געגלייבט ווערט נישט מקיום, האבן זיי פראבירט צו איינשטעקען נאך אביסל דא און נאך אביסל דארט, און נאכדעם גייט מען שוין צירוקמאכן די גאנצע מיט פראצענט...
ואח"כ היה פרוטה לפרוטה מצתרף ביז זיי האבן זיך געכאפט אז ס'צייט צו טוהן עפעס אנדערש..

וויכטיג מאכער האט געשריבן: ווייל ביי עמביט האבן זיי עס נישט פארלוירן.


אפססס... וואס זאל איך זאגן? אָיעס אָנא ביז איינער זאגט די לעצטע?

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביי עמביט איז דא א אינקאם פאר א לאנגע צייט נאכדעם וואס דו טוסט שוין גארניש, ווייל דו מאכסט קאמישן אויף יעדע מענטש וואס דו האסט אריינגעברענגט און וואס זיי האבן אריינגעברענגט און אויף יעדע בילל וואס איז אריין דורך דיר ביז א געוויסע דזשענערעישן, משא"כ ביי שעקלי ווען דו פארקויפסט א זאך מאכסטו געלט, אויב פארקויפסטו מער נישט מארכסטו נישט.

סאו ביי עמביט איינמאל דו סיינסט אויף איינעם מאכסטו געלט ווי לאנג יענער צאלט, און ביי שעקלי נישט.


יא פארדעם גלייב איך מער אין שעקלי ווי אין עמביט ווייל קויפן און פארקויפן איז מער א סטאבילע ביזנעס, און צורעדן מענטשן צו א סערוויס(?) איז מער נענטער צו סקעם

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 07, 2011 4:44 pm

לאקשן קיגל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביי עמביט דארף מען אינוועסטן בלויז 400 דאללער,


ביי שעקלי נאר 300 $

300 צו ווערן א מעמבער, אבער וויפיל קאסט צו קויפן סופליי?

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו די וואס האבן פארלוירן אפאר טויזענט דאללער ביי עמביט זאלן טשעקן זייער טאש צו ס'האט א לאך,


אזוי ווי זיי האבן געזען אז די הבטחות וואס זיי האבן געגלייבט ווערט נישט מקיום, האבן זיי פראבירט צו איינשטעקען נאך אביסל דא און נאך אביסל דארט, און נאכדעם גייט מען שוין צירוקמאכן די גאנצע מיט פראצענט...
ואח"כ היה פרוטה לפרוטה מצתרף ביז זיי האבן זיך געכאפט אז ס'צייט צו טוהן עפעס אנדערש..

איינשטעקן אין וואס? נישטא אזא זאך, עז פאר עז איי נאו...
וויכטיג מאכער האט געשריבן: ווייל ביי עמביט האבן זיי עס נישט פארלוירן.


אפססס... וואס זאל איך זאגן? אָיעס אָנא ביז איינער זאגט די לעצטע?

זאג מיר ווי ס'שייך איינצושטעקן מער ביי עמביט, און נאכדעם העמער זעהן צו ס'דא אויף וואס זיך צו טענהן.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביי עמביט איז דא א אינקאם פאר א לאנגע צייט נאכדעם וואס דו טוסט שוין גארניש, ווייל דו מאכסט קאמישן אויף יעדע מענטש וואס דו האסט אריינגעברענגט און וואס זיי האבן אריינגעברענגט און אויף יעדע בילל וואס איז אריין דורך דיר ביז א געוויסע דזשענערעישן, משא"כ ביי שעקלי ווען דו פארקויפסט א זאך מאכסטו געלט, אויב פארקויפסטו מער נישט מארכסטו נישט.

סאו ביי עמביט איינמאל דו סיינסט אויף איינעם מאכסטו געלט ווי לאנג יענער צאלט, און ביי שעקלי נישט.


יא פארדעם גלייב איך מער אין שעקלי ווי אין עמביט ווייל קויפן און פארקויפן איז מער א סטאבילע ביזנעס, און צורעדן מענטשן צו א סערוויס(?) איז מער נענטער צו סקעם

עמביט איז נישט קיין סערוויס, דו ווערסט א בראוקער צו פארקויפן אילעקטאריק סופליי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » זונטאג אוגוסט 07, 2011 4:51 pm

כאב א חבר א כולל אינגערמאן וואס האצעך געקויפט א טייערן טעלעפאן מיטן חשבון אז ער וועט אריינברענגען יעדן טאג 5-10 נייע קאסטומערס און יעדעס מאל מען סיינט אויף א קאסטומער מוז מען אריינלייגן די אינפארמאציע אויף זייער וועבסייט, למעשה צאלט ער דעם טייערן סעלפאן פלען כמיין ער האט שוין אריינגעברענגט די לעצטע יאר כמעט 15 קאסטומערס
שאלת חכם חצי נחמה

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » זונטאג אוגוסט 07, 2011 4:58 pm

ווען מ'ווערט א מעמבער באקומט מען פאר די זעלבע געלט סופליי אין די ווערט פון 300 $ , וויכי די קוקסט מיר אויס צו זיין עלטער ווי מיר און די מעגסט אליין וויסן ווי מ'קען פאטשקענען געלט ווען מ'וויל ראטעווען געפאזשקעטע געלט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 07, 2011 4:59 pm

איך האב פאר דיר נייעס, אויב האט ער אריינגבערענגט 15 קאסטומערס באקומט ער די עוורידזש פון זייער בילל יעדן חודש, סאו לאמער זאגן אז זייער עוורידזש איז נאר 50 דאללער, מאכט ער 50 דאללער א חודש ווי לאנג ער האט די 15 קאסטומערס.

