א גאלדנגרוב אדער נאך א סקעם?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

א גאלדנגרוב אדער נאך א סקעם?

תגובהדורך פינטעל » זונטאג מארטש 28, 2010 1:50 pm

https://www.internetprofitsuccesssystem ... Page2.aspx

האט איינער אינפארמאציע איבער דער ענין?

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » זונטאג מארטש 28, 2010 2:50 pm

צום פינטל
דאס איז אסור במשהו, אזוי ווי חמץ אין פסח.

כ'קען נישט יעצט מאכן קיין לענגס און קיין ברייטס, אפשר נאך יו"ט וועל איך קענען שרייבן וואס איז פשט פון די אלע "גרינג ווערן רייך געשעפטן", וואס כ'האב אסאך חוקר געווען ווי אזוי זיי ארבעטן,
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 28, 2010 3:06 pm

איך כאפ נישט וואס דארט שטייט, אבער לאמעך דיר געבן אפאר כללים פון די זאכן.

ס'איז נישטא אזא זאך אז איינער זאל דיר באצאלן 10,000 וויל דו ביסט געזיצן ביי דיר אינדערהיים אויפן קאוטש... (חוץ גרויזי.)

אויב איינער זאגט דיר אז דו קענסט מאכן אסאאאאך געלט, קענעס געווענליך נאר זיין אמת אויב ס'האט איינע פון די פאלגענדע:

די גייסט ארבייטן פיזיש ביטער שווער, אדער עכ"פ מענעדזשען א שווערע ביזנעס, וואס כאטשיק דו גייסט נישט דארפן ארבייטן, גייסטו האבן א שווערע אויפגאבע פון מענידזשען...

דו גייסט ארבייטן, טאקע נישט פיזיש, אבער ארבייטן שווער, למשל סעיל'ס'ן, אבער נאר א פראדוקט... אדער א סערוויס וואס ס'איז נישט א נייע זאך, למשל אינשורענס, מארטגידזשעס... פון סעיל'ס'ן לופט, אדער ענערדזשי קען מען קיין סאאאך געלט נישט מאכן..

דו גייסט אריינלייגן אסאאאך געלט, ניין, נישט 500 אדער 5,000 דאללער...

סתם אזוי, זיצן אינדערהיים, און ניש אריינלייגן קיין פעני, און מאכן געלט, איז נישטא!

ווי זאגט יענער, "העי יו נעווער נאו"... דאס איז די איינציגסטע וועג צו מאכן גרויס געלט, און גאניש טוהן.

און בעיקר איז אז ס'דארף מאכן סענטס... מיר גייט נישט אריין אין קאפ אז מ'קען אנהייבן א ביזנעס, מ'דארף גאניש טוהן, נאר געבן 500 דאללער, און ברענגען 2 חברים וואס גייען טוהן די זעלבע, און האלאו, מ'קויפט א עסקעלעיד... די טשעקס זענען אין די מעיל.

און פארשטייצעך אז מזל דארף מען האבן צו אלעמען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג מארטש 28, 2010 3:22 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
מ'קויפט א עסקעלעיד... די טשעקס זענען אין די מעיל.
.


קיינמאל געוואוסט דערפון, איך קויף שוין יארן עגג סעלעד, מען דארף זיך ערגעץ איינשרייבן?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג מארטש 28, 2010 4:38 pm

איך האב א נאנטע חבר וואס האט לעצטנס געמאכט צען אלפים פון TVI Express דאס איז א MLM.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מארטש 28, 2010 4:50 pm

איך האב מען ווי איין גוטער חבר וואס האט פארלארן געלט ביי די MLM'ס.

און זיי דו אויך א גוטער חבר פאר דיין חבר, הייס עהם זיך פאקן די זזעקלעך און אוועק פוצן פון דארטן עוד נשמתו בו, איידער ער זעצט אן דאפעלט ווי ער האט געמאכט, מיטנעמענדיג מיט זיך אלע קרובים מיט גוטע פריינד וועמען ער האט מזכה געווען מיט'ן מקח.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג מארטש 28, 2010 5:03 pm

איך הייס אים נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון דארט ווייל איך האב זוכה געוועהן צו בארגן א חלק פון דער געלט....

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מארטש 28, 2010 5:15 pm

זעהסט, דאס איז שוין אנאנדערע מייסע...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » זונטאג מארטש 28, 2010 5:27 pm

http://www.onlinejobnewsletter.com/2009 ... ee4f16d845

נאך א לינק צו מיין גאלדנגרוב

ווי איר זעהט האבן זיי פיינע פיעדבעקס!
בין איך נאאיוו? איז עס א חלק פונעם סקעם

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 28, 2010 7:02 pm

טראכט איין מינוט, פון פאוסטן לינק'ס קעמען אפילו מאכן געלט? און לאמער זאגן אז די קאמפאני מאכט געלט פאר יעדע קליק וואס מ'געט אויף זייער לינק'ס, פארוואס זאלן זיי נישט הייערן אפאר חברה פאר 12 דאללער א שעה צו פאסוטן די לינקס?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, קוק איבער אלע פידבעק'ס, איינער שרייבט כאף ס'גייצעך אויסארבייטן, שפעטער ווען איינער פרעגט א קשי' ווייסטער שוין צו ענטפערן...

איך שטיי ווייט פון די זאכן, אז דו ביסט אין די גיסטע, גאו אהעד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מארטש 28, 2010 8:43 pm

פינטל איין זאך בעט איך דיר זייער זייער

קום צוריק און שעם דיך נישט און דערצייל וויפיל געלט די האסט דערלייגט דארט

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » זונטאג מארטש 28, 2010 8:52 pm

די מבינים דא האבן פארהרגט מיינע גרויצוגע דמיונות, אין מיינע חלומות האב איך מיך שוין געזען אין די בעהאמעס אויף א פריע פענסיע, ווען אין מיין באנק קאנטע ווערט יעדן מאנאט אריינגעווישט א פעטן טשעקל
אלזא ווי ליגט יא די גאלד? ווי קען מען היינט מאכן א גרינגען דאללער? איך גלייב אז ערגעץ ווי ליגט די סוד?

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מאנטאג מארטש 29, 2010 8:18 am

איין זאך, פינטל.
דו האסט נישט פארוואס צו זיין פארטרויערט אויף די נישט געמאכטע געלט.
איך און מיין חבר האבן שוין דערלייגט אמאל אבאנטש געלט אין אזא חרוסת. ממילא יעדעס מאל איך באקום אזא אפפער און איך נעם עס נישט אן, מאך איך אסאך געלט...

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » מאנטאג מארטש 29, 2010 9:28 am

פינטעל האט געשריבן:די מבינים דא האבן פארהרגט מיינע גרויצוגע דמיונות, אין מיינע חלומות האב איך מיך שוין געזען אין די בעהאמעס אויף א פריע פענסיע, ווען אין מיין באנק קאנטע ווערט יעדן מאנאט אריינגעווישט א פעטן טשעקל
אלזא ווי ליגט יא די גאלד? ווי קען מען היינט מאכן א גרינגען דאללער? איך גלייב אז ערגעץ ווי ליגט די סוד?



טייערער פינטל שיחי'

יעך האב א גוטן ידיד וואס האט פאר 10 יאר צוריק געהאט אזא חלום ממש אקוראט די זעלבע ווי דיינע
שוין 10 יאר וואס ער צאלט נעבעך צוריק פאר זיינע חברים דעם חלום

איך בעט אייך שטייט ווייט דערפון ווייטער פון ווייט
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מאנטאג מארטש 29, 2010 2:25 pm

פינטעל האט געשריבן:די מבינים דא האבן פארהרגט מיינע גרויצוגע דמיונות, אין מיינע חלומות האב איך מיך שוין געזען אין די בעהאמעס אויף א פריע פענסיע, ווען אין מיין באנק קאנטע ווערט יעדן מאנאט אריינגעווישט א פעטן טשעקל
אלזא ווי ליגט יא די גאלד? ווי קען מען היינט מאכן א גרינגען דאללער? איך גלייב אז ערגעץ ווי ליגט די סוד?


אי"ה נאך יו"ט האף איך ארויף צו לייגן א גאר גרינגע קראנטע פרנסה, בעז"ה.
ס'איז נישט קיין גאלדן גרוב ווי מען מאכט מיליאן דאלער א מינוט פאר גארנישט טאן. סאיז גוט פאר אן סייד - דזשאב. מען מאכט נישט מער ווי לערך 80 - 90 דאלער א טאג.

ווארט מיט שפאנונג...

good_luck
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

תגובהדורך good_luck » מיטוואך מארטש 31, 2010 10:27 pm

ביי TVI EXPRESS מאכט מען געלט, מען דארף פשוט ברענגען מענטשען און דאס איז היפש א שווערע זאך (ווי די זעסט דא...)
האב א גוט מזל!

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אפריל 07, 2010 12:33 am

imzist האט געשריבן:
פינטעל האט געשריבן:די מבינים דא האבן פארהרגט מיינע גרויצוגע דמיונות, אין מיינע חלומות האב איך מיך שוין געזען אין די בעהאמעס אויף א פריע פענסיע, ווען אין מיין באנק קאנטע ווערט יעדן מאנאט אריינגעווישט א פעטן טשעקל
אלזא ווי ליגט יא די גאלד? ווי קען מען היינט מאכן א גרינגען דאללער? איך גלייב אז ערגעץ ווי ליגט די סוד?


אי"ה נאך יו"ט האף איך ארויף צו לייגן א גאר גרינגע קראנטע פרנסה, בעז"ה.
ס'איז נישט קיין גאלדן גרוב ווי מען מאכט מיליאן דאלער א מינוט פאר גארנישט טאן. סאיז גוט פאר אן סייד - דזשאב. מען מאכט נישט מער ווי לערך 80 - 90 דאלער א טאג.

ווארט מיט שפאנונג...



דא, נאט אייך: http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:14 pm

איך האב עטליכע חברים וואס האבן פארלוירן גרויס געלט (לויט שנה ראשונה השגות) אין MLM ביזנעסס, אבער דאך קווענקיל איך יא אריינגיין נישט אריינגיין.

פארוואס? בין איך אינגאנצען מיט אלעמען?

נאט אייך:
shakleescam.org/


What is the Shaklee scam?
The harsh reality is that 95% of people who decide to be a network marketing distributor fail- it is not a problem restricted to Shaklee. It’s true that not everyone will be successful with Shaklee, and that many distributors will fail, but does this make it a scam? Of course not! Think about it this way: as a Shaklee distributor, you are effectively starting up your own business. The Small Business Administration revealed that 80% of all new businesses fail within the first year. So if you started your own grocery store, invested thousands of dollars and spent 100 hours a week to make it a success, there’s an 80% chance you will fail. But no one would consider this to be a scam,

Although the fail rate is slightly higher with Shaklee, the same principle applies. Shaklee is a legitimate business opportunity, and is not a scam.


נו? זאגן זיי דברים של טעם???

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:16 pm

אויב איינער טוט אס מיטן גאנג צו עפענען א ביזנעס און פארקויפן זאכן, איז עס טאקע נישט קיין פראבלעם, און ס'איז א גוטע זאך.

די שאלה איז נאר צו פאר די זעלבע געלט אדער די זעלבע צייט קענסטו נישט עפענען א בעסערע ביזנעס..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:19 pm

וועלעכע בעסערע?

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:21 pm

דארף מען דען עפעס אינוועסטען אריינצוגיין אין שעקלי ביזנעס אז מ'זאל עפעס קענען פארלירן?
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:22 pm

לאקשן קיגל האט געשריבן:וועלעכע בעסערע?



למשל עמביט הער מען יונגעלייט וואס מאכן חודשליך הונדערטער דאללארן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:23 pm

סמארט האט געשריבן:דארף מען דען עפעס אינוועסטען אריינצוגיין אין שעקלי ביזנעס אז מ'זאל עפעס קענען פארלירן?


דארפסט קויפן סופליי צו קענען פארקויפן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:25 pm

כנ"ל שתי חברים אבדו איטלעכע אלף מיט א סגול ביי עמבעט, בכלל וואס איז עמבעט בעסער ווי שעקלי?

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

Google Transalate

תגובהדורך לאקשן קיגל » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:26 pm

וואָס איז די שאַקלי סקאַם?
די פאַקט איז אַז 95% פון מענטשן וואס באַשליסן צו ווערן אַ נעטווארק מארקעטינג דיסטריביאַטער פאלן דורך-עס איז נישט אַ פּראָבלעם דירעקט מיט שאַקלי. עס איז אמת אַז נישט אַלעמען וועט זיין מאַצליעכדיק מיט שאַקלי, און אַז פילע דיסטריבוטאָרס וועלן דורכפאַלן, אָבער טוט דעם מאַכן עס אַ סקאַם? אודאי נישט! טראַכטן וועגן אים דעם וועג: אלץ אַ שאַקלי דיסטריביאַטער, עפענט איר דיין אייגן געשעפט. די קליינע ביזנעס אַדמיניסטראַציע ווייזט אַז 80% פון אַלע נייע געשעפטן דורכפאַל אין דער ערשטער יאָר. אַזוי אויב איר עפענט אייער אייגן שפּייַזקראָם קראָם, אינוועסטאַד טויזנטער פון דאָללאַרס און אויסגעגעבן 100 שעה אַ וואָך צו מאַכן עס אַ דערפאָלג, עס איז אַן 80% געלעגנהייַט איר וועט פאַרלאָזן. אבער קיין איינער וואָלט באַטראַכטן דעם צו ווערן אַ סקאַם,

כאָטש די דורכפאַל קורס איז אַ ביסל העכער מיט שאַקלי, דער זעלביקער פּרינציפּ אַפּלייט. שאַקלי איז אַ לאַדזשיטאַמאַט געשעפט געלעגנהייט, און איז ניט אַ סקאַם.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט