בלאט 1 פון 1

מאכט 40 טויזענט דאלער א חודש

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 4:21 pm
דורך חידוש נפלא
אויף איינע פון די אידישע סייטס האב איך געטראפן צוברענגען א וועג ווי מען קען מאכן איבער 40 טויזענט דאלער א חודש נאר פון זיצן אויפ'ן קאוטש און גארנישט טוהן

עס קוקט אוודאי אויס ווי א סקעם אבער לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט דערצו

http://121446.powerbarclub.com/

[אכטונג עס איז דא תמונות נשים]

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 4:47 pm
דורך שמיי_דריי
איך בין נישט אריין אין די לינק אבער איך קען דיר זאגן פון אויסעווייניג אז עס איז שטותים.

איטס טא גאאד טא בי טרא...

נעם דיך די כלל אריין אין קאפ....

זיי זענען נישט משוגע. דער גאנצער עולם וועט זיך אראפ זעצן אויפן קאוטש און די 40 אלפים וועלן אריין פליסן אין די באנק קאנטע מידי חודש בחדשו. קען עס דען זיין? מאכט עס דען סענס?

יעצט מיט די בליק גיימער קליקן אויף די לינק...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 5:59 pm
דורך וואלדעק
מולטי לעוועל מארקעטינג

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 7:21 pm
דורך שמיי_דריי
וויזוי זאגט נאר יאסעלעס שווער? שטיי ווייט פון דעי זאכן. אפילו עס איז א אנדערע מינע...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 8:26 pm
דורך שמערי בערי
חחח שמיי דריי, יא איז ער נעבעך גערעכט יאסעלעס שווער... זיי האבן געוויזן א גרעפיק וואו מען קען מאכן 21 טויזענט דאללער אין די ערשטע חודש... חחח... מיין חבר דרייווט א לעקסוס... חחח... לערנט אייך אויס: געלט קומט נישט פאר גארנישט! פימפל.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 9:53 pm
דורך מאנאגרעמס
שמערי בערי האט געשריבן:לערנט אייך אויס: געלט קומט נישט פאר גארנישט! פימפל.

אמת ואמונה. חברה, איך האב מיך שוין אפגעבריהט פון אזוינע זאכן.
קוק גוט אדורך די טוירמס & קאנדישאנס און די אלע קליינע אותיות, וועסטו טרעפן א ווארט צוויי וועגן א מאנאטליכע אפצאל!
לאמיר זאגן אז די חברה האבן שוין יא געטראפן א לעגיטימע וועג פון מאכן 40,000 טאלער א חודש, פארוואס אין גהינם זאל ער דיר אויסזאגן זיין סוד? איך זאג דיר צו אז ער מיינט נישט דיין טובה!
איך האב נישט אויסגעפילט די אפליקאציע ממילא ווייס איך נישט צו זיי פארלאנגען א באנק אקאונט# (מסתמא יא, "ווייל ער דארף וויסן וואו דיר צו צאלן"), אבער עס שאדט נישט צו פרובירן. קענסט רואיג אויספילן דעם אפליקאציע, ביז וואו זיי פארלאנגען דיינע געלט אינפארמאציע.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 10:04 pm
דורך שוועמל
חברה לייגטס נישט אהין אריין אייער אימעיל ווייל איר וועט אנהויבן באקומען הונדערטער ספעמס א טאג!

דער סייט איז בלויז נאך איינס פון די אלע טויזענטער אזוינע סקעמס.
נישטאמאל ווערט דאס סייבער פאפיר אויף וואס סיז געשריבן געווארן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 11:08 pm
דורך גרויזאמער
איך מאך שוין 35000 טויזנט דאלער א וואך דערפון, די אלע וואס רעדן דא אפ רעדן פון קנאה. זייט איך טוה עס האט זיך מיר ס'לעבן א דריי געטון, איך זוץ אויפן קאוטש, און יעדע וואך דאנערשטאג הייס איך מיין ווייב עפענען דאס פאסט קעסטל, אן אויסגעביגעלטע טשעק פון 35,000 טויזנט דאלער אנטפלעקט זיך.

עס איז זייער נארמאל צו מאכן 40,000 דאלער א חודש, די אלע וואס קוקן דאס אן אלץ סקעם זענען ארבעטסלאזע מענטשן וואס מאכן די מינימום וועידזש פון 1500 דאלער א וואך, א ביטערע רחמנות אויף זיי. רוב מענטשן מאכן שוין היינט 40,000 א חודש.

כולל אינגעלייט, גייטס ארבעטן, אדער שרייבטס ענק איין און זיצט אויפן קאוטש.

איך קען באשטיין ארויסצוהעלפן יעדעם מיט סיי וועלכע שאלה, ביטע מיך שיקן אין אישי די סאושעל פון דיר מיט דיין ווייב, און דיין באנק אקאונט. און א וואך ארום ווערסטו באזוכט דורך יוסעלע שוככאפער (די גרעסטע עידזשענט אין וויליאמסבורג), און ער וועט דיך ווייזן אלע גרעפיקס.

אאאאטטטטשששש.... יוי, די שווערסטע זאך נאך א טאג ארבעט ביי מיר איז זיך אויפצושטעלן פון קאוטש. אאאאאאאא.... פייגי, ברענג מיר די פערטע ליכט שטראלן, איך בין יעצט פארטיג געווארן מיט די דריטע. האסט א אהנונג וואס מען האט געטון מיט די אידישע נשמות אין די ציוניסטישע קיבוצים? שרעקליך! גייטס מאכטס 40000 א חודש וועט איר וויסן!

איי בי באם... מכל אום גבר עלינו חסדו... ייי די דא דיי דיי דאם...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 12:33 am
דורך וויכטיג מאכער
גרויזי, וואסי געשעהן??? דו פלעגסט אמאל מאכן אסאאאך געלט? היינט מאכסטו נישט מער וואו 1.75 א וואך?

איי געווען צייטן וואס גרויזי פלעגט שארן גאלד!!! היינט מוזער זיך באגניגען מיט בלויז 35,000 א וואך... ס'קעמען טוהן, ס'דא א רעסעשען...

גרויזי, א פעקל גרינע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 12:47 am
דורך ארעסטאנט
יאפס! רויזי איז גערעכט, ער זיצט אויפן קאטש און מאכט אוצרות געלט.
קוקט א שטייגער וואס האט זיך דא נארוואס אפגעשפילט, גרויזי ליגט זיך אויף קאטש שרייבט א תגובה, אפאר מינוט דערויף קומט וויכי אן מיט א פעקל "גרינע" און לאזט דאס איבער ביי אים..
יעצט זאל נאך איינער דערוואגען אראפצורייסן דעם אשכול!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 1:21 pm
דורך חידוש נפלא
איך האב גערעדט מיט יאסעלע וועגן די מעכטיגע נייע וועג צו מאכן 40 טויזענט דאלער א חודש, ער זאגט אז פיינענטשעלי איז נישט פאר אים...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 1:32 pm
דורך מאנאגרעמס
;l;p-
ער עט דיר עס אראפהאנדלען צו $20,000...