דאס איז חוץ די פאקט אז די טייערע פאון איז געווען זיין אייגענע באשלוס צו קויפן, מ'קען ארויפגיין אויף זייער סייט פון יעדע בלעקבערי און קאמפיוטער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:04 pm

לאקשן קיגל האט געשריבן:ווען מ'ווערט א מעמבער באקומט מען פאר די זעלבע געלט סופליי אין די ווערט פון 300 $ , וויכי די קוקסט מיר אויס צו זיין עלטער ווי מיר און די מעגסט אליין וויסן ווי מ'קען פאטשקענען געלט ווען מ'וויל ראטעווען געפאזשקעטע געלט.


איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, און איך האב פאר דיר נייעס, איך בין נישט קיין עידזשענט פאר עמביט, מיין שוואגער איז געווען, און קיינמאל קיין געלט נישט געמאכט, (צוריקגעמאכט די 400 מיט אביסל טשעינדזש) אבער איך האב לעצטענס שטודירט דאס ענין פון עמביט, ס'איז דא א טשענס אז סאל גיין שלאפן איין טאג, דערווייל איז יעדער וואס האט נאר אביסל געארבייט און אריינגעברענגט 15 אקאונטס, אדער אפאר עידזשענטס מאכט געלט! ניין, מ'קעניש לעבן אויף די געלטער, מ'דארף שווער ארבייטן צו מאכן גענוג געלט אויף צום לעבן, אבער די 400 דאללער אינוועסטמענט האצעך אייביג אויסגעצאלט, און די מאנטאליכע טשעקס וואקסן כסדר, אפילו ביי די וואס ארבייטן שוין היינט נישט. (אויב האט מען אנפאנג יא געארבייט)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » זונטאג אוגוסט 07, 2011 10:41 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
סמארט האט געשריבן:דארף מען דען עפעס אינוועסטען אריינצוגיין אין שעקלי ביזנעס אז מ'זאל עפעס קענען פארלירן?


דארפסט קויפן סופליי צו קענען פארקויפן.


לויט ווי איך געדענק קויפט מען די סופליי פון זיי נאר נאכן באקומען א ארדער פון איינעם וואס יענער וויל, עכ"פ אזוי איז געווען ביי מיין עידזשענט
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 07, 2011 10:53 pm

ס'דא געוויסע זאכן אזוי, און ס'דא וואס מ'האלט אין סטאק, איך בין געגאנגען פאר אפאר יאר צוריק צו איינעם אויפפיקן עפעס א ווייטעמין פאר מיין ווייב וואס זי האט געהאט אין סטאק. און מיין קאזין וואס איז מיט שעקלי און מאכט יעדע פאר וואכן א צאמקום און מיין ווייב איז אהיימגעקומען מיט 2 קריעמס... זיי האבן זיכער עטוואס סטאק.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג יולי 30, 2019 3:49 pm

א פרישע אזוי-גערופענע גאלד-גרוב

לידע הציבור להיזהר
Inkedאינשארענס_LI2.jpg
Inkedאינשארענס_LI2.jpg (20 KiB) געזעהן 551 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
לייטער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג יולי 30, 2019 4:06 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:א פרישע אזוי-גערופענע גאלד-גרוב

לידע הציבור להיזהר
Inkedאינשארענס_LI2.jpg

איך מיין אז סקען מאכן סענץ,זיי זאגן נישט צו אבנארמאלע זאכן, אדרבה זאלן אריינקומען די וואס קענען זיך אויס

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג יולי 30, 2019 4:15 pm

אריינלייגן 21 טויזענט און ארויסנעמען 49?! דאס איז א 133 פראצענט ריטורן!

קיין איין לעגטימע אינוועסטמענט גיבט נישט אזעלכע סכומים, א לעגעטימע אינוועסטמענט אדער אינשורענס פאלעסי קען דיך געבן ערגעץ צווישן 5 און 8 פרעצענט, 10 פראצענט איז שוין אסאך און אביסל ריסקי.

די איינציגע וועג וויאזוי ער קען דאס מאכן איז דורך אינוועסטן, אין סטאקס צו אין אנדערע אינוועסטמענטס, דעמאלטס ביסטו שוין בכלל נישט פארזיכערט מיט גארנישט, ווייל עס האט נישט קיין שום בעקינג פון א לעגעטימע קאמפעני.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יולי 30, 2019 4:20 pm

דאס פלעגט זיין סטאנדארד עדס מיט א 15-20 יאר צוריק, די חברה האבן טאקע באקומען די צוגעזאגטע רווחים?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג יולי 30, 2019 4:31 pm

FYI
A return of 8% annually on 21k will give you almost 49k on year 13
now add to the fact that the first 7 years there is also some investment returns

Shuli
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » דינסטאג יולי 30, 2019 4:37 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:א פרישע אזוי-גערופענע גאלד-גרוב

לידע הציבור להיזהר
Inkedאינשארענס_LI2.jpg

עס קומט אויס ווייניגער ווי %5 א יאר, בכלל נישט קיין גאלד גרוב

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יולי 30, 2019 4:46 pm

א נארמאלע קעש וועליו פאליסי ארבעט אויף דעם סיסטעם.
א יעדע אינוועסטמענט קומט מיט עפעס ריסק ווי גרעסער די פראצענט דאס קוקט אבער נישט אויס אוט אף די ארדענערי

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יולי 30, 2019 4:50 pm

מיט אן 8% קאמפאונד אינטערעסט רעיט האלט עס שוין איבער $34,000 נאכ'ן זיבעטן יאר. דער עדווערטייזער קומט נאך ארויס מיט שיינע רווחים..
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2019-07-30 at 4.49.54 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-07-30 at 4.49.54 PM.jpeg (27.1 KiB) געזעהן 406 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג יולי 30, 2019 6:17 pm

אין כל חדש האט געשריבן:FYI
A return of 8% annually on 21k will give you almost 49k on year 13
now add to the fact that the first 7 years there is also some investment returns

און ווער קען דיך גאראנטירן 8 פרעצענט יערליך?
ווישוואש האט געשריבן:דאס פלעגט זיין סטאנדארד עדס מיט א 15-20 יאר צוריק, די חברה האבן טאקע באקומען די צוגעזאגטע רווחים?

איך האב גערעדט מיט א לייף אינשארענס אגענט, זאגט ער מיר אז ער האט שוין געהאנדלט מיט עטליכע מענטשן וואס האבן אריינגעלייגט אין אזעלכע סארט פאליסיס, און נאך צעהן יאר האבן זיי ניטאמאל געקענט ארויסנעמען דעם גאנצן קרן. ביסט נישט פארזיכערט מיט גארנישט.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג יולי 30, 2019 6:54 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:א פרישע אזוי-גערופענע גאלד-גרוב

לידע הציבור להיזהר
Inkedאינשארענס_LI2.jpg


פרייליך אידל,
לייג ביטע ארויף דעם נאמבער, איך וויל קאלן און געוואויר ווערן מער פרטים.

ער האט דאך אדווערטייזט פאר א סיבה.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יולי 30, 2019 7:28 pm

יעדער סקעמער עדווערטייזט פאר די זעלבע סיבה.. ער דארף דיין געלט.

כ'זאג נישט אז ער איז א סקעמער, גוטע שאנסן צו זיין לעגיטים.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יולי 30, 2019 7:35 pm

Shuli האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:א פרישע אזוי-גערופענע גאלד-גרוב

לידע הציבור להיזהר
Inkedאינשארענס_LI2.jpg

עס קומט אויס ווייניגער ווי %5 א יאר, בכלל נישט קיין גאלד גרוב

שטימט. זייער א קאנסערוואטיווע ריטורן.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יולי 30, 2019 7:39 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט א לייף אינשארענס אגענט, זאגט ער מיר אז ער האט שוין געהאנדלט מיט עטליכע מענטשן וואס האבן אריינגעלייגט אין אזעלכע סארט פאליסיס, און נאך צעהן יאר האבן זיי ניטאמאל געקענט ארויסנעמען דעם גאנצן קרן. ביסט נישט פארזיכערט מיט גארנישט.

פאר א סיבה שרייבט ער פופצן יאר, נישט צען יאר.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יולי 30, 2019 7:45 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פאר א סיבה שרייבט ער פופצן יאר, נישט צען יאר.

סאו אין פינף יאר גייט ער מאכן די דרייסיג טויזנט דאלער? מאכט אסאאך ווייניגער סענס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

גיט
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דינסטאג יולי 30, 2019 8:47 pm

עס איז א געהעריגע לייף אינשארענס פאליסי וואס וואקסט %5 א יאר איך זע נישט וואס עס איז ראנג דא?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 31, 2019 1:28 am

איך ווייס נישט וואס ער אדווערטייזד, אבער אויבן אויף רעדט ער פון א פשוטע האלל לייף אדער א קאסטום האלל לייף פאלעסי, נאר אראפגעלייגט אויף אזא אופן...

דיסקלעימער: איך בין א לייסענסד עידזשענט, און איך גיב נישט קיין עדווייס אויף קיין פובליק פארום, פאר סיי וועלעכע עדווייס פרעגט אייער עידזשענט אדער קען מען מיך אימעילן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט